בלאט 1 פון 2
אלטע געשעפטן
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 9:42 pm
דורך האלאנד
איך האב דורך געבליקט אין מיינע אלטע ליינען מאטריעל. פון דרייסיג יאר צוריק .און סאינטרסאנט צו וויסן וועלכע.סטארס זענען נאך אפען און וועלכע זענען שוין נישט דא .און ווער סווייסט פין נאך זאל מיטטיילן מיט די עולם איז אזוי
ווערצבערגער טשיער רענטל ???איז נאך דא
???? קאר סערוויס שלום שניצלער???
סויבל שטריימליך.
פון נישט געשטיקלטע שפיצן אברהם דוד קעפעטש ?????
שטריימל איינהארן??.
וויליאמסבארג סערוויס סטעישן יוסל שארמאשער??. ...
די ערשטע שומר שבת געיז סטעישן. סעוון טוועלף ווייט עווניא??? ..
נייע קארס און טראקס מענדל הענדלער..
עני אינפוי ???
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 9:46 pm
דורך זר זהב
ווערצבערגער טשיער רענטל איז נאך דא
די שומר שבת גאז שטעישען איז אויך דא לכאורה איז עס לאנדאו געטטי
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 9:50 pm
דורך האלאנד
עפעס קאר איז נאך אפען??? די שענסטע פירענג הערשל פאלקאוויטש??
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 9:54 pm
דורך זר זהב
עפעס איז נאך אפען
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 9:59 pm
דורך קאמענטירער
כ׳ווייס נישט צו ״עפעס קאר סערוויס״ איז נאך אין ביזנעס אבער דאס איז זיכער אז אין פראנט פון די ״עפעס״ בודקע שטייען נאכאלץ די פאר רוסקיס מיט די דיקע ציגאר אין מויל און שפילען-האקען די באקאנטע קאר סערוויס. געים...
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 10:09 pm
דורך קאווע טרינקער
זרח אור בחושך
שווייצער חתונה פלאן
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 10:32 pm
דורך קינות גירושין
ערעב יוסל שארמשער איז נאך אלס ארייונד איך מיין ער טוט נאך קאר סערוויס כמיין ער פארדינט א אשכול פאר זיך מעראנצעןזאפט די ביזט אין?
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 10:33 pm
דורך זר זהב
יא, ער האט א היסטאריע, ער איז לעגענדאר. אנגעהויבן פון די עירליין און די שארמאשע ריידס און די באסעס און וואס נישט
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 10:36 pm
דורך קינות גירושין
איינער האט מיר פארקויפט אז ער איז די ערשטער וואס אויפגעקומען מיט די געדאנק פון קאר סערוויס האט דאס א מקור אדער סאיז ב״ש??
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 10:40 pm
דורך האלאנד
ווער איז ברוך שמשון יוסל שארמאשער האב איך געקענט אבער ברוך שמשון?
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 10:49 pm
דורך האלאנד
יוסל.שארמרשער זעה איך עדווערטייזט פינף אין פיפציג סענט א גאאלן קוקט אויס ער האט געהאט א געיז סטעישן מיט די ריפער
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 10:51 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:זרח אור בחושך
שווייצער חתונה פלאן
זרח אור איז שוין אן עלטערער איד, א הייסע סקולענער חסיד, הי"ו.:שווייצער חתונה פלאן? ס'איז שוין דא בעסערע, מער סאפיסטיקעיטעד קאן געימס (פי'. וויאזוי ארויסצונאר'ן געלט פון תמימות'דיגע מענטשן וועלכע ווילן שנעל רייך ווערן.(
נשלח: זונטאג יוני 30, 2013 10:54 pm
דורך קינות גירושין
למעשה מיין טאטע האט חתונה געמאכט אלע קינדער בריוח פון די שווייצע חתונה פלאן
די רחמנות איז אויף אונז וואס האבן נישט די פלענער און מוזען חתונה מאכען די זעלבע סדענדערט וואס אונזער עלטערן און איר עלטערן האבען מיט אזא רשעות איינגעפירט אן קיין רחמנות
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:29 am
דורך אבגד
זר זהב האט געשריבן:די שומר שבת גאז שטעישען איז אויך דא לכאורה איז עס לאנדאו געטטי
די געז סטעישאן געטטי איז אויף קענט, אויף ווייט איז אמאל געווען א געז סטעישאן מער ווי 20 יאר צוריק, און מ׳האט געבויעט דארט די הייזער וואס גייען אריין און ארויס, זיג זעג בלע״ז....
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:43 am
דורך גוטע פינטעלך
יוס'ל שארמאשער האט לעצטענס (א פאר יאר) אנגעהויבען א בלומען ביזנעס, פארקויפען ביי מקוואות און אויפן גאס מיט גרויסע טאוולען "וחי אחיך עמך".
ווי אויך טוט ער נאך 'קאר סערויס'. איך מייך אז זומער איז ער אין די בערג און טוט דארט ביזנעס, ווייל זיין ווייב איז (אדער פלעגט זיין ביז לעצטענס) די מקוה אידענע און לפידות.
וואויל איז זיין חלק וואס ער איז נאך מקיים אין די יארען 'יגיע כפיך כי תאכל אשריך וטוב לך'.
נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 9:18 pm
דורך berlbalaguleh
קינות גירושין האט געשריבן:איינער האט מיר פארקויפט אז ער איז די ערשטער וואס אויפגעקומען מיט די געדאנק פון קאר סערוויס האט דאס א מקור אדער סאיז ב״ש??
אין וויליאמסבורג, מייניך איז ער געוועין דער ערשטער וועלכער האט אדורכגעפיהרט דעם געדאנק.

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 10:47 am
דורך פרישער
זאפיר'ס דרייגוד סטאר אויף בעדפארד קארנער העוועס געהייסען האט ער מארסי דרייגוד
ווען מען איז דארטן אריין האט ער געזאגט א תורה,
גליק'ס דרייגוד אויף דעוועיזען ביי ראבליג קליימער א פארגאנגענהייט
מרכז קאר סערוויס אויף ווייט נעבעך דארטן דערשאסען געווארן יהא זכרו ברוך
ער האט געהאט זיין פלעיס פאר דעים אויף בעדפארד הארט נעיבן זאפיר דערנאך איז עס געווארן האכייזער'ס באזאר וואס האט דארטן פארקויפט פון סקול סאפליי ביז זילבער שטיקער, אויך א פארגאענגענהייט, דערנאך א שיך סטאר, היינט א קלינערס.
ווער געדעינקט מענדלאוויטש גראסערי אויף בעדפארד צווישען יוס און פען,
פילופס גראסערי, פען קארנער מאסרי.
נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 11:06 am
דורך שמעקעדיג
פילאפס גראסערי געדענק איך גוט,
און וואס איז מיט ניימאנ'ס גראסערי די אנדערע זייט גאס, העריסאן קארנער פען?
כ'געדענק נאך גוט דעם בעה"ב ר' ישראל ניימאן ע"ה, א צדיק פון א איד, געדאווענט אין קיוויאשד ביהמ"ד דערנעבן,
ווען מען איז אריינגעקומען צונעם אין געשעפט צו האט ער כסדר געהאט א גוט ווארט נאכצוזאגן, און אויב האסטו זיך פארהערט ביי אים א משנה האסטו באקומען א דעינעש... אוי, גוטע צייטן געווען.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 1:45 am
דורך שמעון וואלף
קינות גירושין האט געשריבן:ערעב יוסל שארמשער איז נאך אלס ארייונד איך מיין ער טוט נאך קאר סערוויס כמיין ער פארדינט א אשכול פאר זיך מעראנצעןזאפט די ביזט אין?
בד"ה
יעצט לאחר פטירתו הערט מען אסאך מעשיות פון אים וואס קאסט א שמייכל.
וואלט געווען אינטערעסאנט איינער זאל עפענען אן אשכול און דער עולם זאל מיטטיילן זכרונות.
ווער גייט פתיחה?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 1:57 am
דורך berlbalaguleh
און זיין שוועסטער, שרה. פארדינט א גאנצן בוך מיט באשרייבונגען פון איהר (גאר אינטרססאנטן) לעבן. איך געדענק מער וי איינמאל זי איז אריינגעקומען צווישן די מענער ביי א חתונה. און קאלעקטעד געלט. אריין אין איהר פאקעטבוק...! אויך פלעגט זי שטיין ביי די טיר (מענער זייט) ביי חתונות...!
ס'איז בשעתו ארומגעגאנגען א זיס ווערטל. זי האט זיך איינמאל אויסגעדרוקט (נאך בחייו פון רביה"ק זי"ע) אז זי וואלט זיך געוואלט גט'ן פון איהר מאן און נאכאמאל חתונה האבן. ווען רביה"ק איז איהר מסדר קידושין... ווען די רבי האט געהערט פון איהר בקשה האט ער געזאגט ( מיט א שמייכל) אז ער איז איהר מייעץ זי זאלל עס נישט טון. ווייל אפשר וועט איהר מאן זי נישט וועלן צוריקנעמען...!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 10:46 am
דורך פאלאצ'ינטא
הצלחה קאר סערוויס
בני תורה קאר סערוויס
שלום לאנדאו - פאפי וואן טו גאו
משה האפפמאן ספרים געשעפט - מען איז נאר אריין דארט איין מאהל. ער איז נעבעך געוועהן אזא נערוועזער אז ער האט געווארפען א פחד אויף איעדער וואס האט נאר געטראכט פון דארט אריין גיין
אין וויליאמבורג אויף ראדני אקעגען איבער סאטמר און שפעטער לעבען פאפא פלעגט זיין א ספרים געשעפט אזוי אנגעפאקט אז מען האט נישט געקענט אריין גיין. איך געדענק נישט זיין נאמען
מעכיל טאי סטאר
שרה שארמאשער
נשלח: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 11:57 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
זי פלעגט קומען אין קעמפ און בעהטן פון די מיידלעך געלט צוזאגנדיג דערביי גרויסע ישועות ווייל זי האט דעם כח פונעם רבי’ן ווייל זי טראגט דעם רבינ’ס "גאטשעס" וואס זי האט באקומען פון די רעבעצין... און זי פלעגט ווייזען אז זי טראגט עס טאקע
נשלח: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 12:03 pm
דורך berlbalaguleh
שמחה'לע קאפשטיק:...שברים, תרועה. לאל, לאל, לאל...!