ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער...
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער...
אונז זעמיר באריכהאשעם אויפגעוואקסן מיט מיסטריעזע פראזן, וואס ווען מיר וואלטן עס פארשטאנען... און ווען עס וואלט געשעהן, וואלט....
כגון "ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געפארן"... (ויש גורסים וואלט זי געווען א וואגן...) כא כא כא (זיי מירעס מסביר...)
ולכן איז די עולם געלאדענט צו לאזן זייער זכרונות פן אמאל און פון היינט, ווען זיי וואלטן ווען געהאט...
וזה החלי.
ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געפארן...
ווען מיין באבע'ס קאפ וואלט געהאט א לאך וואלט עס געווען א פושקע...
ווען די רבי וואלט געשטארבן וואלט מען אויפגענומען א נייע... (חב"ד)
ווען די נער וואלט נישט געווען מיינס וואלט איך אויך געלאכט...
ווען וועלט וואלט געווען וועלט..?
ווען איך וואלט געהאט כח וואלט איך געלאפן אין די גאסן...
ווען איך וואלט געווען א אהרוני...וואלט איך בשו"א נישט געלאזט קויפן די בלאט!
ווען איך וואלט ווען געהאט געלט... המממ....
און וויזניץ זינגט מען עפעס אזא ניגון סוכות, ווען איך וואלט האבן גאלדענע יאסלן וואלט איך צו דיר געפליען...
ווען די גמרא וואלט דיר ווען אינטרעסירט, וואלסטו שוין לאנג פארשטאנען! (געווענטליך פאלגט עס נאך מיט א פראסק)
ווען העטעך וואלט געווען פעטעך... (אפשר איז ער...?)
ווען איך וואלט געטראכט אפי' נאר פאר איין מינוט, וואלט איך נישט געפענט די אשכול!
ווען איך וואלט ווען געוואוסט אז די אשכול אינטרעסירט דיר א בוידעם.. וואלט איך עס נאכאלץ געפענט!

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1677
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
- געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
- האט שוין געלייקט: 5634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל
יין שרף האט געשריבן:אונז זעמיר באריכהאשעם אויפגעוואקסן מיט מיסטריעזע פראזן, וואס ווען מיר וואלטן עס פארשטאנען... און ווען עס וואלט געשעהן, וואלט....
כגון "ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געפארן"... (ויש גורסים וואלט זי געווען א וואגן...) כא כא כא (זיי מירעס מסביר...)
ולכן איז די עולם געלאדענט צו לאזן זייער זכרונות פן אמאל און פון היינט, ווען זיי וואלטן ווען געהאט...
וזה החלי.
ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געפארן...
ווען מיין באבע'ס קאפ וואלט געהאט א לאך וואלט עס געווען א פושקע...
ווען די רבי וואלט געשטארבן וואלט מען אויפגענומען א נייע... (חב"ד)
ווען די נער וואלט נישט געווען מיינס וואלט איך אויך געלאכט...
ווען וועלט וואלט געווען וועלט..?
ווען איך וואלט געהאט כח וואלט איך געלאפן אין די גאסן...
ווען איך וואלט געווען א אהרוני...וואלט איך בשו"א נישט געלאזט קויפן די בלאט!
ווען איך וואלט ווען געהאט געלט... המממ....
און וויזניץ זינגט מען עפעס אזא ניגון סוכות, ווען איך וואלט האבן גאלדענע יאסלן וואלט איך צו דיר געפליען...
ווען די גמרא וואלט דיר ווען אינטרעסירט, וואלסטו שוין לאנג פארשטאנען! (געווענטליך פאלגט עס נאך מיט א פראסק)
ווען העטעך וואלט געווען פעטעך... (אפשר איז ער...?)
ווען איך וואלט געטראכט אפי' נאר פאר איין מינוט, וואלט איך נישט געפענט די אשכול!
ווען איך וואלט ווען געוואוסט אז די אשכול אינטרעסירט דיר א בוידעם.. וואלט איך עס נאכאלץ געפענט!
אלס איינער מיט געפיהל צו ציטאטן און פראזן וועלעכע האבן ווי פון א קוואל חכמה געטוהן שפראצן פון א גראנדיעזן דור וועלעכע האט געשטעלט די דור דעה בפרט, און דאס עם נבון וחכם בכלל אונטער א קנאת סופרים'דיגן שאטן, וועל איך פראבירן מסביר זיין כפי יכלתי.
כידוע האט זיך עפעס א צדיק אויסגעדריקט (קאווע'לע ביסט דא?) " זאל ווען יעדער איינער האבן אן IQ פון אונטער 60 אנשטאט אן עוקר הרים'דיגן 70, וואלטן מיר געהאט נישט נאר איין גולם ווי אין פראג, נאר גולמים וואלטן זיך באשאפן שנעלער ווי ס'נעמט צו פארדייען קוגל אויף א פארענטשע, און וואלטן זיך געוואלגערט און ארומגעטאנצן תחת כנפי בינה ווי כל רמש האדמה אויף א טויטן קערפער".
קיין צייט האב איך נישט, איך וועל ענטפערן עטליכע, און אנדערע וועלן ענטפערן די אבריגע.
ווען העטעך וואלט געווען פעטעך...
דאס איז ממש א צווילינג פראז מיטן באקאנטע אפפרעג פון מטיל זיין א "ש" אין ערזאץ צו סיי וואספארא ווארט.
למשל, אתם אומרים "העטעך" והנבון אומר "שמעטעך". דאס זענען בדוק ומנוסה'דיגן אפפרעג טאקטיקן מ'וואלט ללא ספק גענוצט היינצוטאגס ביי ווכיחים מיט גלחים. (אנשטאט דעם קאמפלעצירטן "איני יודע" מ'פלעגט נוצן, און דערביי געמאכט די יעניגע ערלים וועלעכע זענען געשטאנען אין שפיץ פון די בלוט בילבולים צו שאנד און צו שפאט).
כגון "ווען מיין באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געפארן"... (ויש גורסים וואלט זי געווען א וואגן...) כא כא כא (זיי מירעס מסביר...)
דאס מיינט אז די באבעס - נעבעך איבערגעלעבט א קריג, און פון אידישקייט ליידער קנאפ געוויסט, פלעגן זיך ר"ל פוצן ווי א קינד דאס נאז.
פראבירענדיג צו מאכן אזא ליצנותא דעבודה זרה (ב"ה היינט האבן מיר ממש מיט ניסים זיך ארויפגעכאפט אויף די רעלסן) האט זיך א וויצלער געוויצלט מיט רשות פון חיים מענדל "לייג נאר ארויף רעדער, און דאס באבע הנודע לפיצעריי וואלט טראנספארמירט געווארן אין א קעדילעק". (וכאן נוהגים לשחוק).
ווען די גמרא וואלט דיר ווען אינטרעסירט, וואלסטו שוין לאנג פארשטאנען! (געווענטליך פאלגט עס נאך מיט א פראסק)
די דאזיגער פראז קומט ווארשיינדליך פון די צייטן ווען קוקן אויף א קאמפיוטער האט געקענט אורזאכן צו ווערן א גערילא. (זעה דא) געוויס באלאנגט דאס אויסשליסליך צו מלמדים, און לויט סיינטיפישע באווייזן איז דאס צוזאמגעשטעלט פון שארפע הומאר געמישט מיט בלוטיגע קלעפ המשתמשין בערבוביה. זיי זאגן אז ווען מ'הערט אזנע סלאגאנען הייבן אותיות אן צו טאנצן פייערדיגע טענץ, און די גאנצע ארום דרייט זיך אזש מ'שפירט זיך ווי אין חדר. דער פראז קומט ווארשיינדליך פון די זעלבע משפחה ווי: ווען ס'זאל ווען זיין א טריפ וואלסטו געועזן באצייטנס הא? דו קענסט; דו ווילסט נאר נישט אא"וו. (פאר מער קוקט אינעם אויסגעדראשענע זאצן אשכול)
ווען וועלט וואלט געווען וועלט..?
דער פראז קומט נאך פון די צייטן ווען גוים פלעגן פרעגן קינדער וואס זיי האבן געלערנט אין חדר.
דער ווארט מיינט בערך: ווען דער אלוועלטליכע גייסט וואלט זיך ווען צוגעשטעלט צו מיינע יעצטיגע ווילדע מחשבות, דאן וואלט זיך עס פארדינט דעם נאמען וועלט. יעצט אבער אז די וועלט קאקט אויף מיר, אדער איך בין פויל צו ארבעטן, הרי כאילו מיר שוועבן יעצט אין מאדים והגלילות, און וויפיל מאל דארף איך זאגן אז דא לאכט מען ווי א קינד מ'קוועטשט אינעם בויך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יואב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- אבזערווירער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 183
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 24, 2013 2:09 pm
- געפינט זיך: עולם התוהו
- האט שוין געלייקט: 20 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל