בלאט 1 פון 1

שאלות ותשובות על הלכות שבת

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 9:47 pm
דורך האלאנד
איך האב נאך קיינעם נישט געזען צוברענגען די שאלה. אויב מען מעג אריינלייגן אין א פרידשידער ביר וואס די ווערטער פונעם ביר באטעל ווערט בלוי ווען סווערט קאלט ???

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 10:54 pm
דורך קאווע טרינקער
מיינסט אלץ כתיבה?
לויט דעם וואלט מען נישט געמעקט ארויסנעמען פון פרידזש אויך נישט, אלץ מחיקה.
נו, הלכה כרבי שמעון דדבר שאין מתכוון מותר, ואפילו בפסיק רישיה, איז דאך לא איכפת ליה.
בפרט אז ביר טרינקט מען דאך במקום מצוה.

ובזה באתי על החותם
ישתו ענווים וישתכרו
קאווע טרינקער

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 11:08 pm
דורך משה געציל
מיינסט אוודאי פסיק רישא דלא "ניחא" ליה, ווייל פסיק רישא דלא "איכפת" ליה איז ר"ש יא מחייב. און איך מיין אז עס נישט קיין לא ניחא ליה בכלל דא. אבער די שאלה איז צו א כתב וואס איז בכלל נישט מתקיים, און מען שרייבט נישט בידים עס איז נאר א פועל יוצא, צו עס איז בכלל אסור מדרבנן.

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 11:11 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'יא ניחא, ער האט עפעס דערפון.
לא איכפת איז דא מיינעך שיטת הערוך וואס איז מתיר.

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 11:14 pm
דורך משה געציל
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'יא ניחא, ער האט עפעס דערפון.
לא איכפת איז דא מיינעך שיטת הערוך וואס איז מתיר.

כתבתי; "איך מיין אז עס נישט קיין לא ניחא ליה בכלל דא" שטיי מיר אייניג?
אגב, כפי זכרוני איז דער ערוך פון די מתירים ביי פסיק רישא דלא ניחא ליה, נישט ביי פ"ר דלא איכפת ליה.

נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 11:29 pm
דורך ונבנתה העיר
אין מסורת משה דף צ"ד האט ער א גאנצע שמועס בנוגע א טעפעראטור מעסטער וואס די אותיות לייכטן אויף דורך היץ.

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 3:53 pm
דורך אביגדור
.

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:13 am
דורך יין שרף
שאלתי כלפני עשר שנים וזכרתי כיום אתמול שמותר..