טשאק אי טשיז פאר ערוואקסענע (געדאנקען)

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3593 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4507 מאל

טשאק אי טשיז פאר ערוואקסענע (געדאנקען)

שליחה דורך מאטי »

איר זענט שוין זיכער געווען דארט חול המועד, אדער סתם א לאנגען פרייטאג נאכמיטאג. איך דארף אייך נישט אויסמאלן דער טומעל און געפילדער וואס דארט גייט פאהר. מטרייבט ווירטואלע מאטאר וויהאקלס, גיטאריאס,באסקעט באלל, מאונסטערס מיט 18 פיסלעך, טראנספארמערס איירן מאן/בעטמאן/ספיידערמאן און סופער לעדי,שפרינגען ארום בערבוביא און די סקרינס, פולווער רויעך מיט שרעקעדיגע כלי זיין, מאכן פארלירן לעבנס פון ווירטואלע נפשות בלויז צו ווערן צוריק לעבעדיג צום קומענדיגער ראונד. מ׳געווינט טיקעטס,דשזעק פאטס,בואנוסעס ס׳שפילט צו אזא הויכער גיאטאר בעס מוזיק וואס דרייט איבער דער געדערים.

 ביים עק זעט מען א פארשפיצלטער קאפל פארטון און צוהיצט אין א האקי געים מיט הויעכע געלעכטערס! ביי אונז און געגענט אויפן גאס, וואלטן זיי געגאנגען אפגערוקט א מרחק פון מינימום 3 האקי טעיבלס. אידישע מיט נישט אידישע קינדערליך וואס וואלטן נישט אויף איין גאס צוזאמען געשטאנען, גליטשען זיך אינאיינעם ממש וגר זאב עם כבש........

זיץ איך מיר אזוי אין דער זייט אויף א טישל, און איך שמייכל מיר אונטער, הנאה האבענדיג פון מיין געזונדעל׳ס לוסט/לויפן/שרייען,און איך טראכט צו מיר מיט שפאט..
 וואס איז זייער אמביציע ?
וואס איז זייער טרייב קראפט ?
געווינען ווי מער געימס טיקעטס..
אויב מאכט זיך א גרויסע געווינס וועלן די קולות איבערשרייען דער מוזיק, די טיקעטס ברענגען שמחה מ׳לייגט זיי אוועק, מ׳ציילט דאס, אויב פארלירט מען עטוואס וויינט מען, אלעס אלעס ביז... דער ענדע,שטעלט מען זיך און א שורה און מ׳ווארט.
ענדליך קומט אן זייער רייע און ס׳פאנגט זיך אן א גאנצער משא ומתן וואס צו נעמען, ביז מ׳סעטלט אויף א קורצער ליסטע צווישען א דיינעסאר א ליזערט מיט א פראש.
מיין אליקים טענה׳ט אז די ליזערט איז די בעסטע, ער כאפט גלייך אן אטאקע פון זיין שוועסטער׳ל,  מעה!! ס׳איז אן עקלדיגער חיה פוי!!!.
פיינעלי קומען זיי צו א פשרה... וואס? עפעס אן אוסגעדראשענע פראש! וואס מ׳קען באקומען פאר ארום $1.99 און א 99 סענט סטאר! און מ׳הארגעט זיך שוין ווער ס׳זאל דאס אויפבלאזן.  פאר די טשענדש (דער פראש האט געקאסט 1200 טיקעטס און מיינע חברה האבן צוזאמען געקראצט 1256 טיקעטס) עפעס אן אירעיסער וואס שמעקט פון פארשימלטע טשעריס אדער א סופער באלל וואס באונסט נישט (די וואס באונסט יא קאסט 500 טיקעטס).

הייסט אזוי!  - טראכט איך צו מיר - איך באצאהל $45 איינצוקויפן טאקאנס כדי זיי זאלן קענען טון א האלבן טאג שווערע ארבייט ארומלויפענדיג פארשוויצט טרעידינג דיעלס קלאוזינגס אמפערנישן,כדי צו געווינען טיקעטס וואס איז בסך הכל ווערד אן אומאויפגעבלאזענער פראש מיט א סופער באלל ? 
און דיזע טיקעטס.. זיי האבן אזא חשיבות !! סווערט א טייערער קארענסי....אוי רבש״ע.. קינד מיינס! איך קויף דיר 10 פרעש פאר האלב די געלט און ווארף דיינע טיקעטס אין מיסט אריין!! 

און דאן האב איך זיך געכאפט... אזש כ׳האב זיך ממש געשעמט פון מיר אליינס.

כ׳האב געהערט א שניידענדע שטימע וואס רעדט צו מיר און זאגט מיר, מאטי טייערער !! דו פארברענגסט טאג נאך טאג פארשוויצט מיט שווערע ארבייט, מאכסט דיעלס/קלאוזינגס (הלואי) אלעס כדי צו באקומען אזאלכע גרינע טיקעטס און די מאכסט דאס פאר א גאנצער קארענסי און מ׳קען מיינען וואס באקומסטו דערפאר? יא! עפעס אן אומאויפגעבלאזענער פראש !!!!  ווייסטו דען נישט אז דאס איז אחיזת עניים ? מיט אביסל חכמה מיט אביסל שכל מיט אביסל חסד/גמ״ח/תורה/תפילה/אהבת ישראל/אהבת השם באקומסטו מיליון מאהל מער ווי דער אויפגעבלאזענער פראש ? און אין אסאך א קלענערער צייט אפשניט.
ווארף אוועק די גרינע טיקעטס אין מיסט...... איך געב דיר א מיליאן מאהל מער..

און מיטאמאהל האב איך אויפגעהערט צו קוקן מיט שפאט אויף מיינע קינדערלעך וואס האלזן זייער טייערער טשאק א טשיס פראש וואס האט געקאסט 1200 טיקעטס..
כ׳האב מיר געשפירט ווי א חלק פון זיי, איך בין גארנישט בעסער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר