בלאט 1 פון 2
נייעס פון מצרים
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 3:49 pm
דורך ידען
אין מצרים איז דא נייעס און קיינער שרייבט נישט וועגען עס?
מאסרי ווארפט מען אראפ
http://www.cnn.com/2013/07/03/world/mea ... ?c=&page=0
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 3:51 pm
דורך אבגד
קריינא דאיגרתא להווי הוא פרוונקא
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 3:54 pm
דורך אבי גערעדט
איך עפן אויף אלע נייעס קוועלער, ס'איז הימל און ערד און מצרים, אבער נישט און קאווע שטיבל.
מיר דארפן א געהעריגע נייעס אגענטור. פינטל
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 3:57 pm
דורך לעמיל
און קאווע שטיבל איז כמעט נישטא קיין נייעס
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 3:58 pm
דורך newkave
איז דאס די זעלבע מאסרי פון קר'י?
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 4:00 pm
דורך בן תמליון
גארנישט די מצרישע מיליטער האט ארויסגעקאפעט דעם מורסי מיט זיין גאנצן רעגירונג און איבערגענומען די לייצעס אין לאנד. מען האט געגעבן פאר די מוסלעם ברודערהוד א טשאנס צן פירן און אנשטאט דעמאקראטיע און רעפארם האבן זיי געשטופט איסלאמיזם און דיקטאטורשאפט. אלזא איז ארויס מיט די פרומע יושבי חושך. וואס וועט זיין מארגן? ונזכה ונחיה ונראה.
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 5:54 pm
דורך טעפל
מארסי ווערט ארויסגעפירט..
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 5:55 pm
דורך טעפל
מ'פייערט אין די גאסען..
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 5:55 pm
דורך זר זהב
יוי האביך א נקמה אין אבאמא יעצט
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 6:04 pm
דורך טישו באקס
ווי קומט אריין אבאמא אינעם פיקטשער?
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 6:21 pm
דורך boxcover
טישו באקס האט געשריבן:ווי קומט אריין אבאמא אינעם פיקטשער?
אבאמא האט גערופן מובאראק צו גיין, און האט זיך איינגערעדט אז מאסרי איז פיינע נייעס
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 6:25 pm
דורך שעפטל
אמעריקע האט א שטיקל אישו דא, פון איין זייט איז דער מארסי פון די מוסלעמענע ברודערהוט, וואס איז היפש ראדיקאל און א שטארקע שטער פאר מדינת ישראל, און אמעריקע וואלט זייער נישט געוואלט אז די מוסלעם ברודערהוט זאל פירן מצרים.
אבער פון די אנדערע זייט שיקט אמעריקע אסאך געלט קיין מצרימה, און אמעריקע האט א פאליסי אז זיי האלטן נישט קיין נאנטשאפט מיט א לאנד וואס א מיליטער האט אומגעווארפן זייער פירער וואס איז למעשה דעמעקראטיש ערוועלט געווארן.
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 6:39 pm
דורך טישו באקס
boxcover האט געשריבן:טישו באקס האט געשריבן:ווי קומט אריין אבאמא אינעם פיקטשער?
אבאמא האט גערופן מובאראק צו גיין, און האט זיך איינגערעדט אז מאסרי איז פיינע נייעס
ער האט זיך נישט איינגערעדט אז דער מארסי גייט איהם ברענגען נאר גוטס. ער האט פשוט נישט געהאט קיין צוויי ברירות, ווען דער פאלק שרייט מיר ווילן דעמאקראטישן ערוויילטן פירער, קען נישט קומען די דעמאקראטישע אמעריקע און זאגן פאר מובאראק בלייב אויפן בענקל און שיס מענטשן רעכטס און לינקס, פאר די זעלבע סיבה וואס מ'פארלאנגט אז אמעריקע זאל זיך אריינמישן אין סיריע און הייסן אסאד'ן גיין ווען און די זעלבע צייט קען ארויפקומען אויף זיין פלאץ א צווייטער איסלאמישער עקסטרעמיסט
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 6:51 pm
דורך זר זהב
אבאמא איז אן אקס. ער האט געקענט בלייבן שטיל. מובאראק איז געווען א גוטער דיקטאטור, ער האט אנגעהאלטן די שלום טריטי מיט מדינת ישראל, ער האט געדינט אמעריקא'ס אינטערעסע אין יענעם ראיאן. וואס האט די וועלט געדארפט ארויסלערענען פון אמעריקא'ס דאמפן אויף א פריינד?
און וואס איז מיט סיריע? דארט האסטע אן עכטן שונא פאר אמעריקע און וואס טוט אבאמא? ס'שוין בעסער צו זיין א שונא ווי א פריינט.
