וואס איז די אבסעסיע מיט די O.T.D.'ס דא?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

וואס איז די אבסעסיע מיט די O.T.D.'ס דא?

שליחה דורך דעת תורה »

א ריזיגן פראמינענטן חלק פון די שמועסן אויף קאווע שטיבל, ספעציפיש די געזעלשאפט אפטיילונג אבער אנדערע אפטיילונגען זענען נישט אויסגעמיטן, פארנעמען די שמועסן איבער די או. טי. די.'ס - באמעס, אפגעפארענע, שקצים, יו נעים איט.

עס וואלט געווען נאריש און פאלש צוזאגן אז דאס שפיגלט אפ די אלגעמיינע שמועסן אין די גאס. עס איז בלי ספק אז די טעמע און אלעס ארום ווערט דא דורכגעקייט איינמאל און נאכאמאל, אויף א וועג וואס איז גענצליך ארויס פון יעדן פראפארץ.

וואס איז די אונטערליגנדע סיבה דערצו? איז מעגליך אז דא דרייען זיך אויך או טי די'ס וואס דאס מאכט אז עס זאל זיין מער א מדובר ווי אין סתם א געווענליכע שול קופקע? אדער איז די פשט אז א היפשער טייל ניקס דא גייט זיי נעבעך אויס די אויגן פאר קנאה, און כעס אויף זיך אליין אז זיי האבן נישט די קוראזש (= גדלות הנפש...) זיי נאכצומאכן? אדער קאנסידערן טאקע טייל דא עס צו טון למעשה און ווילן עס גוט אויסשמועסן פון אלע זייטן און אספעקטן? איך בין נייגעריג וואסנדי אמת'ע סיבה דערצו איז.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

פארוואס פרעגסטו?
I have a dream
Martin Luther King ~
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איך וואלט בוחר געווען די #2 אויסוואל. אבער זינט אונזער ראש ישיבה, הרב לעיקוואוד שיחי' האט נעכטען אראפגעלייגט ווי שווער זייער לעבן גייט, און ווי געשמאק אונזער לעבן איז, קלער איך פון טוישן מיין מיינונג.
Under influence
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אויב או. טי. די. איז ביי דיר גדלות הנפש! ביסטו אליינס איינע פון זיי ממילא ביידע דיינע סברות איז איינס.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

קאווע טרינקער האט געשריבן:איך וואלט בוחר געווען די #2 אויסוואל. אבער זינט אונזער ראש ישיבה, הרב לעיקוואוד שיחי' האט נעכטען אראפגעלייגט ווי שווער זייער לעבן גייט, און ווי געשמאק אונזער לעבן איז, קלער איך פון טוישן מיין מיינונג.



לעיקוואד באוויינט דעם רשע ורע לו און ער וויל איך זאל אים שוינען, אבסורד.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מיט צדיק וטוב לו ווייסעך אז לעיקוואוד איז נישט גערעכט.... די חלק פון רשע וטוב לו מוז איך אים גלייבען... (אע"פ זיי אליינס גלייבן גארנישט...)
Under influence
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

נישט אמת. עס פארנעמט נישט א ריזיגע טייל פין די שמועסען דא. אבי גערעדט. און עס זעהט בכלל נישט אויס אונז זאלען זיין אבסעסד.

ממילא איז א שאד צו זוכען אונטערליגענדע? סיבות צו א פינאמינעטאט וואס עקזיסטירט נישט .
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

די סיבה איז פשוט, עס איז אין די נייעס.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

מאראנצןזאפט האט געשריבן:

לעיקוואד באוויינט דעם רשע ורע לו און ער וויל איך זאל אים שוינען, אבסורד.


רשע וועסטו רופען דיין רבי, נישט דער וואס זוכט דער אמת במסירות נפש. אקעי?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

יעדער וואס איז מבטל א מצות עשה ווערט אנגערופן א רשע (כ"כ בתניא).
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כ'טראכט, אז וויבאלד דא אין שטיבל רעדט מען אסאך פון די חסרונות פון אונזער סיסטעם, איז כדאי צו קוקן אויף די OTD חברה די סיבות וואס זיי זאגן עס האט זיי גורם געווען צו ווערן וואס זיי זענען,
דערנאך באטראכטן מיר מיט א מעגניפייער גלאז יעדעס ווארט וואס זיי זאגן, צי איז אמת זייערע ווערטער? אויב יא, צי קענען מיר עפעס מתקן זיין (אדער עכ"פ האקן..)? אדער רעדן זיי סתם דברים של מה בכך הבל וריק אין בהם ממש?

