בלאט 1 פון 1

קאמפיין אטאקעס 2012

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 9:09 pm
דורך גדעון
פאליטישע עקספערטן זאגן פאר, אז די 2012 קאמפיין וועט זיין איינס פון די נעגעטיווסטע אין די געשיכטע פון אמעריקאנע פאליטיק, אבאמא פון איין זייט וואס האט נישט ציפיהל וואס צו צייגן פון זיין אייגענעם רעקארד וועט שטיין גרייט מיט א ביליאן דאללער אויף צו אטאקירן ראמני,
מיט ראמני פון די אנדערע זייט האט שוין יעדער געזעהן ביי די פריימעריס וויאזוי ער האט געפירט זיין קאמפיין, ער האט "אוטספענדעט זיינע אפאנענטס" מיט מיליאנען, און 95 פראצענט פון זיינע עדס זענען געווען נעגאטיוו.

נאט אייך א ביישפיל פון די שיינע קאמפיין וואס ווארט אונז אפ,

די אבאמא קאמפיין האט אויפגעגראבן אז אין 1983 האבן די ראמניס -נישט מער געדאכט- ארויפגעזעצט דאס הינטל זייערן "סימאס" אויפן דאך פון די פאמיליע סטעישאן וואגאן, און אזוי געפארן פון באסטן צו קאנאדע (צו די הנאה פונעם כלב - לויט ראמני). מיט דעם האבן די דעמעקראטן געוואלט פארשווארצן ראמני'ן ביי די פיהלע הינט ליב האבער.
דעיוויד עקסעלראד האט אפילו געטוויט א פיקטשער פונעם פרעזידענט מיט די אבאמא הינטל "באו" אין זיין קאר מיט די אויפשריפט: how loving owners transport their dogs..

די ראמני קאמפיין איז נישט שילדיג געבליבן און האט "אויפגעדעקט" אז א 6 יעריגע אבאמא ווען ער האט געוואוינט אין אינדאניזיע ביים זיידן האט ש'מער ניש'ווייניגער געגליכן צו עסן הינט פלייש.. וזה לשון אבאמא יר"ה אין זיין בוך: "With Lolo, I learned how to eat small green chili peppers raw with dinner (plenty of rice), and, away from the dinner table, I was introduced to dog meat (tough), snake meat (tougher), and roasted grasshopper (crunchy),
דאס איז א טעיסט אויף וואס ס'ווארטס אונז אפ אינעם קומענדן וואהל סעזאן

Re: קאמפיין אטאקעס 2012

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 9:10 pm
דורך גדעון
.

Re: קאמפיין אטאקעס 2012

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 9:10 pm
דורך גדעון
.

Re: קאמפיין אטאקעס 2012

נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2012 9:11 pm
דורך גדעון
איינב פון די גאר בייסיגע קאמירישעלס קעגן אבאמא:
http://www.youtube.com/watch?v=KVDs9mSG3AA
קרעדיט: רעפאבליקאן נעציאנאל קאמיטע

Re: קאמפיין אטאקעס 2012

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 11:30 am
דורך גדעון
אטאקע נומער 2 - ראמני'ס רייכטום,

נעכטן ביי א רעדע סלעש קאמפיין ראלי האט דער פרעזידענט אטאקירט ראמני אן דערמאנען זיין נאמען: “Somebody gave me an education. I wasn’t born with a silver spoon in my mouth. Michelle wasn’t. But somebody gave us a chance. Just like these folks up here are looking for a chance,
האט דער פרעזידענט געזאגט

ראמניס ענטפער האט נישט געשפעטיגט צו קומען, ביי א אינטערויאו אויף "פאקס ענד פרענדס" האט ראמני געאייסערט: “I’m not going to apologize for my dad’s success. But I know the president likes to attack fellow Americans. He’s always looking for a scapegoat, particularly those that have been successful like my dad,”ֿ

Re: קאמפיין אטאקעס 2012

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:32 pm
דורך יידל
שכויח גדעון. :like

Re: קאמפיין אטאקעס 2012

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 12:35 am
דורך [NAMELESS]
:like
סארי גדעון אז איך קען דיר נישט געבן א לייק. איך בין יעצט אין די ברוינע טעמע.

איך מיין אז דאס קומט דא אריין
http://www.vosizneias.com/104937/2012/0 ... nder-bush/

Re: קאמפיין אטאקעס 2012

נשלח: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 3:35 pm
דורך גדעון
ס'געדענקט זיך נאך גוט די "סעלעבערטי" קאמירעשעל ביי סטיוו שמידט, נאך אבאמאס מאסיווע אויפטריט אין בערלין פאר 200 טויזענט פארזאמעלטע אין די אנפאנג פון די 08 וואל יאר, די קליפ וואס אלע מידיא נעצן האבן איבערגעשפילט האט צייטווייליג אפגעשטעלט די אבאמא-שוואונג, און געגעבן א שטיפ פאראויס פאר מעקעין,
http://www.youtube.com/watch?v=oHXYsw_ZDXg

יעצט נאכדעם וואס אבאמא האט די פארגאנגענע דינסטאג ערשינען אויף די "שפעטע נאכט מיט שמעון פעלאן שאו" אויפציטרייבן שטיצע ביי די קאליזש סטודענטן איבער זיינע קאליזש טואישאן פלענער, האט געוויסע טי פארטי גרופע געלאזט לויפן נאך א "סעלעבערטי עד" ווי cool אבאמא איז...
http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... hXGkeMdOJs

דא איז נאך איינס פון די ריפאבליקען נעשאנעל קאמיטי, מיטן נאמען "A Tale of Two Leaders" איבער די צוויי פירער באראק אבאמא און מיט ראמני:
http://www.youtube.com/watch?feature=pl ... R4Y2EQ-e4#!

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 5:06 pm
דורך גדעון
אין א רעדע אנעם טעלעפראמפטער האט פרעזידענט אבאמא בתוך דבריו געזאגט "If you’ve got a business, you didn’t build that. Somebody else made that happen"


http://didntbuildthat.com/

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 7:45 pm
דורך ניו יארק
איך הייב שוין אן צו טראכטן אז אבאמא ארבעט פארן ראמני קאמפעין....

ס'הייבט זיך אן!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:15 pm
דורך זר זהב
A group of former U.S. intelligence and Special Forces operatives is set to launch a media campaign,
including TV ads, that scolds President Barack Obama for taking credit for the killing of Osama bin
Laden and argues that high-level leaks are endangering American lives


"Mr. President, you did not kill Osama bin Laden, America did. The work that the
American military has done killed Osama bin Laden. You did not," Ben Smith, identified as a
Navy SEAL, says in the film
.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 7:02 pm
דורך real jew
I voted for Obama and hoped for hope and change. I Now feel hopelessly changed

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 8:24 pm
דורך חכם מחוכם
די גאנצע לאנד-עולם גולם-האט נאך געגעבן קרעדיט פאר אבאמא’ן, און בוש’ס סטאקס זענען געפאלן, איי בוש האט אנגעפאנגען די גאנצע מלחמה קעגן טעראר???, נאך א חוצפה האט פאסירט ווען אבאמא איז ארויס געקומען געבן זיין דרשה נאכ’ן כאפן בין לאדין, האט ער נישט דערמאנט קיין איין ווארט פון בוש,
Thats the "change" we waited for.........