אמור לנזירה סחור סחור

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

אמור לנזירה סחור סחור

שליחה דורך דבילה »

ווי באקאנט, זענען פרויען ביי אונז אין די געזעלשאפט אין היבש א דילעממא. געווענליכע מענטשן וואס קענען זיך נישט איינע די אנדערע האבן אנדערע סארט געפילן ווי מענטשן וואס האבן פון צייט צו צייט א געשפרעך. אדער לפחות די מעגליכקייט צו האבן א געשפרעך.

נעמט א מצב פון א קאר עקסידענט. אויב דער באטראפענע איז עטוואס א באקאנטע און דו פעלסט אויס פאר הילף ווי א פינפטע ראד, 'עסטו נישט שטיין ווי א געווענליכע חסיד און אריין שטופן די אויגן גלעזער מיט די פונגער וואס איז מיוחד פאר קינוח, און אודאי נישט מיט שטיין מיט די חברה וואס שטעלן זיך אויף די פארענטשעס פון אונטן. אבער אויב איז די באטראפענע א פרעמדע מענטש, און ווער רעדט נאך נישט א איד, און עאכו"כ א שחור, אידעך באלד מלכתחילה די געפילן גאר לימיטעד, כמעט ווי פאר א באטראפענע קאץ וואס האט נאר יעצט געכאפט א פאטאלע זעץ פון א דורכגייענדע קאר. אודאי 'עסטו פאר דעם קאץ האבן עטוואס געפילן. ס'עט דיר שטארק שטערן די פיין פונעם קאץ וואס וואלגערט זיך גסיסה'דיק בלי מנוס, אבער די פיין איז נישט דיינע. ס'איז יענעמ'ס.

די פיין איז נאר אונזערע ווען מיר האבן א קשר מיט יענעם. מיר זעען יענעם אלץ א חלק פון זיך. ס'איז אין דעם ענין דאס מעשיות לרוב פון צדיקי עולם וואס האבן געהאט די הרגשים פאר די וואס זענען אין זיי געווען אנגעבינדן און אזוי אויך איז מבואר אין ספרי חסידות לרחצה. 'ך זיך נישט דא צו ווארפן קיין בקיאות בפרט אז ס'פעלט איבערהויפט נישט אויס. דאס איז אלץ זאכן וואס ס'קען א יעדער אליין זען. און דערויף שטעלן זיך די חכמי אוה"ע אויך אז ס'זאל זיין א שטארקע קשר ציווישן אנדערע מיני מענטשן. דייווערסיטי Diversity איז היינט אנערקענט אלס א שליסל פון א פרידליכע געזעלשאפט. אויב רעדן מיר נישט איינער צו די אנדערע, שאפט זיך א פרעמדקייט, פרעמדקייט איז נאר איין שטאפל פאר שנאה, און וואס שנאה ברענגט קען קיין איין מצוה נישט ברענגען. קודם קומט "ויקם מלך חדש אשר לא ידע".. און דערנאך "אם בן הוא והמתן אותו"...

אלזא די פרויען אונזערע, איז שוין אין חז"ל מבואר ווי ס'איז "עם בפני עצמן". אבער אין די לעצטע צענדליגע יארן וואס א דאנק היטלער ימ"ש האבן די אונגארישע קנאים געזיגט, אידעך דער "אל" פון "אל תרבה שיחה" געווארן א דאורייתא, דער "אל תרבה" איז געווארן א שיעור פון א copepod, און פון "שיחה" איז ענדערש געווארן א מאדע פון "בלאשינג". אויב א פרוי אדער א מאן זאגט זיך גוט מארגן איינער פאר די צווייטע איז שוין באלד דא א חשש פון קנאה וסתירה, און אויב בארגט זי נאר א באטל מילך האלט מען שוין נאך די ערות דבר אליין. 'שטייט זיך אז קיינער זוכט זיך נישט קיין צרות, איז ענדערש געווארן א מהלך פון "איני מכיר". דער פרוי וואס בשעת 'ך גיי מיט די ב"ב מיט די קינדערלעך שבת אין גאס נעמט זי אויף די משפחה מיינע בשתי ידים ובסבר פנים יפות, און נאר פאר א יאר אין די קאנטרי האט זי מיט מיר גאר געכאפט צוויי מאל אן ערענסטע היטש, איז אבער איינער וואס ניטאמאל 'ייסעך ([tag]קאווע טרינקער[/tag], ס'שטומט?) ווי זי הייסט. דער מאן וואס איר פרוי האט פון מיין רעבעצין שוין געבארגט צוויי מאל א צענערל, 'עט פאר א ישועה נישט אנערקענען איר אנוועזנהייט.

