בלאט 1 פון 1

ר' שׁימל לערנט באר מים חיים.

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 12:54 pm
דורך בן תמליון
זיין נאמען איז ר' שׁימל
מאכט נישט פון זיך קיין טומל
די הייליגע תורה איז ער מקיים
ער לערנט באר מים חיים

פיגא זי זיצט און וויינט
נישטא אויף ברויט היינט
ער זארגט נישט ר' שימל
הייבט אויף די אויגן צום הימל
פארלאזט זיך אויפן חי וקים
אין זכות פונעם באר מים חיים

דער עלעקטריק ביל איז דא
פון ווי צו באצאלן איז נישטא
ער זיצט אין שוהל ר' שׁימל
אויפן ספר'ל ער חאפט א דרימל
געשריבן דורך צדיק בעודו בחיים
זכות יגן דער באר מים חיים

ווען וועסטו שוין באצאלן דער חוב
ער שרייט און שעלט ר' דוב
ער פאלט נישט אין קיין קלעם
ר' שׁימל גיבט נישט קיין דעם
ביזט א ברודער פונעם טאטן בשמים
ער וועט שוין באצאלן בכפלי כפלים
אזוי שטייט בפירוש אין באר מים חיים

די דאגות זיי קומען זיך שפאצירן
ר' שׁימל עס טוט איהם נישט בארירן
פון הימל ער לאזט זיך פירן
בקרוב וועט ער שוין גיין אהיים
מיט תחיית המתים קיין ירושלים
זיך זען מיטן באר מים חיים

זיין נאמען איז ר' שׁימל
מאכט נישט פון זיך קיין טומל
די הייליגע תורה איז ער מקיים
ער לערנט באר מים חיים

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 2:19 pm
דורך ידען
איך בין ממש די ר׳ שימל און אלעז איז אמת אויזער אז איך לערען נישט באר מים חיים..

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 4:05 pm
דורך משה געציל
וואו! הערליך שיין!
א אומשולדיג אויסזענדער שטיקל אזוי טיף צו שניידן!

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 4:26 pm
דורך פרישער
דו מעשה האט קיין ענדע נישט
וואס איז געווארן ווען ער האט ציגעמאכט און געגעיבן דעים ספרל א קיש
וואס האט זיך אויס געלאזט מיט דו חובות
אויב איז די ענדע נישט גיט דעמאלץ מוחל טובות
מיר האבן דו תגובה געלייקט
און פיל חיזוק געזייגט

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 4:34 pm
דורך טעפל
בן תמליון זייער שיין
וואס וועט מיט אן ענדע זיין

נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 3:08 pm
דורך כוכב
הערליך!
שכויעח שמעאל...