איזהו חכם הלומד מכל אדם, בשעת אונזערע רבנים שרייען און וויינען אז עס פאלט שטיקער פון כלל ישראל, איז כדאי צו הערן וואס די ארויסגעפאלענע האבן צו זאגן, הלואי קענען מיר בעסער מאכן - לכה"פ אין אונזערע שטובער - כדי עס זאל נישט פאלן נאך שטיקער.
ביי די פרומערע חברה און רבנים אליינס, איז דאך מאן דכר שמיה, מען טאר דאך נישט רעדן פון דעם פוקר, "יענער פורק עול וועט מיר איינטיילן ווי אזוי צו פירן אונזער באשיידענעם לעבן...?", ממילא כאפן זיי נישט ווי דער פראבלעם שטעקט,
אבער מיר דא ווייסן הלומד מכל אדם און קבל את האמת ממי שאומרו, און ממילא טוט מען אדורך שטודירן די מעגליכע סיבות וואס האט זיי געפירט אנצוקומען וואו זיי זענען אנגעקומען, און דאדורך וויסן וואס יא - און נישט - צו טון אנדערש.

איך בין נישט מער ווי א דעת בעה"ב אקעגן דעם ניק "דעת תורה", אבער הנלע"ד כתבתי,
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די סיבה איז זייער פשוט, ווייל די OTD מאוומענט טראגט אסאך משמעות, עס איז א פריזמע דורך וועלכע מיר זעען אונזער געמיינדע, עס ברענגט ארויס די שפאנונג פון אנהאלטן נירעדהאז תרכ"ח אין סאמע נוא יארק 2013, און עס איז אחינו בשרינו, עס טוט זיך אפ א ריזן מהפיכה פאר אונזערע אויגן!
די OTD באוועגונג איז א גאר וויכטיגע געשעעניש, און שרייבן דערוועגן איז זייער מסתבר, מען קען שרייבן איבער דעם פון א פילאסאפישן קוק ווינקל, פון א היסטארישן שטאנדפונקט, פון א סאציאלאגישן בליק, מען קען קוקן מיט שטאלץ, מיט ווייטאג, מיט ליבשאפט און מיט ציטער, עס איז א קאמפליצירטע, פארוויקלטע און גאר באדייטענדע געשעעניש און די שאלה פארוואס שרייבן דערוועגן איז ממש נישט קיין שאלה.
איז א וואונדער אז פאר א איד אין רוסלאנד איז געווען גאר שטארק אינטערסירט די תנועת ההשכלה אין די שפעטע תק-אנפאנג תר יארן, אדער א איד אין אונגארן אין די תר יארן בתקופת הטילונג, אדער אין די שפעטע תר יארן די תנועת הציונות? כלל ישראל גייט דורך ריזיגע שינויים, עס האט א משמעות פאר יעדן איינעם פון אונז.
פאר געוויסע איז די OTD תנועה א פתח פתוח וואס דער שערי תשובה שרייט : די טיר איז אפען אנטלויף! פאר געוויסע איז די תנועה א נקמה אין א מלכות הרשעה באוועגונג וואס האט זיי באגרעניצט, מאלעסטעט, חתונה געמאכט מיטן אומפאסיגס, אריינגערוקט א פרנסה שאינה קלה ואינה נקייה און אנגעשדכנט א לעבנס סטיל נישט צום אויסשפייען און נישט צו אראפשלינגען ; פאר געוויסע איז די תנועה א ווייטאגליכע געשעעניש וואס דער יצר הרע דרייט אן, און מען דארף מתפלל זיין אז אינזערע קינדער זאלן אוועקשטיין דערפון. פאר געוויסע איז עס א שמחה אז מען ווערט פטור פון באהאלטענע אפיקורסים און ענדליך קומען מיר צוריק נענטער צו די אויסגעגארטע מספר פון שלש מאות אשר לא כרעו לבעל. און פאר געוויסע שרייבער איז עס א געלעגנהייט צו פארטיפן זיך אין אונזער געמינדע און שרייבן שיינע מאמרים.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שמעקעדיג האט געשריבן:איזהו חכם הלומד מכל אדם, בשעת אונזערע רבנים שרייען און וויינען אז עס פאלט שטיקער פון כלל ישראל, איז כדאי צו הערן וואס די ארויסגעפאלענע האבן צו זאגן, הלואי קענען מיר בעסער מאכן - לכה"פ אין אונזערע שטובער - כדי עס זאל נישט פאלן נאך שטיקער.

http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=62255#p62255

אינטערסאנט, אז לעיקוואד שרייבט דארט אז "רוב מאל זענען די אלע טענות תירוצים מער ווי טענות".
Under influence
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

לעיקוואד האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:

לעיקוואד באוויינט דעם רשע ורע לו און ער וויל איך זאל אים שוינען, אבסורד.


