בלאט 1 פון 1

די קאווע שטיבל סומאכטע

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 1:15 am
דורך בדחן
וואס איז דאס אז כמעט אלע קאווע שטיבל׳ך אין די גארער וועלט האב אויפאיינמאל בשאט נפש געדראפט מיין באליבטע טעסטער טשויס און אריינגעברענגט קאווע אשר לא שערים אבותינו, קאווע וואס אונזערע עלטערן האבן קיינמאל נישט געניצט..? מאנכע שווערן זיך אז די נייע קאווע איז בעסער.. אבער וואס טוט זיך מיט חדש? ווי אזוי מעג מען משנה זיין?

בכלל די גאנצע קאווע שטיבל איז אזאך וואס דארף א ערענסטע בליק, עס גייען דארט פאר גרויסע מכשולות ואין איש שם על פה, מאנכע לייגען דבש מילך אין די זעלבע פרישדער ווי די גאלדען פלאו מילך, אנדערע לייגען פיצי גלעזליך אויף וואס מען קען נישט מאכען קיין בורא נפשות, אנדערע שפארען עס אפ תיכף נאך תרח׳ס מנין, א טייל האבן אופגעהערט געבן רינעדיגע ציקער וויבאלד עס זעט אויס פונדערווייטענס ווי מעל און מעל ניצט מען פאר די מצות פאר פסח,

הכנוו לסומכטע ומחאה אדירה = חסידים פאר טעסטער טשויס...!

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 1:20 am
דורך סאשי פיש
די y&s קאפי האט א חסרון אז עס זעט אויס ווי טעסטער טשויס נישט ווי די זאמד קאפי אזוי האט מען עס דורעכגעבראכען ווייל די עולם האט נישט געהעריג געכאפט וואס גייט פאר און ווען מען האט זיך אויפגעוועקט איז שוין געווען צו שפעט

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2013 11:04 am
דורך שמעקעדיג
בע'סומאכטע' בעכאגעיכא, וועהאיוסא אאח אאח שאמייאך!

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 10:33 am
דורך אבזערווירער
וויי און עס קאווע זאל מוחל זיין און צוריק ברענגען זייער ערשטן טעם וואס ס'האט געהאט ביים גרינדן זיך, לעצטנס האט דאס באקומען א שישא טעם .....מען בעט די הנהלה פון קאווע שטיבל זאל קער נעמען פון דעם פראבלעם, אז נישט וועל איך מוזן בעטן ODA זאל זיך אריינמישן