בלאט 1 פון 3
דער וויק-ענד טויט-שטילקייט זומער אשכול
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:03 pm
דורך זר זהב
מאנכע האבן שוין באמערקט אז דער זומער האט זיך איינגערוקט. און דער סיסטעם שלאגענדער עולם... קרעדיט [tag]קאווע טרינקער[/tag] און אלע אנדערע פארן ארויס ווי וואוילע אינגעלעך צו די פארדזשאווערטע באנגעלויס. הם הלכו למאסקיטאס ואותנו עזבו לאנחות.
ס'ווערט א טויט שטילקייט דא אין קאפי צימער, אזש מ'קען הערן די באמבעל בינען זשומען. -- ווער ס'וויל זיך מחזק זיין, זאל אהערקומען דא און צוזאמען וועלן מיר זיך האלטן שטארק נישט געקלאפט צו ווערן פון די ליידיגע שטימונג.
מיט'ן באשעפערס הילף וועט כאטש אפשר איין אשכול לעבן אויף אלע באקן אין די זומער'דיגע וויקענדס.
ווער איז אינעווייניג?
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:06 pm
דורך יין שרף
כ'וואלט ווען געקומען, נאר כ'וויל נישט נישט אויפוועקן די טויטע....
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:09 pm
דורך מאראנצןזאפט
זר איך בין מיט דיר, ווען די חברה קומען אריין מאנטאג 9 אזייגער אין אפיס זאלן זיי פלאצן פאר קנאה.
אפילו שבת נחמו פאר איך נישט אוועק, איך בין דא זיין וואס זאל זיין.
מיר גייען דא אפקאכן סומאכטוכעס און זאווארוכעס אז דער עולם זאל זיך בענקען.
נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:10 pm
דורך זר זהב
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 12:37 am
דורך פרישער
מיין לעצטע מוש"ק תגיבה אויף די סדרה האט נישט געהאט קיין בעלנים, אדער ווייל איך וועפ אדער ווייל סיז זימער אדער א קאמבאנאציא
עס איז געוועין כבלעו כך מאלטעד
איך וועל נעמען ארלויב ביז נאך זימער ווען דער עולם וועט אהיים קימען פון הייברענאציא
וואס קלערט עץ
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 12:45 am
דורך זר זהב
קומט אריין צו מיר נעכטן א אינגערמאן אין געשעפט און ווייזט מיר זיין ציצית וועלכער הענגט פון הונטער זיין צעפענט רעקל. ער דארף א נייע זאגט ער. איך קוק אים אן אזוי מיט וואונדער, וואס איז שלעכט דערמיט? ס'איז שניי ווייס, אפ' פון דער נייע סארט מאטריאל אויפגענייט. אבער נאך גוט איינקוקן האב איך תיכף באמערקט זיין פראבלעם. נעמליך, דאס ציצה דערשטיקט אים שיער ביים האלדז. קוים ער קען אויפמאכן א מויל צו מיר.
דע אינגערמאן א פעשליכער אביסל גיט מיר צו ערקלערן: היות פאריגע מאל האט ער זיך אפירגעזוכט א קורצן ציצית מיינענדיג דאס וועט אים מאכן אויסזען ווייניגער חאניאק, האט ער אבער צו זיין בראך מיאוס אפגעשניטן דאס ציצה איז אים מעלה גרה און דראהעט אים אויף אייביג שטיל צומאכן. ער מאכט א חשבון דאס ער ציהט איר אראפ אין דורכשניט א צוויי צענדליג מאל א טאג. נו, איז ער דאך טאקע רחמנות. מ'מוז אים אויסשטרעקן א האנט. פארשטייט זיך אז ער לאזט זיך באדינען ווי פסח אויפדערנאכט. ער ווייזט נאר מיטן פינגער און ס'קומט צופליעהן אלע סארטן ציצית. געב איך אים א 24 אנשטאט דעם 22. קאמאן ווייז איך אים, זעסטו אפ' דארטשיקער נוץ א 24, ווילסטו פעט פליישיגער זיך איינרעפן אין א קארג שטיקל סחורה'לע? אוואו גיבט דאס?
יעדנספאל. דער איינמאל דאס קעשענע האט זיך אים צעעפנט האט ער נישט געוואוסט פון קיין גרעניץ. ער וויל אנפרובירן אן דעם טלית קטן, זאג איך אים רעבע, טוט אויס דעם רעקל. "דריי דיך ארום זאגט ער מיר מיט א האלבן שמייכל אויף די ליפן. פארשטייסטו מיר אויך מיר א לץ אויף דער עלטער געווארן. ס'האט אים גענומען א מינוט צו כאפן פון וועלכע זייט דעם קאפ אריינצושטעקן, און אז דער V קומט פארנט. די פארנייעטע זייט פונעם כנף ברויך רועהן אויף זיין בייכל. ער באפארעט זיך ענדליך. ציהט ארויף ציט אראפ, און יא ס'איז אים געפאלן, די סחורה, מיט די קניפעס, די מוסטער און אין אלגעמיין דער קאמפאני. אה. אום גאט'ס ווילן. אזויפיל זאכן דארפן דאך קליקן, ממש ווי א שידוך. מ'קען מיינען, ער גייט א אתרוג אויסוועהלן דא.