רשע וועסטו רופען דיין רבי, נישט דער וואס זוכט דער אמת במסירות נפש. אקעי?


מיין רבי איז לעיקוואד!
מיר קענסטו אויך רופן רשע אבער איך בין רשע וטוב לו צוליב אשתו מקושטת לפניו אויף א גאלדענעם טאץ.
בכל אופן, דער ווארט רשע איז א געבארגטן טערמין פון איינעם אויפ'ן אנדערן זייט בריק וואס קוקט עס אן אלס מסירת נפש פאר'ן שקר און זוכט פשוט קלארצושטעלן די סיבה פון זיין אומסימפאטיע ופשוט הוא.
דער ויכוח פארט שוין דא אריין פערסאנעל הגם איך האב פרובירט אנהאלטן א רואיגן טאן, (און איך זע נישט פארוואס א חרדי זאל נישט מעגן באצייכענען אן או.טי.די. מיט'ן אויבנדערמאנטן טיטל), און איך גרייט מיך צו טוישן מיין חתימה דערפאר, נאר איין זאך פארשטיי איך נישט, זייט ווען איז דער כלי מדה אויף אן אקט ווייל ס'איז מיט אן אמביציע פון מסירת נפש פאר'ן אמת, שפיטיווקער רבי האט אויך א לעבנסשטייגער פון זוכן דעם אמת מיט מסירת נפש און איך מוז אים נישט אפלאדירן דערפאר איינמאל זיינע פעולות זענען אפגעפרעגט ביי מיר.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

מאראנצן,

פארוואס נישט מעריך זיין הרה"צ משפיטיווקע שליט"א? בעיני קומט א שטארקע הערכה אויף א מענטש וואס שעמט זיך נישט און טוט צו דער זאך, אין זיינע אויגען. דער שאלה צו ער איז גערעכט איז א באזונדערע שאלה, אבער אלץ דעם וואס ער האט גאטס וואס אונז קליינע מענטשעלעך האבען נישט קומט עם אוודאי הערכה, און עכ"פ זיכער נישט זלזול וביטול סתם ווייל מיר קענען נישט באווייזען אפילו א צענטל אזעלכע דרייסטקייט. (נו, זאל שיין איינער דא אנהייבען שרייבען מיט זיין אמת'ע נאמן, i challenge you... א באנדע פחדנים, באהאלטען זיך אינטער ניקס, און האבען נאך די חוצפה אוועקצומאכען מענטשען..)

עניוועיס, נאטינג פערסאנעל, כמובן. בכלל האט שוין קופערינוקס אויפגעקלערט באיזהו מקומן אז בי לעיקוואד איז נישטא אזא זאך פערסענאל, עס איז אלץ נאר בבחינת עלה בלבו צו צארענען, למעשה זיצט זיך לעיקוואד מיט א גרוסע שמייכל און זיפט קאלטע ביער און האט הנאה ווי אנדערע מיינען אפילו אז ער צארענט אדער אז ער רעדט פערסענעל. שוין, ער האט אביסעל מגזים געווען, די ביר איז נישט אזוי קאלט, אבער באופן כללי איז אזוי. איך הבא ס"ה געוואלט ארויסברענגען אז ס'נישט קיין חכמה אנצורופען איינער מיט'ן טיטל רשע בשעת וואס לויט'ן תניא זענען כולם ראוים לאותו איצטלא טאקע, און בכלל טראכט וויאזוי דו וואסלסטו געפילט אז מ'זאגט אזוי אויף דיר, איך מיין אז דאס טאקע טראכסטו יעצט.. איך האב דאס ס"ה געשריבען בלשון קצרה ותבחר לשון ערומים, ונקטיתי לשון קצרה.

א קלאפ אויפ'ן פלייצע ידידי היקר (תלמידים נעם איך שוין נישט אן נאכדעם וואס כמה האבען זיך פארופען בחוצפה על שמי תלמידי לעיקוואד און אויפגעשטעלט א ריזיגע ישיבה דארט און צום סוף זעה איך נישט קיין פעני פון דעם, פאר חברים האב איך נאך אפאר ליידיגע סלאטס קענסט זיך מצטרף זיין), איך מיין גארנישט דיר, שטייצעך..

