בלאט 1 פון 1

טרם כל ככלות הכל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 12:35 pm
דורך בן-זומא
איך האב אריינגעבאמפט אין דעם בלאג. דאס שטיקל איז גאנץ פיין, אבער איך פארשטיי עס נישט אינגאנצן. איינער פארשטייט קלארער וואס ער וויל?

http://veltelech.blogspot.com/2012/01/blog-post_16.html


דו ביזט איבעראל און בעצם אלעס;
ווער איך, טייל פון דיר, נישט מיד דיך זוכן

אלץ איז אילוזיע -- אזוי איז עס במציאות;
טו איך, בִּלתִּי עקזיסטענץ, צו דיר אויסשטרעקן נישט-הענט

דו זעסט אלעס, קוקסט אויף יעדן;
ווייל ווי יחידים האבן מיר זיך באשאפן אין דיין בריאה

נעמסט ארום און פילסט אלץ אן --
באזייטיג אבער, פולשטענדיגער שלם, תּוך און פאָרם

אי-ה מקום כבודך:
פארוואס זענען פאראן וועגן און פלאץ אין צווישן?

נעם וואס איז במילא דיינס:
זאלן בטל ווערן געבער און נעמער

שרייב זיך אָן פירוש-רש"י אויף אחד,
און פיר אונז מיט חסד אריין אין די אותיות.

Re: טרם כל ככלות הכל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 12:58 pm
דורך משה געציל
בן-זומא האט געשריבן:איך האב אריינגעבאמפט אין דעם בלאג. דאס שטיקל איז גאנץ פיין, אבער איך פארשטיי עס נישט אינגאנצן. איינער פארשטייט קלארער וואס ער וויל?


זיי אזוי גוט אין ציטער די ווערטער וואס קוועטש דיר.

Re: טרם כל ככלות הכל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 1:01 pm
דורך יידל
ווי איך פארשטיי וויל ער ארויסברענגן די געדאנק פון "ס'איז דאך אלס הבל הבלים, אין עוד מלבדו".