בלאט 1 פון 5

"וועקט אייך אויף ראקלענד"

נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2013 11:53 pm
דורך יין שרף
צענדליגע גוים האבן זיך פארזאמעלט די פארגאנגענע פרייטאג אין מאנסי מיטן ציהל צו "פארבעסערן" די באציאונגען מיט די חרידישע איינוואוינער.
די גוים פונעם גרופע "וועקט אייך אויף ראקלענד" האבן זיך אנגעטוהן בגדי שחורים (מ'זאל זיי נישט דערקענען צווישן די אידן... אדער איז דאס געווען עצת בלעם ללבוש שחורים ויעשה מה שלבו חפץ...) און געגאנגען איינקויפן אלע זייערע הצתרכות'ן אינעם היימישן געשעפט "ראקאלענד קאושער" בעצם יום הערב שבת ווען די געשעפט איז פיל מיט אידן, מיטן ציל צו ברענגען נענטערע געפילן צווישן די צוויי צדדים.
די גרופע פארשפרעכט אז זיי וועלן אנהאלטן געם מנהג טוב ביז זיי וועלן זעהן א דראסטישע ענדערונג אין "ראקלענד קאונטי".
אבער רבונו דעלמא כולא!
...Community liaison Yossi Gestetner calls the demonstration and group a "move in the right direction
יעה... ער איז אונזער קאמיוניטי לעיזיאן...

נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2013 11:57 pm
דורך איך אויך
וואס הייסט דרעססד אין בלעק? ס'רוב זענען שווארצע מאנקיס.

נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2013 11:57 pm
דורך זר זהב
אוי מיי. יוסי האט נאך נישט דעסיידער וועלכע דזשענדער ער וויל זיין?....

נשלח: מוצ"ש יוני 29, 2013 11:58 pm
דורך יין שרף
זיי האבן זיך אנגעטוהן שווארצע העמדער אין וועסטס, לכאורה וועגן צניעות אזוי ווי געוויסע פרויען...

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:02 am
דורך עוד מישהו
יוסי געשטעטנער "קאמיוניטי ליעזאן" זאגט אז עס איז א מהלך אין די גוטע דיירעקשאן

יעצט לאמיר זען וואס ער וועט טוען צו קעגן גיין די דעמאנסטרירער פון זיין זייט, וואס עס זאל זיין אין די גוטע דיירעקשאן, וואס זאל זיין א געמיינזאמע ארבעט צו פארבעסערן די באציאונגען צווישן די צוויי זייטן.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:04 am
דורך יין שרף
איינער האט זיך שוין זיכער יונייטעד מיט זיי, אונזער קאמיונעטי לעזיאן...
ער וועט מסתם לויפן פאר סופערווייזער, און זיי געבן מה שלבם חפצים...

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:04 am
דורך יואליש
כ'שמעק אז דער רעווערענט וויל לויפן פאר אפיס און זיין רעדע שרייבער האט פארגעשריבן די פאלגענדע ליין אין זיין סטאמפ ספיטש: "איך האב געארבייט צו צוזאמברענגן צוטייטלע קאמיוניטיס, אנקניפן באציאונגן מיט אונזערע אידישע שכינים, און ארויסהייבן אז ס'איז אין יעדען'ס אינטערעסע צו ארבייטן אין הארמאניע."

ביני לביני האט ראקלענד קאשער פארקויפט א שפאר ביסעל וואסער פלעשלעך.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:04 am
דורך יואליש
איך אויך האט געשריבן:וואס הייסט דרעססד אין בלעק? ס'רוב זענען שווארצע מאנקיס.


שעים אן יוא!

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:18 am
דורך מאטי
איך אויך האט געשריבן:וואס הייסט דרעססד אין בלעק? ס'רוב זענען שווארצע מאנקיס.
איך אויך.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:20 am
דורך berlbalaguleh
עוד מישהו האט געשריבן:יוסי געשטעטנער "קאמיוניטי ליעזאן" זאגט אז עס איז א מהלך אין די גוטע דיירעקשאן

יעצט לאמיר זען וואס ער וועט טוען צו קעגן גיין די דעמאנסטרירער פון זיין זייט, וואס עס זאל זיין אין די גוטע דיירעקשאן, וואס זאל זיין א געמיינזאמע ארבעט צו פארבעסערן די באציאונגען צווישן די צוויי זייטן.

