בלאט 1 פון 1
ברעיקינג: בערן שיסעריי אין קראסנא קעמפ
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 2:44 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט קימט פאר א שיסעריי אויף בערן אין קראסנא קעמפ. דריי בערן זענען כסדר געקימען האט מען זיי מחליט געוועהן נאכצולויפן און שיסן. איין בער איז שוין טויט. מ'זוכט יעצט די אנדערע צוויי.
אין די זעלבע צייט געפינען זיך דריי עלעפאנטען אין קעמפ לכבוד א סירקעס וואס קימט יעצט פאר....
ריפארטינג לייוו, קאווע שטיבעל, קראסנא קעמפ
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 2:47 pm
דורך מ. גליקמאן
בילדער?
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 2:55 pm
דורך טישו באקס
כהאף נאר אז דאס איז נישט קיין מענטשן פארשטעלט ווי בערן...
ס'דערמאנט מיר ווען מיט א שיינע פאר יאר צוריק אין דערילענד-בחורים קעמפ איז געווען א יונגערמאן וואס ס'איז געווען איינגעשטעלט אינעם קעמפ האט דעסיידעד צו מאכן אביסל לעבעדיג (שרעקעדיג) האט ער זיך פארשטעלט ווי א בער אין ארויס געקומען לעבן וואלד. סאיז געווארן א טומל. עטליכע פון די איינגעשטעלטע ערלים האבן אפגעמאכט צו סאלוון די פראבלאם אן דעיר און, און אנגעהויבן נאכצולויפן דעם בער און וואלד אריין מיט שטעקענעס. מורה האבנדיג פאר זיין לעבן האט ער זיך מיט שרעק געגעבן א דריי אויס און אויסגעטון די מאסקע... און אפגעשוינט זיין לעבן... והעיר דערילענד צהלה ושמחה!
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 3:04 pm
דורך אביגדור
כי מלאכיו וגו'
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 3:05 pm
דורך [NAMELESS]
די בערן פלעגן קימען צו די פלאץ ווי די קינדער שפילן. יעצט ציטערט מען די די מאמא און פאפא בערן, ווייל מ'האט דערהארגעט די קינד בער ל"ע
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 3:23 pm
דורך מ. גליקמאן
פאליציי האט געשאסן די בער אדער איז דאס געווען אן אקציע אויף די אייגענע האנט?
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 3:37 pm
דורך [NAMELESS]
די קעמפ מענעזשער האט עס געשאסען
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 3:40 pm
דורך אבגד
איז עס לעגאל צו שיסן?
איך האב אלץ געוויסט מ'טאר נישט שיסן קיין בערן, ווייל זיי וערן נאך מער אנגערייצט, און נאכדערצו טאמער מ'שיסט א קינד???
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 3:44 pm
דורך newkave
איך האב מורא אז דאס איז עפעס א קאווער אפ.
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 3:50 pm
דורך אבגד
א קאווער אפ
אדער א קאלאר וואר???
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 4:07 pm
דורך boxcover
newkave האט געשריבן:איך האב מורא אז דאס איז עפעס א קאווער אפ.
דו האלסט אז די בעבי בער איז געווען מעלעסטעד? רוף די קול דוב האטליין.
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 5:47 pm
דורך טעפל
boxcover האט געשריבן:newkave האט געשריבן:איך האב מורא אז דאס איז עפעס א קאווער אפ.
דו האלסט אז די בעבי בער איז געווען מעלעסטעד? רוף די קול דוב האטליין.
וואס איז די קול דוב האטליין?
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 6:02 pm
דורך boxcover
טעפל האט געשריבן:boxcover האט געשריבן:newkave האט געשריבן:איך האב מורא אז דאס איז עפעס א קאווער אפ.
דו האלסט אז די בעבי בער איז געווען מעלעסטעד? רוף די קול דוב האטליין.
וואס איז די קול דוב האטליין?
רבי ר' בער
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 7:25 pm
דורך דעת תורה
ער רויטער...
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 10:25 pm
דורך קינות גירושין
סאיז נישט ליגעל צו שיסען א בער מדארף רופען די doc
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 11:51 pm
דורך berlbalaguleh
boxcover האט געשריבן:newkave האט געשריבן:איך האב מורא אז דאס איז עפעס א קאווער אפ.
דו האלסט אז די בעבי בער איז געווען מעלעסטעד? רוף די קול דוב האטליין.
ניין. רוף נחום.

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 9:43 am
דורך אבזערווירער
יסכר פי דוב-רי שקר
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 12:26 pm
דורך berlbalaguleh
אבזערווירער האט געשריבן:יסכר פי דוב-רי שקר
דעים פסוק האט מען גענוצט ווען א געוויסע קהילה (פאר'ן פירוד) אין תשמ"א האט געהאט צו טון מיט אן אנדערע קהילה.
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 2:13 pm
דורך אבזערווירער
כי דוב אורב הוא לי וכולי ווי עס שטייט נאר דוב האט מען דעמאלט גענוצט, היינט איז שוין אלעס א פארגיינגענהייט, ווי געזאגט פריער א בער אז מען רייצט נישט אויף טשעפעט ער נישט