קאווע טרינקער האט שוין א ורמינהו, הכא אמר לעיקוואד הכי ומשמע במקום אחר שאמר אחרת, נו, שוין, כ'בין דען א גמרא, איך געדענק נישט אפילו וואס איך האב געשריבען דארט, מן הסתם אויב כ'האב געשריבען עפעס האב איך אזוי געטראכט, קען זיין כ'האב געטוישט מיין מיינד, ווי עס מאכט זיך גאנץ אפט, קען זיין ס'איז באמת נישט קיין סתירה ויש לחלק, קען זיין הא לן והא להו, קען זיין אז איין זאך האב איך געשריבען לפנים לצורך ההמון און א צווייטער איז מיין אמת'ע דעה, קען זיין נאך אסאך זאכען, אבער הו קעירס? א קשיא אויף גאנץ לעיקוואד.. לעיקוואד שטארבט נישט אז ס'איז דא א קשיא אויף עם.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ווען א נארמאלער מענטש טוט אזאנס קן מען עס רעספעקטירן. אבער דער שפיטיווקע קוקט דאך אויס נישט מיט אלעמען טו בעגין וויט
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

אינטערעסאנט אז די אלע דרייסטע ווי דער שפיטיווקער האבן נאר דרייסטקייט פאר משוגעת, אפשר איז זיך זיין 'דרייסטקייט און זיך נישט שעמען און טון צו דער זאך' זיך מאחד מיט זיין משוגעת און איז א חלק פון זיין פראבלעם?
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דרייסטקייט איז נישט קיין ערך כשלעצמו, נאר אן ערך נלווה צו חכמה, אויפטוה אדער קריעטיוויטי.
לכשתמצי לומר וואלט איך געזאגט אזוי: יש גאטס ראשון ויש גאטס אחרון. גאטס שלפני הדעת וגאטס שלאחר הדעת. אדם הראשון דרייט זיך ארום אדם נאקעט פארן בייסן אינעם בוים, קיין שום דרייסטקייט, נאכן עסן פון די בוים שעמט ער זיך, אויב זאל אדם הראשון זאגן, העי, עם איי נאטס? פון וועמען שעם איך זיך, איך פייף יעדן אן! און אראפ מיטן פייגן בלעטל, וואלט איך אים געשעצט, אבער דאס איז נאר די צווייטע נאקעטקייט, די דרייסטקייט שלפני הדעת איז קיין דרייסטיקייט.
והנמשל הוא השפיטיבקאי.


ומה שנוגע אונזער דרייסטקייט, הנני קורא בזה מנהמת לבי, מורנו ורבינו לעיקוואד, זיי דער נחשון, שפרינג אריין, הראני נא את כבודך, און מיר אלע וועלן שרייען "נתגלה העטרה (משורש עטרת ראשנו, להוציא מלבם).
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

גאטס און מסירות נפש איז נאר געזאגט געווארען ביי א מענטש וואס פראמאגט שכל אבער איינער וואס פארמאגט נישט האט נישט קיין פראבלעם מיט געוויסע זאכן און א שריט וואס דו קוקסט אהן אז עס קומט מכוח זיין גאטס, מסירות נפש קומט מכוח וואס זיין שכל איז נישט דעוועלאפט ווי ביי א נארמאלער מענטש און ס' בלאקט איהם נישט צו טוהן זאכן וואס א נארמאלער מענטש טוהט נישט און דארף דעריבער נישט אנקומען צו די אויבן דערמאנטע טערמינען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום למדן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך האב נישט געמיינט השפיטיבקאי בעצמו וואס קען זיין עס איז טאקע פשוט בבחינת והיית משוגע, וואס דאס איז טאקע נישט דרייסקייט בכלל נאר טיפשות, נאר אלץ משל אויף די נקודה. אויב איר ווילט אן אנדערע משל פעלט נישט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

קופערניקוס האט געשריבן:ומה שנוגע אונזער דרייסטקייט, הנני קורא בזה מנהמת לבי, מורנו ורבינו לעיקוואד, זיי דער נחשון, שפרינג אריין, הראני נא את כבודך, און מיר אלע וועלן שרייען "נתגלה העטרה (משורש עטרת ראשנו, להוציא מלבם).


אז דו וועסט מיר ממש טשעלענדזשען וועל איך עס טוהן, און דו וועסט נישט האבען קיין תירוץ עס נישט נאכצוטוהן, ראו הוזהרת..

(מנהלים, וויאזוי טוישט מען א ניק-נאמען?)
I have a dream
Martin Luther King ~
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איך פיל ווי עפעס גייט דא פלאצן....

לעיקוואד, זוך אויף קאלטע ביר און relax... דיין תלמיד מארנצען זאפט וועט צו ווארטען ...
Under influence
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך פארשטיי נישט ואס האסטו מורא, אז אנשטאט לעיקוואד וועט שטייט חיים משה שטערנבערג? כ'מיין, ס'איז דען עפעס א נפקא מינה?


דיין עצה לגבי די קאלטע ביר נתקבל במערכת איך האף בס"ד מקיים זיין.
I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט