בלאט 1 פון 2

א וויליאמסבורגער חסידישע אינגערמאן, א רעדדיטאר!

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 7:53 pm
דורך דבילה
די שטארק פאפולערער וועבזייטל, רעדדיט reddit.com , האט אין זיך אן אפטיילונג ווי מעמבערס, אדער אזויגערופענע "רעדדיטאר"ס, קענען זיך אויפשטעלען ביים באלעמער און אפנעמען סיי 'סארא אנפראגען. די אפטיילונג רופט זיך "פרעגט מיר וואס איר ווילט" אדער עי.מ.עי. און דארט האבן שוין אנטייל גענומען אלע סארט מענטשן, פון פרעזידענט באראק אבאמא, ביז בילל געיטס.

דעם פארגאנגענעם שבת, האט א היימישע אינגערמאן, אליין א "רעדדיטאר", גענומען דעם מייקראפאן און אנגענומען אלע ערליי שאלות בתורת א חסיד'ישער אינגערמאן וואס וואוינט אין וויליאמסבורג. לויט ווי דער אינגערמאן שרייבט ענגליש, הגם ער שרייבט היבש בעסער ווי דער געווענליכע וויליאמסבורגער אינגערמאן, איז שטארק ניכר אז ענגליש איז נישט זיין ערשטע שפראך. פון די אנדערע זייט, ווייזט דער אינגערמאן ארויס אסאך קענטעניס און פארשטאנד און שרייבט גאר אינטעליגענט. לויט ווי דער אינגערמאן שטעלט זיך אהער, איז ער 23 יאר אלט און האט מער ליבעראלע שיטות ווי וואס איז ערווארטעט פון א היימישע אינגערמאן, אבער דאך שרייבט ער אן האס. ס'איז מערקווירדיג אז דער אינגערמאן'ס ארנטליכע און אפענע צוגאנג איז שטארק נושא חן ביי די אנדערע רעדדיטארס און זעט אויס אראפצודרייען דעם האס מיט וואס עטליכע פון זיי הייבן אן.

ציווישן די נושאים וואס ער טוט אדורך ענטפערט ער די פאלגענדע שאלות:

• פארוואס חסידים טראגן דעם מאדנע לבוש
• פארוואס ער איז אויפ'ן נעט אום שבת
• פארוואס אלע חסידים האבן האנדא אדיסיעס
• ווי ווייט גייט די שנאה פון חרדים צו די יאפיס (ארטיסטען בלע"ז)
• פארוואס חסידים שאקלען די הענט אזוי שוואך (ביי א ביזנעס דיל וכדו')

און די בעסטע איז מיר געפאלן:
ARE YOU MY LANDLORD?

ליינט און האט הנאה.

http://www.reddit.com/r/Brooklyn/commen ... sburg_ama/

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 7:55 pm
דורך יידל
זיין ענטפער איבער די שאלה פארוואס פרויען שעיווען איז פשוט און גראד שקר. מ'שערט זיך נישט ווייל עס איז פשוט באקוועמער? דאן פארוואס ווארפט מען ארויס פון די מוסדות די וואס ווילן נישט זיין אזוי באקוועם?

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 7:56 pm
דורך [NAMELESS]
אין שבת? כ'האף אז די מיינסט מוצאי שבת??

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 8:04 pm
דורך מאראנצןזאפט
יידל האט געשריבן:זיין ענטפער איבער די שאלה פארוואס פרויען שעיווען איז פשוט און גראד שקר. מ'שערט זיך נישט ווייל עס איז פשוט באקוועמער? דאן פארוואס ווארפט מען ארויס פון די מוסדות די וואס ווילן נישט זיין אזוי באקוועם?


ס'איז א סברא פארוואס מ'זאל מיטגיין דערמיט אפילו דאס איז נישט די סיבה אריגינעל.
ווען ס'וואלט געווען אומבאקוועם וואלט עס געווען נאך א פאקטאר דאס אפצולאזן און אז ס'גיט צו צו דער באקוועמליכיקייט איז דאס זיכער עפעס וואס העלפט ארויס.
שמעתי כמה פעמים מאשתי היקרה אז ס'איז באקוועמער און נאך א שטיק צייט ווען די האר וואקסט צוריק ווערט זי נערוועז דערפון.
משל למה הדבר דומה גיין אין מקוה צופרי אז איינער וועט זאגן ווייל ס'איז געשמאק קען מער אים נישט באטיטלען אלס א לינגער.
יידל מוזט נישט אלעמאל זיין אזא גראדער מעכל, געווענליך האב איך מיך נישט קיין כוח איינצורייסן און ס'טוט ממילא נישט אויף ווייל יעדער האט זיך זיינע זאכן אין קאפ היינט אבער אז איך פאסט וועסטו מיר מוזן אנטשולדיגן פאר מיין חוצפה אקעגן אייער מיאסטעיט.

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 8:11 pm
דורך הוגה
יידל האט געשריבן:זיין ענטפער איבער די שאלה פארוואס פרויען שעיווען איז פשוט און גראד שקר. מ'שערט זיך נישט ווייל עס איז פשוט באקוועמער? דאן פארוואס ווארפט מען ארויס פון די מוסדות די וואס ווילן נישט זיין אזוי באקוועם?