'שטייט זיך אז די תשובה אויף דעם אלעם איז "קדושה". (כ'בעט ענק מנהלים, כ'געב מיר אכטונג, פירט עס נישט אריבער צו "מאחורי"!!!) מי יתן והיה. הלואי. אדער ווי מ'זאגט אויף ענגליש, my foot! קען מיר איינער זאגן אז די פאנטאזיעס זענען נישט צען פאכיג מיט מענטשן וואס מ'קען נישט? אידען דאס נישט די אויסרייד אויף בנות ישראל וואס גייען אזוי צניעות'דיק ווייל דוקא אזוי איז זי מער חביבה בעיני בעליה? און נאך מער ווי דעם, דא ווערט דער פראבלעם וואס א פרוי פארלירט איר אנושיות. זי איז שוין מער נישט א מענטש. זי איז שוין געווארן א חפץ של מצוה. אדער אפשר עפעס אנדערש. געוויסע מענטשן 'עלען נאך טענה'ן יא, ווי ס'איז געווען א גאנצע אשכול אין עצכ"ח פון דער חכם ד"ר סיינפעלד דערויף מיט די קעפל "כל אשה היא רוגעלע". (דא איז א לינק, 'ך באמערק אבער אז עפעס ארבעט דאס נישט נארמאל http://www.hydepark.co.il/topic.asp?topic_id=268433)

די פאלשקייט פון דער בליק אויף פרויען איז בושה בכלל צו רעדן דערפין אבער ההכרח לא יגונה. לאמיר נאר פרעגן דער קנאקער וואס ער 'עט זאגן ווען זיינע א טאכטער כאפט די בליקן אין די גאס. און דער וואס האט נאכנישט קינדער, זאל ער נאר טראכטן פון די שוועסטער זיינע. און אויב פארשטייט ער נאכנישט וואס כ'וויל פון עם, ביטע רופט שוין די פאליציי. די גרעסטע פראבלעם פון דעם אלעם איז אז ווי מער אפגעזונדערט די פרויען ווערן, אלץ מער ווערן די קראנקע תאוות, און אלץ מער שטופט מען די פרויען אריין אין לאך וחוזר חלילה. אוי געוואלד, דער מאן האט נאך אויף וואס צו קוקן, שנעל, טו אויס די קאלירטע קליידער! טו אן אביסל מער טונקעלע בגדים! (ילבש שחורים שטייט פאר מענער, נישט אזוי?) דיקערע זאקן! סימס! א זאק אויפ'ן קאפ! אבער דאס אלץ איז נישט גענוק, די זומער מאנטל!!!

געוואלד!!! דער הויז ברענט און דו צינדסט אן עיר קאנדישענערס!!! דו שוטה, שפרונג ארויס און רוף פייער לעשער! זעסט דען נישט קלאר די שורש פונ'ם פראבלעם? לאז אפ די פרויען און נעם דיר צו די מענער! די פראבלעם איז נישט ביי זיי, און די פראבלעם איז נישט אפילו ביי די מענער וואס קוקן. די פראבלעם איז ביי די מענטשן וואס האבן פארפאסט צו לערנען דעם פסוק "זכר ונקבה בראם". די פראבלעם איז ביי די מענטשן וואס האבן פארפאסט צו באמערקן אז פרויען וואס זיי באגעגענען האבן א לעבן אויך, און זענען מענטשן אינדרויסן פון די מענער'ס פאנטאזיעס. און די גרעסערע פראבלעם איז ביי די מענער "און" פרויען וואס האבן מחמת טרדת הגלות אונטער די אונגארישע קנאים פארגעסן אז די שליסל צו אנושיות איז קשר, קאמיוניקעישען. און אן קשר, אדער די מדת היסוד ווי די ספרי חסידות רופן דאס אן, איז קיין אנושיות נישט שייך. פארגעס פון די הרהורים, זיי קודם א מענטש. הרהורים 'עלען שוין מיילע נישט זיין.

אינספירירט דורך דעם ארטיקל פון פרומעט גאלדבערגער תחי'.
http://blogs.forward.com/sisterhood-blo ... hot-chani/


(רעדאגירט געווארן צו באקומען א לייק פון "קאווע טרינקער")
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דבילה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר