בלאט 1 פון 2
19 פייער לעשער זענען אומגעקומען אין אריזאנע וויילדפייער!
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:36 am
דורך זר זהב
א וויילד פייער אין יארנעל אריזאנע, 80 מייל צפון פון פינעקס, האט היינט אומגעברענגט 19! פייער פייטער'ס. דער פייער ברענט שוין 2 טעג, און האט געצווינגען אייוואוינער פון צוויי טאונס צו עוועקאואירן. ארום 200 פייערלעשער פרובירן לעשן דעם פייער.
22 זענען פארוואונדעט.
------
דאס איז א באריכט איבער'ן פייער
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=aMnS4hWkBZ4[/youtube]
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 1:13 am
דורך בדחן
רח״ל,
האט מען אנגעהויבן גיסען וואסער בעפאר מען האט געשניטען די ווייץ...??

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 2:19 am
דורך הערשי
בדחן האט געשריבן:רח״ל,
האט מען אנגעהויבן גיסען וואסער בעפאר מען האט געשניטען די ווייץ...??

A score of firefighters died. Maybe this is not the appropriate time for humor. Just saying
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 7:50 am
דורך בדחן
א לייכטען ווערטעל איז אייביג און פלאטץ, און א לייכטען ווערטעל איז דאס וואס האלט אונז טאקע אז מען זאל קענענן דערהייבען די שווערע נייעס

מיר דארפן נישט זיין אזוי פאליטיקעל קארעקט.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 8:07 am
דורך קאווע טרינקער
ווילאנג ס'איז סתם פייערלעשער און נישט קיין מצילי אש איז זייער בלוט הפקר?
כאילו פייערלעשער האבן נישט קיין ווייב און קינדער.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 8:12 am
דורך בדחן
מען זיך דערגרונטערן אינעם מאטיווען פינעם ווערטעל, אויב האט מען חוזק געמאכט אדער אפגעשפעט פון די פייעלעשער אדער פון די טראגעדיע אדער עני זאך וואס האט א שייכות מיט די טראגעדיע, איז עס טאקע נישט אויסגעהאלטן, און מען דארף זען בשל מי הרעה הזאת און צו מען זאל נישט באשולדינגען - א ווי אייביג - די גאנצע חסידישע חינוך דערויף,
אויב איז עס נאר א זייטיג ווערטעל, און עס האט גארנישט קיין שייכות מיט די טראגעדיע, איז עס יא אקסעפעטעביל.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 8:18 am
דורך בדחן
דאס איז די ערגסטע פייער טראגדיע און די היסטארי אין אמעריקע ווען אזויפיל פייער לעשער זענענן געשטארבן אויף איינמאל..!
די פריערדיגע רעקארד איז געווען ווען 14 פייער לעשער זענענן אויף איינמאל אומגעקימען באקעמעפענדיג א פייער.
די פייער איז נאך נישט אינטער קאנטראל.. א גאנצע טאון איז שוין געגאנגענן,
די טראגעדיע דערמאנט די [url=http://he.wikipedia.org/wiki/השריפה_בכרמל_(2010)]אסון הכרמל[/url] אין אר״י.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 8:35 am
דורך בדחן
בילד פון די פייערלעשער וואס זענענן גע׳הרג׳ט געווארען, עס כאפט א דריזל.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 9:05 am
דורך דעת תורה
בדחן, נישט אינגאנצן גערעכט. מעשי ידי טובעין בים ואתם אומרים זשאוקס?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 9:20 am
דורך שלשלת
בילדער פונעם פייער וואס האט פארציקט די 19 חברה, פון א עליטע פייער לעשער טיעם.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 9:28 am
דורך אבזערווירער
מ'דארף מתפלל זיין ס'זאל זיין שפך כעסו על עצים ואבנים. מזמור לאסף קינה לאסף מבעי לי' אלא וכו'
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 10:44 am
דורך טעפל
וואס איז די מצב יעצט?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 10:49 am
דורך זר זהב
פילייכט קען מען מאכן א באזונדערן אשכול אויף דעם... כ'רעד נישט וועגן פייערלעשער אין אלגעמיין. אבער דא אין ניו יארק זענען די פייער לעשער עפי"ר באקאנטע אנטיסעמיטן און ראסיסטן. אויפוואקסענדיג דא אין ברוקלין קען א יעדער פארציילן עפעס וואו ער האט געשפירט די ביגאטרי אדער אומסענסיטיוויטי פו א פייערלעשער.
ווען א פאליציאנט שטארבט אין די ליין אוו דוטי שפיר איך א שטאך און שטארק מיטגעפיהל, נישט אזוי ווען א פייערלעשער שטארבט. - נישט אז איך מאך אוועק די טראגעדיע דא ח"ו. (כ'רעד נאר לאקעלי)
בד"וו ווען האסטע דאס לעצטע מאל געזען א שווארצן פייערלעשער?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 11:39 am
דורך טעפל
אינטערסאנט טאקע, אז אלץ קינד האט מען געוואוסט אז מ'טאר נישט מאכען קיין פאני קאלס אויף פאליס, ח"ו נישט הצלה, אוודאי און אוודאי נישט אויף שאמאראם, נאאאאאאר אויף פייער לענז'ער (כלשון וויליאמסבורג) זיי מעג מען משוגע מאכען, וחזקה על ילדי וויליאמסבורג אז זיי האבען גוט מעשוגע געמאכט די פייער לענז'ער..
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 11:40 am
דורך זר זהב
זיי פארדינען נישט רעספעקט. זיי שרייען צו פיהל מאל "וואלף". זיי מאכן קולות און יללות מיט זייערע פייפערייען און וויפיל דערפון זענען פייערס? זיי זענען זיך אליינס שולדיג
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:22 pm
דורך זר זהב
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=j2A_S4cdiE0[/youtube]
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 2:36 pm
דורך טשולענט
בדחן האט געשריבן:דאס איז די ערגסטע פייער טראגדיע און די היסטארי אין אמעריקע ווען אזויפיל פייער לעשער זענענן געשטארבן אויף איינמאל..!
די פריערדיגע רעקארד איז געווען ווען 14 פייער לעשער זענענן אויף איינמאל אומגעקימען באקעמעפענדיג א פייער.
די פייער איז נאך נישט אינטער קאנטראל.. א גאנצע טאון איז שוין געגאנגענן,
די טראגעדיע דערמאנט די [url=http://he.wikipedia.org/wiki/השריפה_בכרמל_(2010)]אסון הכרמל[/url] אין אר״י.
ביי די ווארלד טרעיד סענטער זענען אומגעקומען איבער 300 פייער לעשער.
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 2:37 pm
דורך זר זהב
דערפאר האט ער געשריבען "פייער טראגעדיע". דאס טוט אויטאמאטיש עקסקלודען 911
???
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 2:40 pm
דורך סאשי פיש
זיי האבען זיך דערשטיקט אדער פארברענט געווארען ווי א קרבן עולה?
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 2:42 pm
דורך זר זהב
אשם תלוי
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 2:45 pm
דורך סאשי פיש
ביי א עולה שטייט תקטיר כולו להי׳
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:45 pm
דורך boxcover
זר זהב האט געשריבן:פילייכט קען מען מאכן א באזונדערן אשכול אויף דעם... כ'רעד נישט וועגן פייערלעשער אין אלגעמיין. אבער דא אין ניו יארק זענען די פייער לעשער עפי"ר באקאנטע אנטיסעמיטן און ראסיסטן. אויפוואקסענדיג דא אין ברוקלין קען א יעדער פארציילן עפעס וואו ער האט געשפירט די ביגאטרי אדער אומסענסיטיוויטי פו א פייערלעשער.
ווען א פאליציאנט שטארבט אין די ליין אוו דוטי שפיר איך א שטאך און שטארק מיטגעפיהל, נישט אזוי ווען א פייערלעשער שטארבט. - נישט אז איך מאך אוועק די טראגעדיע דא ח"ו. (כ'רעד נאר לאקעלי)
איך בין נישט מסכים צו דיין החלטה אז זייער לעבען איז ווייניגער טראגעדיש ווי אנדערע אמערדזשענסי אפישעלס. עס זעהען פארהאן אוממענטשליכע פייערלעשערס און אוממענטשליכע פאליציאנטן, בעליוו יו מי. א פיערלעשער טוט אסאך מער מסירת נפש לטובתך ווי א EMT, און האט א קלענערע כבוד ווי דער פאליציאנט.
אבער איך פארשטיי וואס דו מיינסט. זיי לעבן אין זייער וועלטל און זענען ברוגז אויף דאס מענטשהייט.
זר זהב האט געשריבן:בד"וו ווען האסטע דאס לעצטע מאל געזען א שווארצן פייערלעשער?
אדער א סטרעיט...
נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:51 pm
דורך זר זהב
איך האב נישט געזאגט אז ס'ווייניגער טראגיש ווער קען עפעס מעסטן?
כאדיר געזאגט מיין פערסאנעל פילינגס.