ער איז הונדערט פראצענט גערעכט! היות עס איז נישט דא קיין שום סיבה זיך צו שעיוון, ממילא דארף איינער טאקע זיין משוגע זיך צו שעיוון, אשר על כן מוז זיין אז די איינציגסטע סיבה פארן זיך שעיוון איז ווייל עס איז באקוועמער צו האבן די קינדער אין די מוסדות ווי אין דער היים.... :lol: :lol: :lol:


ב.ד.וו. פארוואס איז דער אשכל אין די אינטערנעט אפטיילונג?

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 8:34 pm
דורך [NAMELESS]
ער לייגט א פיקטשער פון זיין היט.........

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 8:36 pm
דורך מאראנצןזאפט
נע, נישט קיין היימישער, א הויכער ביבער היט.

א ייש"כ צו דבילה

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 10:10 pm
דורך berlbalaguleh
איך קען נאר איין זאך זאגן: עמעיזינג סטאףף. דאמאלס איז יש תקוה. אז ס'איז דא אזעלכע אפען-מיינדעד יונגעלייט אין וויליאמסבורג. מי יודע אויב ר'איז נישט א יוצא ונכנס אין קאווע שטיבל?!

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 10:16 pm
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:זיין ענטפער איבער די שאלה פארוואס פרויען שעיווען איז פשוט און גראד שקר. מ'שערט זיך נישט ווייל עס איז פשוט באקוועמער? דאן פארוואס ווארפט מען ארויס פון די מוסדות די וואס ווילן נישט זיין אזוי באקוועם?

אבער פאר'ן המון עם מוז מען אזוי זאגן. ר'איז דאך עפעס א שטיקל אמבאסאדאר פונ'ם אידישן פאלק צו די גויים. בדוו.: איך פלעג אמאל ארבעטן (נאר) צווישן גויים. ווען אימער (ווען נישט?!) ס'איז אויפגעקומען א קאנטראווערסיאלע שאלה איבער אידישע מנהגים, וואס האט נישט קיין ראציאנאלן ענטפער, האב איך מיך ארויסגעדרייט מיט'ן תירוץ אז איך בין נישט דער אידישער אמבאסאדאר צו די גויים.

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 10:23 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:אין שבת? כ'האף אז די מיינסט מוצאי שבת??

מ'דארף נאכקוקן דעם טיים סטעמפ. ביי די גויים הייסט פרייטיג נאכמיטאג, צוויי שעה פאר'ן זמן "פריידעי איוונינג". מוצאי שבת הייסט ביי זיי "סאטורדעי."

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 10:27 pm
דורך זר זהב
Thanks for doing this. I'm a non-observant Jew, and I have to confess that you people scare me. Not like I'm scared of you, but I'm afraid that if I was dying in a ditch, you would step over me. Am I wrong?

Jew_Pac[S] 15 points 3 days ago
You have every right to be freaked out by us. We are freaky and weird looking. As far as dying in a ditch, lets just say l, don't rely on Hasidic Jew to rescue you.

שעים שעים

א דאפעלטער אגענט. טראסט מיר

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 10:29 pm
דורך berlbalaguleh
מאראנצןזאפט האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:זיין ענטפער איבער די שאלה פארוואס פרויען שעיווען איז פשוט און גראד שקר. מ'שערט זיך נישט ווייל עס איז פשוט באקוועמער? דאן פארוואס ווארפט מען ארויס פון די מוסדות די וואס ווילן נישט זיין אזוי באקוועם?


ס'איז א סברא פארוואס מ'זאל מיטגיין דערמיט אפילו דאס איז נישט די סיבה אריגינעל.
ווען ס'וואלט געווען אומבאקוועם וואלט עס געווען נאך א פאקטאר דאס אפצולאזן און אז ס'גיט צו צו דער באקוועמליכיקייט איז דאס זיכער עפעס וואס העלפט ארויס.
שמעתי כמה פעמים מאשתי היקרה אז ס'איז באקוועמער און נאך א שטיק צייט ווען די האר וואקסט צוריק ווערט זי נערוועז דערפון.
משל למה הדבר דומה גיין אין מקוה צופרי אז איינער וועט זאגן ווייל ס'איז געשמאק קען מער אים נישט באטיטלען אלס א לינגער.
יידל מוזט נישט אלעמאל זיין אזא גראדער מעכל, געווענליך האב איך מיך נישט קיין כוח איינצורייסן און ס'טוט ממילא נישט אויף ווייל יעדער האט זיך זיינע זאכן אין קאפ היינט אבער אז איך פאסט וועסטו מיר מוזן אנטשולדיגן פאר מיין חוצפה אקעגן אייער מיאסטעיט.

מחול לך, מחול לאך, מחול לאך. איך רעד אין נאמען פון יידל ווייל כ'בין זיכער אז ר'איז דיר מוחל.

