בלאט 1 פון 2

ווער האט מחבר געווען דער ניגון?

נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2013 11:08 pm
דורך הוגה
דאכצעך אז ס'נאך נישט דא אזא אשכל. וזה החלי:

עס איז דא א באקאנטע ווארימע ניגון אויף על נהרות בבל, מען זינגט עס אין אסאך קעמפס. ווער איז די מחבר פון דער ניגון?

איך קען די ניגון נאר ביז די ווערטער עד היסוד בה, נאכדעם גייט עס צוריק צו אם אשכחך. איז דא א המשך צום ניגון?

נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2013 11:15 pm
דורך איך אויך
באלאגנט אין מוזיק פורום.

עס איז באמת א ווארימע ניגון ,איך קען עס אויך נאר ביז עד היסוד בה.

נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2013 11:27 pm
דורך פרישער
סיז א ניגון פון אלטע באבעווע רבי

זאל אינזער אפיציעלע באביווער איבערנעמען

נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2013 11:59 pm
דורך הוגה
ניין, רבי בן ציון מבאבוב (הראשון) זצ''ל האט געמאכט אן אנדערע ניגון, וואס איז אויך נישט באקאנט אויפן וועלט. איך רעד פון א באקאנטע הארציגע ניגון.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:00 am
דורך אביגדור
מפורסם.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:00 am
דורך איך אויך
זצ"ל מיט הראשון איז א דאפעלטע לשון.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 2:07 am
דורך ונבנתה העיר
הראשון גייט אויף מבאבוב...

[נאר א ווערטל...]

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 8:24 am
דורך אביגדור
[.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:19 pm
דורך זר זהב
ווער האט געמאכט די באקאנטע הודע לה' כי טוב ניגון. אין באבאב טאנצץ מען מצוה טאנץ דערויף

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 1:23 pm
דורך קאווע טרינקער
א מיידל פון קעמפ גילה.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 1:28 pm
דורך איחוד פעלד
ווער האט געמאכט דער שלום עליכם ניגון פין רעבע ז"ל?

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 1:29 pm
דורך זר זהב
ר' בעריש ווישעווער

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0WrX-X62swc[/youtube]

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 1:32 pm
דורך קאווע טרינקער
וועלעכע ניגון האט ער געזינגען פאר ר' ווישעווער האט געמאכט דעם ניגון?

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 1:32 pm
דורך זר זהב
ליפא שמעלצער'ס can you put down the phone

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 1:35 pm
דורך קאווע טרינקער
שיין. מ'דארף נאר וויסן וואס האט אים געצווינגען צו טוישן

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 1:52 pm
דורך אביגדור
קאווע טרינקער האט געשריבן:א מיידל פון קעמפ גילה.

זי האט געהייסן ר' אליעזר'ל דזיקוב'ער.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 1:58 pm
דורך פרישער
איך קען נישט זעצען די ווערטער

אה אה אה אה הקדוש בריך הוא

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 2:43 pm
דורך קאווע טרינקער
רב החובל האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:א מיידל פון קעמפ גילה.

זי האט געהייסן ר' אליעזר'ל דזיקוב'ער.

זיי מיר מוחל, איך וואלט ווען געדארפט מער נזהר זיין. ביי ענק זענען דאך ניגונים פון די יסודות.

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 11:26 am
דורך אויסדריקלעך
על נהרות איז פון אגודה בויס קווייער

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 12:29 pm
דורך diff
They didnt compose. They just sing old songs,

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 9:49 pm
דורך zurich
ס'דא צווי רחם בחסדיך'ס די ערשטע זאגט מען צוויי מאל רחם און די צווייטע נאר איין מאל ווער האט געמאכט ביידע ניגונים?

נשלח: זונטאג אקטאבער 20, 2013 10:16 pm
דורך אויסדריקלעך
די צוויי מאל איז חיים בנט'ס

נשלח: זונטאג אקטאבער 27, 2013 4:04 pm
דורך גאטס גענעראל
ווער האט קאמפאזט די נייע ה' מלך און ווער זינגט עס?