בלאט 1 פון 2

רוט קענעל מעדיקעיד קאוועריזש הילף

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:03 pm
דורך קעגן די נעט
ווער קען ארויסהעלפן מיט אן איידיע איז דא ווער ס'האט א ידיעה דערינען? מיין צאן דאקטאר זאגט מיר אז כ'דארף האבן 3 רוט קאנעלס און מיין מעדיקעיד יונייטעד העלט קעיר קאווערט נישט , איינס קען אפשר ווערן באצאלט אויב גיי איך אריבער צו אן אנדערע אינשורענס דאכט זיך פידעליטי. אבער 2 וועט מיר זיכיר קאסטן 1200 איטש. האט איינער לעצטענס געהאט און ווייסט עפעס וואס מ'קען טון, מוז נישט זיין אין ברוקלין
יישר כחכם

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:08 pm
דורך לעמיל
3 שטיק?? וויאזוי טוט מען אזאנס? אפשר לוינט זיך דיך צו מאכען דענטאל אינשארענס פאר א האלב יאר

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:15 pm
דורך מאטי
ODA

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:16 pm
דורך קעגן די נעט
איינע איז ממש אפען אנגאנצן צובראכן. דאס צווייטע האט ווייטאג און די דריטע מוז איך שוין גלייבען...... וואס מיינט מאכן קאווערידזש פאר אהאלבי יאר? סארבעט דען אזוי? יעדער וואלט זיך דעמאלט געמאכט אינשורענס בעפאר ער דארף אן אפאראציע ניין? און וויפעל וואלט עס געקאסט

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:17 pm
דורך קעגן די נעט
[quote="moti107"]ODA/quote]
זיי נעמען יונייטעד העלט קעיר? און זיי ערע דענטיסטן זענען עכ"פ עוורידזש גוט?

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:20 pm
דורך מאטי
יא אויף די צווייטע. אויף די ערשטע פרעג זיי

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:21 pm
דורך קאווע טרינקער
http://www.fideliscare.org/

גענצליך פריי

אין וומ"ס זענען דא מאנכע וואס בעטען א נדבה... אבער אין נארמאלע מקומות בעהט מען נישט, היות פידעליס דעקט דאס גאנצע.

זיי נישט אזוי [tag]קעגן די נעט[/tag] ווען דו באניצט זיך מיט איר פאר דיינע געברויכען, בירא דשתית מיניה...

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:23 pm
דורך קעגן די נעט
:-) כ'בין קעגן די נעט אן א פילטער נאר.... פארוואס האט מיר דער דאקטאר געזאגט אז פידעליס וועט נאר קאווערן 1 נישט אלע 3?

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:33 pm
דורך קאווע טרינקער
ביסט אפשר גערעכט, איך האב נאר געמאכט איינס.

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:42 pm
דורך בן תמליון
אין מיין עקפעריענס איך האב אויך געדארפט 3 רוט קאנאלס לעצטנס, מיין מעדיקעד פלען, העלט פלאס, האט עס ריזשקעטעד און זיי האבן מיר געזאגט איז היינט איז קוים א 50% טשאנס אפילו מיט פידעליס און די אנדערע. (זיי קאווערן נישט קיין ציינער וואס איז נישט אנזעעדיק זיי זאגן שלעפ עס ארויס). ווידער נארמאלע אינשורעס וועט נאר קאווערן אפשר $1500 א יאר גענוג פאר איינס. למעשה בין איך געגאנגען צו ODA זיי בעטן נאר $400 א רוט קאנאל די דאקטורים זענען בחסד זיי האבן א וועיטינג ליסט פון אפשר 3 חדשים.

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:50 pm
דורך קעגן די נעט
נאז זעהנדיגע קאווערט מען? און וואס זאל מען עסן אן באק ציינער, לעבן אויף וואסער? און 400 האט דיר אויך געקאווערט די פאוסט און קראון?

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:57 pm
דורך בן תמליון
יא פרעג זיי זיי זאגן מאך פאלשע ציין און מען דארף נישט פיר באק ציינער גיי ווייס עס האט נישט קיין פשט. ניין פאוסט און קראון וועט זיין נאך 400 אויס דו דארפסט, נאכאלץ האלב ווי איבעראל. איינער האט מיר געזאגט אפסטעיט אין מאנראו העלט סענטער טשארזשט מען נישט פאר רוט קאנאלס, כ'האב עס נישט וועריפייד.

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 3:59 pm
דורך אביגדור
ואותנו עזבו לאנחות.

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 4:02 pm
דורך קעגן די נעט
בן תמליון האט געשריבן:יא פרעג זיי זיי זאגט מאך פאלשע ציין און מען דארף נישט פיר באק ציינער גיי ווייס עס האט נישט קיין פשט. ניין פאוסט און קראון וועט זיין נאך 400 אויס דו דארפסט, נאכאלץ האלב ווי איבעראל. איינער האט מיר געזאגט אפסטעיט אין מאנראו העלט סענטער טשארזשט מען נישט פאר רוט קאנאלס, כ'האב עס נישט וועריפייד.

אויב אזוי איז אלעס צוזאמען 800, דאס איז נישט האלב פון אנדערע. און בארא פארק קען מען אויך טרעפן פאר די פרייז אלעס אינקלודעט. און וואס מיינט אויב איך דארף? ווער דארף דען נישט א קראון?

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 4:06 pm
דורך בן תמליון
קען זיין. נארמאל טשארזשד מען 800 פאר דעם רוט קאנאל און קראון עקסטער. נישט יעדע רוט קאנאל דארף אויטאמאטיש א קראון ווענדט זיך אינעם מצב. עכ"פ אזוי פארשטיי איך.

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 4:12 pm
דורך זר זהב
אין די איד לויפט לעצטענס אין די געזונטהייט קאלום ארטיקלען וועגן מעדיקעל ביללס וואס הארגענען פאציענטען. ס'איז ממש שרעקליך וואס אמעריקע איז, א פארשטינקענע לאנד קארופטירט פון אונטן ביז ארויף. למשל דעי וואך שטייט דארט וויפיל שווערע טויזענטער מ'צאלט אין אמעריקע פאר א קאלאנסקעפי, אין שווייץ און אין אנדערע אנטוויקעלטע לענדער צאלט מען עטליכע הונדערט דאלער. גיי פארשטיי די גדולה פון וואוינןען אין אמעריקע.

נשלח: מאנטאג יולי 01, 2013 7:39 pm
דורך קאווע טרינקער
אפשר שיקט אריין אייער פראגע צום המספיק גאזעט?
ביז א יאר וועט איינער אריינשיקען א תשובה וואס איר מאן האט געהערט פון א חבר.
ווי שטארק זענען די יסורים? איר קענט ווארטען א יאר?

נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 3:48 pm
דורך אבזערווירער
איך האב געהאט א באשטעטיגונג פון "העלט פירסט מעדיקעיד" פאר א קראון אויף א רוט קאנאל און ביז איך האב באקומען א אפאוינטמענט ביי א די עי האט מיר דער דאקטער געזאגט אז מען דארף קודם מאכן א "רי טריטמענט" אויפן רוט קאנאל פארן לייגן די קראון , ביני לביני איז אפגעלאפן די 90 טעג באשטעטיגונג פארן קראון, און איך בין געבליבן מיט גארנישט, איך דארף אלעס באצאלן טבין ותקלין

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 9:01 pm
דורך קעגן די נעט
כווארט נאך פאר אן ענטפער פין או די עי צו מיין אינשורענס קאווערט מיר. אינדערצווישן צייט האביך נישקשה ווייטיג אין יענע צאן, אבער הודו לה' בעסער צו האבן יסורים אין די גאלדענע אמעריקע ווי צו זיין אויסגעהיילט אין די צוריקגעשטאנענע קענעדע אדער פארשינקענע בריטעניע. נישט אזוי?
הודו לה'!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 02, 2013 1:39 pm
דורך galitzyana
You can fly to Tokyo and have it done very cheap. I advise you to do it by a good doctor and pay the price someone Yablanovicth i know does great job you can negotiate for 1500 dollars each and if you don't have money borrow from a cc, 0 APR pay monthly for 18 months

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2013 8:52 pm
דורך קעגן די נעט
ווי א טאטעלע גיי איך צאלען 900 פארשוויצטע דאלערן פאר אלעס אריינגערעכנט אויך א קרוין און פאוסט ביי oda , נאך אלס ביליגער ווי נארמאל. ב"ה פאר דעם

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 4:42 pm
דורך גיבור
איך האב יעצט די זעלבע פראבלעם איך דארף א רוט קענעל אין מיין דאקטאר זאגט אז פידעליס וועט מיר נישט קאווערן אפילו איינס
איינער האט א עצה וואס איך קען טון ?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2013 5:10 pm
דורך [NAMELESS]
אין בארא פארק איז דא א דענטיסט וואס מאכט א ראט קענעל פאר ארום 450$
איינער וויל די נאמען און אדרעס?