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 10:32 pm
דורך berlbalaguleh
ראשעקאל האט געשריבן:ער לייגט א פיקטשער פון זיין היט.........

כ'האב מורא אז ר'איז א וויזשניצער חאסעד. ס'ווענדט זיך וויאזוי מ'קוקט.

מי זה?????

נשלח: דינסטאג יוני 25, 2013 11:16 pm
דורך סאשי פיש
ווי אזוי הייסט ער?

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 12:32 am
דורך יידל
די L מאגאזין באשרייבט עס. גאנץ פאזעטיוו
http://www.thelmagazine.com/BrooklynAbr ... ngly-chill

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 1:11 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
מאראנצןזאפט האט געשריבן:שמעתי כמה פעמים מאשתי היקרה אז ס'איז באקוועמער און נאך א שטיק צייט ווען די האר וואקסט צוריק ווערט זי נערוועז דערפון.

שששש.....ששש.... מאראנצן, זיי נישט קיין הולך רכיל ומגלה סוד, זיי נישט מגלה דעם רז פאר די גוים כ'האב פשוט מורא אז אויב זיי דערוויסן זיך פינעם סוד וועלן זיי זיך נעמען גאלן די האר אין די מאסן און נאכדעם וועלן אונזערע נשים צדקניות מוזן זיך לאזן וואקסן די האר כדי צו זיין אנדערש ווי די גוים און נאכדעם וועלן מיר סטאק זיין מיט נערוועזע ווייבלעך היל"ת.

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 7:51 pm
דורך מ גפני
berlbalaguleh האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:אין שבת? כ'האף אז די מיינסט מוצאי שבת??

מ'דארף נאכקוקן דעם טיים סטעמפ. ביי די גויים הייסט פרייטיג נאכמיטאג, צוויי שעה פאר'ן זמן "פריידעי איוונינג". מוצאי שבת הייסט ביי זיי "סאטורדעי."

ער לייקענט נישט אז ער איז מחלל שבת בפרהסיא, פאר די וואס האבן אים פארגעהאלטן
ער טענה'ט נאר אז פרהסיא מיינט ווען די זעהסט זיין פנים

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 9:08 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:Thanks for doing this. I'm a non-observant Jew, and I have to confess that you people scare me. Not like I'm scared of you, but I'm afraid that if I was dying in a ditch, you would step over me. Am I wrong?

Jew_Pac[S] 15 points 3 days ago
You have every right to be freaked out by us. We are freaky and weird looking. As far as dying in a ditch, lets just say l, don't rely on Hasidic Jew to rescue you.

שעים שעים

א דאפעלטער אגענט. טראסט מיר

לאו דווקא. ער געט אזעלכע ענטפערס וואס זיי ווילן הערן. פארדעים איז ער אזוי פאפולער. די גויים (און פרייע אידן) ווילן נישט הערן איבער אונזער גמילות חסדים און גרייטקייט צו העלפן א צווייטן איד. ביי זיי זעמער פריעקיש, גרויסהאלטערישע מאנסטערס.

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 9:12 pm
דורך זר זהב
דאן וואס האט מען דערפון? מילא אויב ער שטעלט אונז אין א גוטע ליכט פארשטיי איך די שמחה. אבער אונז צו באשמוצן און נאכדערצו מיט ליגיונות ווער האט אים געבעטן. וואס איז די אויפטוה

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 9:22 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:דאן וואס האט מען דערפון? מילא אויב ער שטעלט אונז אין א גוטע ליכט פארשטיי איך די שמחה. אבער אונז צו באשמוצן און נאכדערצו מיט ליגיונות ווער האט אים געבעטן. וואס איז די אויפטוה

אין הכי נמי. פאר מיר פערזענליך איז עס נישט קיין שום מציאה. פאר א טייל מענטשן איז עס "דזשואיש פרייד". אידישער שטאלץ. וויאזוי האט נאר געזאגט איינער א חכם אין שאו-ביזנעס. (כ'מיין דער בהמה וואודי אללען) ."דו קענסט זאגן איבער מיר גוט'ס אדער שלעכט'ס. דער עיקר איז זאלסט ריכטיג ספעללן מיין נאמען.".

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 11:11 pm
דורך Big Boy
He also says that he's not sure there's a god. I guess he's defending us more from the outside than the inside.

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2013 11:46 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:דאן וואס האט מען דערפון? מילא אויב ער שטעלט אונז אין א גוטע ליכט פארשטיי איך די שמחה. אבער אונז צו באשמוצן און נאכדערצו מיט ליגיונות ווער האט אים געבעטן. וואס איז די אויפטוה

ווייל די חברה פילן פלוצלים אז זיי קענען רילעיטן צו אזא איינעם, מ'קען האבן א נארמאלע דיאלאג, מיר זענען נישט אלע עליענס.

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:30 am
דורך זר זהב
אה דאס איז גוט. אבער שרייבן עפעס וואס פעהלט נישט אויס צו די ציהל, און נאך דערצו ווען ס'ליגענט און קען ברענגען אנטיסעמיטיזם (דאס אז א איד וועט נישט ראטעווען א גוי) איז א פארברעך צו טון!