כ'פרעג אים אזוי צו ער ברויך א בעסער קוואליטעט סחורה פאר א עטוואס טייערערן פרייז, אדער אביסל שוואכערע פאר א ביליגערע? נו זאגזשע אליין. האב איך נישט צוגעטראפן צו וואס ער גייט ענטפערן?! ער חזר'ט אן דעם בגד נאך איידער ס'האט צייט שמוציג צו ווערן. בעסער קוואליטעט, פעהלט אים אויס ווי א לאך אין קאפ. ער דערמאנט מיר די אנדערע פגעים וואס נודנען מיט אנדערע סארט פראגן, א שטייגער ווי: אבער זאג נאר דו, דער ציצה האלט זיך שטארק? אדער עס צערייסט זיך אזוי ווי דאס פאריגן וואס כ'האב געקויפט מיט א מיאנטעק, און א וואך דערנאך איז עס געגאנגען רייסן. זאג איך דעם אויבער חכם. קוק אהער, גארנישט איז נישט פארזיכערט, אז וועסט גיין מיט א נאגל און אדורכשטעכן דעם ציצה בין איך כמעט זיכער ער וועט זיך מיאוס צעלעכערן. פארט איז ער נישט פון משה'ס האלדזן שטאף פארבריצירט. נאך דא אסאך ארומצורעדן. דא עקא מוז מען עוקר זיין יעצט. ארבעט איז ארבעט איז ארבעט.
מקור: פעיסבוק
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 12:47 am
דורך זר זהב
[tag]פרישער[/tag] איך האב טויזענטער תגובות אן בעלנים
בלייב דא
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 12:58 am
דורך יין שרף
[center]BREAKING NEWS
זר'ל האט געטראפן א דזשאב!!![/center]
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 1:03 am
דורך משה געציל
העי! כ'בין מוחה! ממילא מען בלייבט דא, נא, אלטס איז דא אפאר אויבער חכמים. אבער גיין עפענען א אפיציעלע אונטערהאלטונגס געהענגעל וואו מען וועט סומאטאכירן און זעווארכירן אין די שפעטע מוצאי שבת שעות, אין דער צייט וואס טויזענטער אידן זענען זיך מוסר נפש און פלאגן זיך אויף א שווער שטיקל וואלי?! נא וועי! צימערמאן ביזטא?
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 1:04 am
דורך זר זהב
עט יין שרף. ווען זעה איך מיין ערשטן טשעק ?
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 1:09 am
דורך יין שרף
וואס?! דיין ערשטע ציצית קאסטומער האט נישט באצאלט?
(אדער זיך דערשטיקט פארן צאלען...?)
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 1:11 am
דורך זר זהב
אה חחח נישט געכאפט! סדאך נישט מיינס סיז פון פייסבוק
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 1:13 am
דורך סאשי פיש
איך בין אין קאנטרי איך מעג דא שרייבען???
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 1:13 am
דורך יין שרף

אך שוין געמיינט, נו עניוועיס לאמיר דאנקען די רבש"ע אז די בלייבסט מיט אונז...!
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 1:28 am
דורך זר זהב
סאשי פיש האט געשריבן:איך בין אין קאנטרי איך מעג דא שרייבען???
זיכער, אבער מיט דרך ארץ
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 1:30 am
דורך בדחן
זר זהב האט געשריבן:סאשי פיש האט געשריבן:איך בין אין קאנטרי איך מעג דא שרייבען???
זיכער, אבער מיט דרך ארץ
דרך ארץ איז נישט אין קאנטרי, ער איז דא מיט מיר.
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 4:50 pm
דורך זר זהב
[center]א פרייליכן לעכטיגן געשמאקן שבת פאר אלע אנשי שלומינו וואס זענען פארבליבן אין שטאט, וואונטשט:
דער וויק-ענד טויט-שטילקייט זומער אשכול[/center]
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 4:58 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 5:44 pm
דורך אני מת לחיות
א מחיה שטיל
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 6:13 pm
דורך קאווע טרינקער
וואס מיינט אקטיווע אשכולות?
ס'טויט דא
ס'זעהט אויס ווי די ליבעראלע האבן זיך אפגעטיילט און גע'עפענט א נייע פארום.. היסטוריה חזר'ט זיך איבער?
[tag]יאנקל[/tag] וואו ביסטו?
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 7:38 pm
דורך מאראנצןזאפט
ידועה פון הייליגן ר"ח וויטאל אז בעקבתא דמשיחא איז די עבודה חשוב'ער.
וויל איך דא בעטן בשער בת רבים און מאכן א שטיקל אפיל, אויב זעט איר א טייערן ניק אפשרייבן א פאר ווערטער בצוק העיתים הללו וואס מיר מאכן מיט אזעלכע שווערע שטילשווייגענישן, דאונט העיזיטעיט, גיט אים א לייק, א גוט ווארט, אפילו אויב אין פרידנס צייטן וואלט אייך נישט פאראינטערעסירט די נושא וואס יענער האט בארירט, בלויז פאר דעם אליין אז יענער האט גענומען די מי אין אזעלכע חשכות'דיגע טעג ווען ס'איז מאסו ומשתולל בשטיבלינו היקר ובחרו בזרות וואלי באל בערי הקטסקילים פסל ותמונה שלא שארו אבותינו וכו'.
בתודה למפרע, ותפלתינו למרום שהימים הקשים חוש יעברו ויקוצו וירננו שוכני עפר במהרה השתא בעגלא.
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 7:49 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'האב פארשטאנען דעם רמז, כ'האב אייך געלייקט.
איר קענט מיר צוריקלייקען אפילו אויב איר האלט אז כ'האב אייך נישט פארשטאנען.
נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 7:49 pm
דורך אביגדור
איהו להוי וכו'.