בלאט 1 פון 2
עדווארד סנאודען'ס אנטלויף וועג, אין ארום,
נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 6:21 pm
דורך חזקיהו המלך
ווי מיר ווייסען האט עדווארד סנאודען געבלאזען דעם פייפער איבער די אומלעגאלע שפיאנאזש פין די ען עס עי אויף אמעריקאנער בירגער,
אנשטאט צי אויפהערען צי שפיאנירען אומלעגאל, האט גאר די פעדעראלע גאווערמענט באשולדיגט סנאודען אין זיין א פאררעטער, אין זיי זאגען מיט פאטאס אז זיי וועלען אים ברענגען צי "גערעכטיגקייט",
די לעצטע נייעס איז אזוי:
אמעריקע האט פארלאנגט פין כינע אז זיי זאלען ארויס געבען סנאודען צי אמעריקע,
כינע האט גענפערט אז די אפליקאציע איז נישט געווען גוט אויסגעשטעלט ממילא האבען זיי עס נישט אנגענומען,
דערווייל האט זיך סנאודען ארויס געלאזט מיט א עראפלאן קיין מאסקווע אויפען וועג צי א אנדערע מדינה, וואס כ'מיין ס'נאך נישט קלאר וועלכע,
איז יעצט וועט שוין לכאורה גארנישט ווערען מיט די אמעריקאנע אפליקאציע קיין כינע,
דערווייל זענען די אמעריקאנער ללעג ולקלס, די גרויסע ביג שאט די אמעריקאנע גאווערמענט קען נישט לייגען אירע לאפעס אויף א איינצעלע מענטש סנאודען, לאמיר האפען אז זיי וועלען ווייטער בלייבען חוזק,
נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 6:51 pm
דורך איחוד פעלד
האסט אינטער געשריבען דער פעטישען צום ווייסן הויז ?
נשלח: זונטאג יוני 23, 2013 8:48 pm
דורך מאן דאמר
מ'ברויך אים הענגען אויפן צונג!
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 1:44 pm
דורך חזקיהו המלך
דער דרייסיג יעריגע סנאודען איז אנגעקומען קיין מאסקווע, אין ס'ווערט באריכטעט אז ער גייט פארען פין דארט קיין קובא, אין פין דארט קיין ווענוזועלע, אין איך טראכט אז ווארשיינליך פין דארט קיין עקוואדאר ווי ער וועט זיך באזעצען ביז ער וועט לכאורה פלוצים שטארבען פין א "עקסידענט" אראנדזשירט דורך די נ.ק.וו.ד. (סי איי עי),
לויט באריכטען זיכט ער פאליטישע אזיל רעכט אין עקוואדאר, אין ווערט ארויסגעהאלפען דערמיט דורעך "וויקיליעקס",
דער עקוואדאר אויסערען מיניסטאר ריכארדאו פאטינאו האט באשטעטיגט אז זיין גאווערמענט האט באקומען א אזיל רעכט פארלאנג פין סנאודען,
אויך ווערט באריכטעט אז די אמעריקאנע רעגירונג האט אנולירט זיין פאספארט,
אמעריקע האט נישט קיין extradition treaty מיט רוסלאנד, אבער האט יא מיט קובא ווענוזיעלע אין עקוואדאר, אבער דאך קענען די לענדער געבען א פליטישע עקזעמשען,
אין יעצט קען מען ווארטען צי זעהן וואס וועט זיין די קומענדע שריט פין די אבאמא אנדמיניסטראציע אין די אנגייענדע דיפלאמאטישע קאץ אין מויז שפיל,
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 1:47 pm
דורך זר זהב
עקוואדאר איז א צוריקגעשטאנען לענדעל, ס'באקאנט אז זייערע וואסערן זענען פיהל מיט פלארייד. אויב וועט ער דארט שטארבן וואלט איך נישט אזוי שנעל געזאגט אז ס'האט מיט די סי איי עי
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 1:48 pm
דורך חזקיהו המלך
ס'ווערט באריכטעד אז סנאודען איז נישט אויף די פלייט קיין קובא ווי ס'געווען באריכטעט אז ער גייט זיין,
ער איז ווארשיינליך אויסבאהאלטען ערגעץ אין רוסלאנד ווארשיינליך מיט די גוטהייסונג פין פוטין,
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 1:53 pm
דורך חזקיהו המלך
איך מיין אז ער גיט לכאורה בלייבען דערווייל אין רוסלאנד, ער איז צי א פעט ביינדעל אז פוטין זאל עים לאזען ווייטער פארען,
ער האט ציפיהל אינפארמאציע מיט וואס פוטין וואלט זיך באלעקט די פינגער,
בכלל זענען די באציאונגען צווישען רוסלאנד אין אמעריקע יעצט זייער אנגעצויגען, אין פוטין פריידט זיך זיכער צי קענען געבען א גוטען שנעלקע פאר די אבאמא אדמיניסטראציע אזוי אז זיי זאלען שפרינגען,
בכלל ווייס איך נישט ווער ס'איז היינט מער קאמאניסטיש אמעריקע צי רוסלאנד, אמעריקע שפיאנירט היינט אויף אירע בירגער מער פין וואס די קאמאניסטען האבען געקענט חלומען,
א בילד פין עדווארד סנאודען:

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 2:05 pm
דורך חזקיהו המלך
ווייסע הויז קריטיקירט כינע פארען לאזען סנאודען ארויס פארען, די ווארט זאגער האט געזאגט אז דאס וועט האבען א עפעקט אויף די כינע - אמעריקאנע רילעשענס, (אנאליסטען געבען איבער אז כינע ציטערט פאר שרעק....)
אויך ווערט באריכטעט אז די ווייסע הויז לייגט פרעשור אויף רוסלאנד צי ארויס געבען סנאודען, לכאורה וועט זיך רוסלאנד אויסלאכען,
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 2:09 pm
דורך ניו יארק
צו האבן א שטיקעל בליק וואס עס איז זיין אנטלויף וועג.
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 2:21 pm
דורך חזקיהו המלך
פוטין'ס פרעסע סעקרעטאר האט געזאגט פאר ריפארטער'ס אז זיי האבען נישט קיין אינפארמאציע איבער סנאודען ........
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 3:30 pm
דורך חזקיהו המלך
ווי עס זעהט אויס לויט באריכטען איז סנאודען פארשווינדען געווארען אין רוסלאנד, רוסלאנד טענה'ט אז ער איז קיינמאל נישט אפיציעל אריבער די גרעניץ ממילא קען מען פין זיי גארנישט פארלאנגען, ס'דא וואס באריכטען פין אז ער האט שוין פארלאזט רוסלאנד,
בקיצור ער איז לכאורה פוטין'ס אויפגעלייגטע גאסט אין די צייט וואס רוסלאנד טענה'ט אז זיי האבען נישט קיין השגה צי ער איז בכלל אין לאנד, נו אבאמא, האסט געמיינט אז נאר די קענסט לייקענען שטיין אין ביין אן רויט ווערען ?, די רוסען האבען עס שוין געטוהן פאר די ביסט געבוירען,
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 11:42 pm
דורך Big Boy
Putin is the best!!!!! Did anyone see the story of the owner of the NEW England Patriots , Robert Kraft? Kraft showed Putin his Superbowl ring. Putin put it in his pocket and walked away.
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 12:10 am
דורך חזקיהו המלך
בכלל דארף מען פארשטיין אז רוסלאנד איז בעסיקלי אין א מלחמה צישטאנד מיט אמעריקע אין סוריא, אין פאר זיי איז אזא ביינדעל ווי סנאודען א גאלדען גרוב,
אמעריקע איז אין א פראבלעם, ווייל פין איין זייט פרובירען זיי צי אויסשפילען רוסלאנד ווי זיי קענען, אין ווען ס'קומט זייער רייע צי חאפען א שנעלקע, דאן זאגען זיי אז זיי "האפען אז רוסלאנד וועט טוהן די ריכטיגע שריט"... , יא זיכער וועט רוסלאנד טוהן די ריכטיגע שריט, אין די ריכטיגע שריט איז זיך אויסציפייפען אויף די אמעריקאנע פעדעראלע קרימינאלע גאווערמענט, וואס האט שוין לאנג גענומען די קאנסטעטוציע אין עס געווארפען אין גארביטש, אין די גרעסטע קרבנות פין זיי זענען די אמעריקאנע בירגער, אין טאמער איינער דעקט אויף זייערע קרימינאלע פראגראמען דאן ווערט יענער גאר דער פאררעטער.....
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 12:22 am
דורך Big Boy
I don't think Russia wants the headache. They’ll probably send him to another country. Like this they accomplish 2 goals. They stick it to the USA, and they don’t have the headache.
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 12:37 am
דורך smart
קען איינער אביסעל פארציילען מי הוא זה ואיזו היא? וואס איז זיין היסטעריא וואס האט ער געטוהן?
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 12:56 am
דורך זר זהב
ס'נארישקייטן, די גאווערמענט אין די מידיע פארקויפן פאר יעדן וועגן עפעס איינער וואס איז געפארן אין ארויסגעגעבן סודות וויזוי אמעריקע שפיאנירט אויף יעדן ציריקציהאלטן טעראר, דאס איז די אפיציעלע ווערסיע וואס אבאמא/ווייסע הויז פארציילט, אין די מידיע פין אינטן ביז ארויף פארקויפט עס פאר אינז נארעלעך אין חזקיהו המלך קויפט עס נאך אפ,
וועיק אפ, סיז א קאנספיריסי! ,
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 6:14 am
דורך MickyMouse
די אבאמא אדמיניסטרעישאן האט געמיזט נעמען אזא ריכטונג ווייל די לעצטע פיר סקאנדאלן האט ער ערקלערט אז ער האט נישט געהאט קיין אהנונג און וועט נעמען שריט צי מאכן אן ענדע דערצי. די מידיע האט אים צי׳נער געלייגט אז ער ווייסט נישט וואס טוט זיך ארום אים. ממילה האט ער יעצט געמיזט נעמען אן אנדערע גאנג, טו בעד אז עס איז א האקעלע טעמע.
בנוגע א קאנספירעסי, ני לאמיר הערן, וואס גייט עכט פאר?
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 11:18 am
דורך דעת תורה
פוטין האט יעצט געלאזט וויסן זייעק רלאר אז סנאודען איז אין רוסלאנד און ער וועט אים נישט אויסליפערן!
ערשטע מאל איך בין אויף איין פעיזש מיט פוטין.
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 11:27 am
דורך מ גפני
ער איז אין מאסקווע'ס עירפארט
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 12:41 pm
דורך boxcover
smart האט געשריבן:קען איינער אביסעל פארציילען מי הוא זה ואיזו היא? וואס איז זיין היסטעריא וואס האט ער געטוהן?
די
היסטעריא איז איבער די
היסטאריע...
עדווארד סנאודען איז געווען א טעכנישע קאנטראקטער וואס האט געטון ארבייט פאר די סי.איי.עי. און די ען.עס.עי., און האט פארעפנטליכט פרטים אז די א.ד. ארגעניזאציעס פון די אמעריקאנער פעדעראלע רעגירונג (און אזוי אויך די בריטישע) האבען אומלעגאל שפיאנירט אויף מיליאנען אמעריקאנער סיטיזענס!
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 12:47 pm
דורך שמעקעדיג
smart האט געשריבן:קען איינער אביסעל פארציילען מי הוא זה ואיזו היא? וואס איז זיין היסטעריא וואס האט ער געטוהן?
עדווארד איז פאראנטווארטליך אויף די נייעס וואס זר זהב האט דא געמאלדן:
viewtopic.php?p=122649#p122649
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 12:57 pm
דורך boxcover
פאליטישע היסטאריעאויף זיין לעפטאפ איז געווען ארויפגיקלעבט סטיקערס פון די
אי.עף.עף. און די
טאר פראיעקט.
אין די 2008 פרעזידעטיאלע וואלען זאגט ער אז ער האט געשטימט פאר א דריטע-פארטיי. ער האט געזאגט אז ער האט געגלייבט אבאמא'ס הבטחות, אבער אבאמא פירט זיך אויף ממש ווי זיינע פארגייערס (מיינענדיג אוודאי בוש א און ב). אין די 2012 פרעזידעטיאלע וואלען ווייזען די רעקארדס פון זיינע פאליטישע באשטייערען אז ער האט געשטיצט ראן פאול.
נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 1:00 pm
דורך boxcover
די סקאנדאלער האט געמאכט קאָנטאַקט מיט לאַוראַ פּאָיטראַס (א דאקומענטערי פילם-מאכער) אין יאנואר 2013. לויט פּאָיטראַס, האט סנאָוודען איר אויסדערוועלט נאָכן זען איר באַריכט אויף וויליאם ביני (א נסאַ וויסל-בלאָוער) אין די ניו יארק טיימס. זי איז אַ באורד-מיטגליד פון דער
Freedom of the Press Foundation (פרייהייט פון דער פרעסע פאנדאציע) צוזאמען מיט זשורנאַליסט גלען גרינוואָלד (פון
די גאַרדיען). גרינוואָלד זאדט אז ער האט שוין געארבעט מיט סנאָוודען זינט פעברואר און באַרטאָן געלמאַן (שרייבן פאַר די וואַשינגטאָן פאסט) זאגט אז זיין ערשטער דירעקט קאָנטאַקט איז געווען אויף מאי 16. אבער, געלמאַן טענה'ט אז גרינוואָלד איז געווען בלויז אינוואַלווד נאָך וואס די פאוסט האט נישט געוואלט צוזאגען אז זיי וועלען פארעפנטליכען די פולע דאָקומענטן אין 72 שעה.