בלאט 1 פון 3
נייע ספר "דער קדושת ציון פון באבוב"
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 5:22 pm
דורך news10
דאס ערשטער מאהל אין די היסטאריע וואס עס איז באשריבן געווארן אין א ספר דאס הייליג לעבענס געשיכטע
פון דעם גרויסען מנהיג ישראל כ"ק מרן אדמו"ר הגאון הקדוש בעל קדושת ציון אבד"ק באבוב זי"ע הי"ד.
איבער 600 עמודים מיט הערליכע היסטארישע בילדער און דאקומענטן וואס ווערן פארעפענטליכט דאס ערשטער מאהל
יצא לאור ע"י מערכת בית צדיקים דבאבוב
בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א
דאס ספר וועט זיין צובאקומען דעם קומענדיגן מאנטאג ראש חודש אב יומא דהילולא פון כ"ק מרן אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זי"ע
ביים שלחן הטהור סעודת הילולא פון כ"ק מרן אדמו"ר מבאבוב שליט"א
אין בית המדרש הגדול דבאבוב 45/15
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 7:20 pm
דורך דעת תורה
וועגן די גט פרשה שטייט דארט? די קאלטע בליק פון די אנדערע גאליציאנע רבי'ס צוליב זיינע א.ג. מאדערניזאציעס ווערט דערמאנט?
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 8:09 pm
דורך אביגדור
געהאט האט ער די גרעסטע ישיבה אין גאליציע, אין יעדע שטעטל'ע האט מען געדינט דעם אויבערשטען מיט זיינע ווארעמע ניגונים, זיינע חסידים האבן זיך נישט געשלאגן, זיי זענען געוועהן שטיל און איידעל. זיינע תלמידים האבן זיך געשריבן מיט די גרעסטע רבנים בדורם, טייל האבן מחבר געוועהן לומדישע ספרים, חידושי יעקב פון ר' יעקל'ע גאלדוואסער, עפעס פנחס אויף תמורה און קדשים, גאר א דיק ספר. און נאך פיהל. אין קובץ כרם שלמה זענען געדרוקט זייערע בריוולעך וואס האבן איבערגעלעבט דער קריג, אלע מיט הערליכע שריפטן, געשריבן מיט חכמה און דעת, און מלא תורה וחסידות.
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 8:24 pm
דורך [NAMELESS]
כ'יאנקל ועוד לקרא:
וואס טיפה סרוחה'סטע ארום דא?
אן אויבער חכם דארף פארנעמען א ווארט אויף זיין עבודה זרה'לע אויך.
דעת תורה האט געפרעגט זייער א גוטע קשיא: עס איז א ביאגראפיע, שטייט דארטן אז ער האט זיך גע'גט? דאס איז א ריזיגע טייל פון זיין לעבן, איז עס נישט?
עס איז א ביאגראפיע, שטייט דארטן אז אנדערע גאליציאנער רביס האבן אים אנגעקוקט קאלט צוליב (מעגליך דמיונישע) מאדערנאזאציעס?
איז א ביאגראפיע גענוג אז די פרקים גייען על הסדר, עס הייבט זיך אן מיט וזרח השמש, בוצין בוצין, ויגדל הנער, האיש מקדש, על כס הרבנות, גודר גדר, פועל ישועות, פרי צדיק, אשכבתא דרבי, שושלת הקודש.
דעת תורה האט זייער גוט געפרעגט, זיי בראווע און ציה צוריק פונעם טיפה סרוחה'ריי. (טראץ וואס אייגענטליך זענען מיר אלע טיפה סרוחה'ס)
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 8:26 pm
דורך משולם שטיינפעלד
קאנגראטולאציעס!!!!
ער פארטיידיגט עפעס וואס צד 45 גיבט ארויס, הגם עס איז בעקיפין, אבער עפעס אנערקענט ער צד 45......
מיט ראדאמסק האט מען זיך נישט געשלאגן? שטיל און איידל? וואס איז געווען פורים אין קראקא נאכן פורים שפיל ווי מען האט חוזק געמאכט פון ראדאמסק? און פון בעלזא?
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 9:02 pm
דורך [NAMELESS]
קופערניקוס האט געשריבן:כ'יאנקל ועוד לקרא:
וואס טיפה סרוחה'סטע ארום דא?
אן אויבער חכם דארף פארנעמען א ווארט אויף זיין עבודה זרה'לע אויך.
דעת תורה האט געפרעגט זייער א גוטע קשיא: עס איז א ביאגראפיע, שטייט דארטן אז ער האט זיך גע'גט? דאס איז א ריזיגע טייל פון זיין לעבן, איז עס נישט?
עס איז א ביאגראפיע, שטייט דארטן אז אנדערע גאליציאנער רביס האבן אים אנגעקוקט קאלט צוליב (מעגליך דמיונישע) מאדערנאזאציעס?
איז א ביאגראפיע גענוג אז די פרקים גייען על הסדר, עס הייבט זיך אן מיט וזרח השמש, בוצין בוצין, ויגדל הנער, האיש מקדש, על כס הרבנות, גודר גדר, פועל ישועות, פרי צדיק, אשכבתא דרבי, שושלת הקודש.