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 7:12 pm
דורך זר זהב
סעלעברעשענס
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=xuxcUL-v-ME[/youtube]
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 7:19 pm
דורך זר זהב

- EGYPT.jpg (41.03 KiB) געזען געווארן 1588 מאל
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 7:34 pm
דורך boxcover
טישו באקס האט געשריבן:boxcover האט געשריבן:טישו באקס האט געשריבן:ווי קומט אריין אבאמא אינעם פיקטשער?
אבאמא האט גערופן מובאראק צו גיין, און האט זיך איינגערעדט אז מאסרי איז פיינע נייעס
ער האט זיך נישט איינגערעדט אז דער מארסי גייט איהם ברענגען נאר גוטס. ער האט פשוט נישט געהאט קיין צוויי ברירות, ווען דער פאלק שרייט מיר ווילן דעמאקראטישן ערוויילטן פירער, קען נישט קומען די דעמאקראטישע אמעריקע און זאגן פאר מובאראק בלייב אויפן בענקל און שיס מענטשן רעכטס און לינקס, פאר די זעלבע סיבה וואס מ'פארלאנגט אז אמעריקע זאל זיך אריינמישן אין סיריע און הייסן אסאד'ן גיין ווען און די זעלבע צייט קען ארויפקומען אויף זיין פלאץ א צווייטער איסלאמישער עקסטרעמיסט
זר זהב האט געשריבן:אבאמא איז אן אקס. ער האט געקענט בלייבן שטיל. מובאראק איז געווען א גוטער דיקטאטור, ער האט אנגעהאלטן די שלום טריטי מיט מדינת ישראל, ער האט געדינט אמעריקא'ס אינטערעסע אין יענעם ראיאן. וואס האט די וועלט געדארפט ארויסלערענען פון אמעריקא'ס דאמפן אויף א פריינד?
און וואס איז מיט סיריע? דארט האסטע אן עכטן שונא פאר אמעריקע און וואס טוט אבאמא? ס'שוין בעסער צו זיין א שונא ווי א פריינט.
לע"ד איז די בעסטע בעסטע מהלך זיך טאקע נישט צו אריינמישען אין יעדעמ'ס חזר'יי. עס קומט קיין גוטס נישט ארויס, און אייביג - שפעטער - בייסט עס צוריק אויפן זיצער.
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 1:38 am
דורך קאמענטירער
לשמחה מה זו עושה?
זיי האבן דאך אליין אריינגעשטעלט דעם מורסי און אים ערוועלט נישט אזוי?
וואס איז יעצט געשען אז זיי האבן זיך געטוישט די מיינד?
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 1:53 am
דורך זר זהב
זיי אליין? מוסרי האט געווינען מיט 2 פראצענט. מיליאנען האבן נישט געשטימט פאר אים. און אפילו די וואס האבן יא געשטימט פאר אים זענען היבש פון זיי אויפגערעגט אז ער האט נישט דעליווערט גארנישט
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 2:33 am
דורך סאשי פיש
קאמענטירער האט געשריבן:לשמחה מה זו עושה?
זיי האבן דאך אליין אריינגעשטעלט דעם מורסי און אים ערוועלט נישט אזוי?
וואס איז יעצט געשען אז זיי האבן זיך געטוישט די מיינד?
הער אויס הערשעל פרידמאן אויף קול מבשר גייסטו אלעס פארשטיין 3 9 פון די מעין מעניא
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 9:49 am
דורך אבזערווירער
פארפאלן די אראבערס מוזן האבן א מלך קשה כהמן.....שוין בעסער געווען סאדאם חוסיין אין בבל, מובאראק אין מצרים, און דער שאך אין פרס, זאלן זיי אינטערדריקן זייער פאלק ווי מער, און די איבעריגע וועלט קען דאן שלאפן רוהיג
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 9:59 am
דורך טעפל
אבזערווירער האט געשריבן:פארפאלן די אראבערס מוזן האבן א מלך קשה כהמן.....שוין בעסער געווען סאדאם חוסיין אין בבל, מובאראק אין מצרים, און דער שאך אין פרס, זאלן זיי אינטערדריקן זייער פאלק ווי מער, און די איבעריגע וועלט קען דאן שלאפן רוהיג
ר' קאדאפי האסטו פארגעסען..
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 10:03 am
דורך אבזערווירער
קאדאפי איז אויך געווען פון די בני ישמעאל איז ער כלול אין דעם וואס איך האב געזאגט, אפילו ס'איז דא מענליכע וואס קאנספרירן אז ער איז גאר געווען מבני ישראל מצד האם