איך וואוין נישט אין ראקלענד קאונטי אבער לבי אומר לי אז ס'איז א "מאוו אין די רייט דיירעקש'ן". נאך די אלע אפאזיציע גרופס (ווייסע און שווארצע) און נעגאטיווע נייעס איבער די חסרונות פון די אידישע קאמיוניטי אין די לעצטע פאר יאהר, איז גוט צו הערן אביסל פאזיטיווע נייעס. אז ס'איז דא צווישן די גוי'אישע באפעלקערונג וועלכע האבן דעם רצון צו לעבן בשלום מיט די אידן. מ'דארף עס נאר אויסנוצן צו זעען אז ס'זאל ארויסקומען א קידוש השם, און נישט חלילה דאס פארקערטע.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:23 am
דורך דעת תורה
איך אויך, וואטש אוט יואלי'ש איז להשמיד קעגן ראסיזם. ער האלט אז אויב מיר וועלן טון א אתערותא דלתתא - נישט זיין קיין ראסיסטן קעגן מינאריטעטן, וועט דאס גורם זיין אן אתערותא דלעילא און די גוים וועלן אונז אויפהערן פיינט האבן.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:24 am
דורך berlbalaguleh
יואליש האט געשריבן:כ'שמעק אז דער רעווערענט וויל לויפן פאר אפיס און זיין רעדע שרייבער האט פארגעשריבן די פאלגענדע ליין אין זיין סטאמפ ספיטש: "איך האב געארבייט צו צוזאמברענגן צוטייטלע קאמיוניטיס, אנקניפן באציאונגן מיט אונזערע אידישע שכינים, און ארויסהייבן אז ס'איז אין יעדען'ס אינטערעסע צו ארבייטן אין הארמאניע."

ביני לביני האט ראקלענד קאשער פארקויפט א שפאר ביסעל וואסער פלעשלעך.

וואס איז דען דער פעילער?! מתוך שלא לשמה בא לשמה. ביי די גויים איז גוט אפילו אהבה התלויה בדבר.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:26 am
דורך יואליש
דעת תורה האט געשריבן:איך אויך, וואטש אוט יואלי'ש איז להשמיד קעגן ראסיזם. ער האלט אז אויב מיר וועלן טון א אתערותא דלתתא - נישט זיין קיין ראסיסטן קעגן מינאריטעטן, וועט דאס גורם זיין אן אתערותא דלעילא און די גוים וועלן אונז אויפהערן פיינט האבן.


און וואס איז דיין מיינוג איבער די קאמענט פון איך אויך?

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:26 am
דורך berlbalaguleh
דעת תורה האט געשריבן:איך אויך, וואטש אוט יואלי'ש איז להשמיד קעגן ראסיזם. ער האלט אז אויב מיר וועלן טון א אתערותא דלתתא - נישט זיין קיין ראסיסטן קעגן מינאריטעטן, וועט דאס גורם זיין אן אתערותא דלעילא און די גוים וועלן אונז אויפהערן פיינט האבן.

ניין. נאר ס'איז אן ענין פון פארקלענערן די שנאה אויף אידן.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:27 am
דורך יואליש
berlbalaguleh האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:כ'שמעק אז דער רעווערענט וויל לויפן פאר אפיס און זיין רעדע שרייבער האט פארגעשריבן די פאלגענדע ליין אין זיין סטאמפ ספיטש: "איך האב געארבייט צו צוזאמברענגן צוטייטלע קאמיוניטיס, אנקניפן באציאונגן מיט אונזערע אידישע שכינים, און ארויסהייבן אז ס'איז אין יעדען'ס אינטערעסע צו ארבייטן אין הארמאניע."

ביני לביני האט ראקלענד קאשער פארקויפט א שפאר ביסעל וואסער פלעשלעך.

וואס איז דען דער פעילער?! מתוך שלא לשמה בא לשמה. ביי די גויים איז גוט אפילו אהבה התלויה בדבר.


בכלל נישט קיין פעלער. מיין צינישע זייט האט זיך צוקלינגן. זיכער איז בעסער אזוי.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:38 am
דורך בעריש
אתם קרייין אדם ואין אומות העולם קרויין

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:39 am
דורך יואליש
צו קלאר מאכן: כ'האב גארנישט קעגן איך אויך פערזענליך. ווארשיינליך ווייסט ער נישט וואס ער האט שלעכט געזאגט, און ער איז נישט דער ערפינדער פון די ווערטער. דאס האט ער געהערט פון אנדערע, און ווארשיינליך האט ער קיינמאל נישט געהערט אין ישיבה קיין דרשה איבער די נושא. א דורכשניטליכע בחור גייט דורך זעקס יאר אין ישיבה און הערט מסתם צען מאל א שמועס צו רינעדיגע ציקער הייסט געגעסן פארן דאווענען, אבער קיין איינמאל נישט איבער די נושא פון ראסיזים. די רעזולטאט: מ'קייט ראסיזים מיט קאצע ציקער קאווע.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:40 am
דורך יואליש
בעריש האט געשריבן:אתם קרייין אדם ואין אומות העולם קרויין


עם הדומה לחמור. כ'קען די אלע זיסע גמרות.

פאר בעגינערס, דאס איז דאך געזאגט געווארן אויף א ווייסע כירורג אין ען וויי יוא אויך, האט גארנישט מיט קאליר הויט. והשנית, ס'איז נישט קיין הלכה אין שו"ע, און כ'וועל דיר אנהייבן ברענגן מאמרי חז"ל וואס דו וועסט פארדרייען מיט ק"נ דרשות, איז די שאלה פארוואס פונקט דא עקשן'ט מען זיך אנצוהאלטן פשוט פשט?

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:50 am
דורך berlbalaguleh
ווייל מ'האט נישט געלערנט בעסער. ווי דו זאגסט אליין אין דיין פריערדיגע תגובה אז אין ישיבה האט מען ענדערש געהערט א שמועס וויפיל קנאבל מ'זאל אריינלייגן אין טשולנט ווי איבער די שעדליכקייט (פאר א איד) פון ראסיזם. און מסתמא אין די עלטערנ'ס שטוב איז אויך ניש בעסער געווען.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:51 am
דורך יואליש
[tag]בעריש[/tag] אויב האסטו נישט א וועג ארויס קען איך דיר העלפן. אתם קריין אדם איז בלויז לגבי טומאת המת, און עם הדומה לחמור איז געזאגט לגבי יוחסין. צו אריינטייטשן א גאנצע שיטה אין די גמרא איז בערך אזוי ווי חדש אסור מן התורה.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:54 am
דורך בדחן
יואליש האט געשריבן:צו קלאר מאכן: כ'האב גארנישט קעגן איך אויך פערזענליך. ווארשיינליך ווייסט ער נישט וואס ער האט שלעכט געזאגט, און ער איז נישט דער ערפינדער פון די ווערטער. דאס האט ער געהערט פון אנדערע, און ווארשיינליך האט ער קיינמאל נישט געהערט אין ישיבה קיין דרשה איבער די נושא. א דורכשניטליכע בחור גייט דורך זעקס יאר אין ישיבה און הערט מסתם צען מאל א שמועס צו רינעדיגע ציקער הייסט געגעסן פארן דאווענען, אבער קיין איינמאל נישט איבער די נושא פון ראסיזים. די רעזולטאט: מ'קייט ראסיזים מיט קאצע ציקער קאווע.


זיינע ווערטער זענענן און ליין אדער מיט ווייניגער האסע מיט וואס דו דריקסט זיך אויך איבער די מנהלי החינוך,
איך זע נישט פארוואס מען זאל מער ליעב האבן א טינקעלן גוי, ווי דאס וואס דו פרעדיגסט איבער אונזערע ראשי ישיבות ודומיהן.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:55 am
דורך יואליש
יא יא, בערל. דאס נעמען א גמרא ווי אתם קריין אדם און ארויסדרינגן אז מיר זענען געצווינגן צו זיין ראסיסטען מכוח חז"ל זאגט מער איבערן לערנער ווי איבער חז"ל. תורה עניה במקום זה ועשירה במקום אחר און מ'קען טרעפן פאר אלעם אן אסמכתא. אין די ענד איז מען בוחר דאס וואס מ'וויל.

נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 12:57 am
דורך berlbalaguleh
יואליש האט געשריבן:יא יא, בערל. דאס נעמען א גמרא ווי אתם קריין אדם און ארויסדרינגן אז מיר זענען געצווינגן צו זיין ראסיסטען מכוח חז"ל זאגט מער איבערן לערנער ווי איבער חז"ל. תורה עניה במקום זה ועשירה במקום אחר און מ'קען טרעפן פאר אלעם אן אסמכתא. אין די ענד איז מען בוחר דאס וואס מ'וויל.

דאס איז דאך פונקטליך מיין נקודה. נאר כ'האב מוסיף געווען אז ראסיזם און טאלעראנץ קומט אויכעט פון די שטוב.