דעת תורה האט זייער גוט געפרעגט, זיי בראווע און ציה צוריק פונעם טיפה סרוחה'ריי. (טראץ וואס אייגענטליך זענען מיר אלע טיפה סרוחה'ס)
צו די היסטאריקער פון די נעקסטע דורות: איר וואונדערט זיך אויף מיין דאזיגע עטוואס צארענדע תגובה, קופערניקוס שמתון היה מה ראה לחימה זו, איר דארפט פארשטיין אז ער האט געשריבן א שארף לשון, און אויף דעם ארויף האב איך געענטפערט.
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 10:19 pm
דורך קאמענטירער
וואס איז געווען די נאמען פונעם ישיבה נעץ? (תומכי תמימים איז לובאוויטש, און כתר תורה איז ראדמאסק)
ר״ר ב"צ זצ״ל פלעגט אלעמאל גיין מיט א קאלפיק?
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 10:22 pm
דורך משה געציל
קופערניקוס האט געשריבן:וואס טיפה סרוחה'סטע ארום דא?
א לייק דיס, מען ברויך העדזשטעגן די נייע טערמין.
נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 10:40 pm
דורך קאווע טרינקער
אל ירע בעיניך, אבער איר האט מיר געלייקט אויף מיין
סאמע ערשטע תגובה אין שטיבל...
ליין יענץ איבער, apply עס דא.
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 12:10 am
דורך דעת תורה
איך אנטשולדיג זיך אויב ביסטו געווארן אפענדעט פון מיין תגובה. (פליז פאוסט נאכאמאל די אריגינעלע נוסח פון דיין תגובה אדער שיק מיר עס אין אישי. כ'האב נישט אויספיעט עס צו ליינען בעפארן פארראכטן ווערן 2 מאל...)
איך האב חלילה נישט געמיינט צוזאגן עפעס שלא לפי כבודו ח"ו. איך האב נישט געשריבן קיין זאכן וואס איז נישט פאסיג. דער גט, אויסער דעם פונקט וואס קופערניקוס האט דערמאנט אז עס איז פשוט א וויכטיגע טייל פון זיין לעבנס געשיכטע, איז עס אבער געווען זייער סענסאציאנאל און מחלוקת צווישן די רבנים צי עס איז ריכטיג צו גט'ן אין אזא מציאות אדער נישט.
איבער די מאדערנקייט, האב איך געשריבן "א.ג.". קען זיין אין באבוב ליינט מען עס א-יבער ג-עטריבן, אבער ביינונז מיינט עס א-זוי ג-ערופענע - די אידישע איבערזעצונג פון "סאו קאלד".
און לגופו של ענין, האלט איך פונקט ווי דו.
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 12:38 am
דורך איחוד פעלד
דער קדושת ציון האט זיך קיינמאל נישט גע'גט, דער היינטיגע ר' בן ציון האט זיך גע'גט.
און צושרייבען וועגען א גט אין א ביאגראפיע קומט נישט אין בייטראכט פין קיינעם.
אגב ווער איז טאקע געוועהן דער שווער פין דער היינטיגע ר' בן ציון באבאווער בזיווג ראשון? עפעס האב איך לעצטענס געהערט רעדען וועגען דעם איך דענק נישט ווי.
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 12:41 am
דורך newkave
איחוד פעלד האט געשריבן:דער קדושת ציון האט זיך קיינמאל נישט גע'גט, דער היינטיגע ר' בן ציון האט זיך גע'גט.
און צושרייבען וועגען א גט אין א ביאגראפיע קומט נישט אין בייטראכט פין קיינעם.
אגב ווער איז טאקע געוועהן דער שווער פין דער היינטיגע ר' בן ציון באבאווער בזיווג ראשון? עפעס האב איך לעצטענס געהערט רעדען וועגען דעם איך דענק נישט ווי.
גאב'ד מוזאי ז'ל
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 12:58 am
דורך אביגדור
לא מצאתי לזה חבר בכל המקרא.
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 1:02 am
דורך דעת תורה
די צווייטע ווייב איז געווען נאך א מיידל?
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 1:09 am
דורך אביגדור
אודאי.
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 1:10 am
דורך קאווע טרינקער
מהדורה ראשונה:
געווען אמאל אן אשכול איבער דעם ספר קדושת ציון.
נו, השבת אבידה
מהדורה שניה:
זיך דערמאנט.
געטראפן דעם אשכול אין אן אנדערן וועלט..
איי וועלטמהדורה שלישית:
יעצט באמערקט, אז [tag]דולה ומשקה[/tag] האט דאס שוין געמאלדן אפאר מינוט פאר מיר.
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 1:20 am
דורך קאמענטירער
קאמענטירער האט געשריבן:וואס איז געווען די נאמען פונעם ישיבה נעץ? (תומכי תמימים איז לובאוויטש, און כתר תורה איז ראדמאסק)
ר״ר ב"צ זצ״ל פלעגט אלעמאל גיין מיט א קאלפיק?
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 1:28 am
דורך אביגדור
קאמענטירער האט געשריבן:קאמענטירער האט געשריבן:וואס איז געווען די נאמען פונעם ישיבה נעץ? (תומכי תמימים איז לובאוויטש, און כתר תורה איז ראדמאסק)
ר״ר ב"צ זצ״ל פלעגט אלעמאל גיין מיט א קאלפיק?
די באבוב'ער ישיבות אין פולין האבן געהייסן "עץ חיים". עס האט פארמאגט 40 סניפים.
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 2:14 am
דורך הדד בן בדד
[
עס איז לכאורה נישט אמת. אויף ווי ווייט איך געדענק האט ער נישט געהאט קיין קינדער פון די ערשטע (דאס איז דאך געווען דאס גאנצע מעשה, מ'האט גע'טענה'ט אז זי קען נישט האבן). זי האט שפעטער געהאט איין קינד.
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 5:31 am
דורך טעפל
news10 האט געשריבן:דאס ערשטער מאהל אין די היסטאריע וואס עס איז באשריבן געווארן אין א ספר דאס הייליג לעבענס געשיכטע
פון דעם גרויסען מנהיג ישראל כ"ק מרן אדמו"ר הגאון הקדוש בעל קדושת ציון אבד"ק באבוב זי"ע הי"ד.
5/15
האט נישט באבוב אמאהל ארויסגעגעבען א ספר "נר המערבי" אויפן קדושת ציון??
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 1:18 pm
דורך דולה ומשקה
איבער דעם גט פון דער קדושת ציון זעה דא:
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?w ... id=2462969ער איז געוועהן א איידעם בזיווג ראשון פון רבי נפתלי ממעליץ, בשעתו איז דער גט געוועהן א שמוציגע פרשה, זעה אויך שו"ת באר משה ח"ב סימן ט"ז פון הרב ירושלמסקי, דא האט איהר א לינק
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=244די ראפשיץ'ער אייניקלעך והרבה מנכדי צאנז, זענען געוועהן שטארק אויפגערעגט איבער דער גט, אין נאך דערצו דער טעם פארוואס מ'האט זיך גע'גט, רבי איצקיל סטיטשינער פלעגט מאכען אסאך ליצנות אויפן חשבון פון דער קדושת ציון נאך דער מעשה מכוער.
דער נר מערבי איז געוועהן בשעתו מיוחד פאר בילדער אין דאקומענטאן, אלע אנדערע קורצע באשרייבונגען איבער אשים ושונות איז געוועהן מלוקט פון די קובץ כרם שלמה אין אזוי מהקדמת המהר"ש מבאבוב לספר קדושת ציון.
איבער דער ספר קדושת ציון צו עס איז יא מזיוף אדער נישט, פון איי-וועלט קוק דא:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=54&t=15243בעיקר אין די תגובות פין "ישלהוסיף", (כ'האף ער זאל דארט ממשיך זיין מיט זיינע הוספות), ער האט אנדעקט גאנצע שרייענדיגע ענינים בנוגע דעם ספר קדושת ציון, זעה דארט דף 4 פון יענע אשכול.
נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 7:01 pm
דורך איך אויך
מה היה הטעם?
נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 4:39 pm
דורך סאו וואט
דולה ומשקה האט געשריבן:איבער דעם גט פון דער קדושת ציון זעה דא:
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?w ... id=2462969ער איז געוועהן א איידעם בזיווג ראשון פון רבי נפתלי ממעליץ, בשעתו איז דער גט געוועהן א שמוציגע פרשה, זעה אויך שו"ת באר משה ח"ב סימן ט"ז פון הרב ירושלמסקי, דא האט איהר א לינק
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=244די ראפשיץ'ער אייניקלעך והרבה מנכדי צאנז, זענען געוועהן שטארק אויפגערעגט איבער דער גט, אין נאך דערצו דער טעם פארוואס מ'האט זיך גע'גט, רבי איצקיל סטיטשינער פלעגט מאכען אסאך ליצנות אויפן חשבון פון דער קדושת ציון נאך דער מעשה מכוער.
דער נר מערבי איז געוועהן בשעתו מיוחד פאר בילדער אין דאקומענטאן, אלע אנדערע קורצע באשרייבונגען איבער אשים ושונות איז געוועהן מלוקט פון די קובץ כרם שלמה אין אזוי מהקדמת המהר"ש מבאבוב לספר קדושת ציון.
איבער דער ספר קדושת ציון צו עס איז יא מזיוף אדער נישט, פון איי-וועלט קוק דא: http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=54&t=15243
בעיקר אין די תגובות פין "ישלהוסיף", (כ'האף ער זאל דארט ממשיך זיין מיט זיינע הוספות), ער האט אנדעקט גאנצע שרייענדיגע ענינים בנוגע דעם ספר קדושת ציון, זעה דארט דף 4 פון יענע אשכול.
העי?
פארוואס געסטו נישט קיין קרעדיט פאר'ן ניק ראש הקהל?
ס'קען גאר זיין, אז דער נייע בוק פונעם קדושת ציון, איז אויך א שיינע ליקוט פון מעשיות, גענומען פון ערגעץ אנדערש, ביהיינד דער קאונטער?