בלאט 1 פון 2

JULY 4 און די אויגן פון א איד

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 5:33 pm
דורך בדחן
וואס מיינט פאר א איד דעם מארגענדיגען טאג?

מיר אידן ווארטען אויף משיח זאל אונז אויסלייזען און מיר זאלן צורק גיין צו אונז אהיים קיין אר"י, דא אין אמעריקע זענענן מיר אין גלות עס איז נישט אונזער לאנד און האפענוג,

למעשה אבער איז אמעריקע היינט צוטאגס די פלאטץ ווי מען קען דינען השי"ת, אמעריקע האט געגעבן די טאן פאר די וועלט אז מען זאל נישט רודפ'ן קיין אידן, אמעריקע איז די איינציגסטע פלאטץ אין די וועלט ווי אידן האבן גלייך פון אנפאנג באקימען פולע גלייכע רעכטען, און עס איז די בעסטע פלאטץ ברוחניות ובגשמיות {ביז דער עוכר ישראל, ומפיר ברית, בלומבערג האט אנגעהיבן מיט זיין קאמפיין קעגן ברית מילה בפרט און קעגען די מענטשהייט בכלל. עס שטערט אים צו זען א מענטשן און א רואיג געמוט בכלל}

גייט איר מיר דאנקן השי"ת פאר צושטעלן - און גלות - אזא לאנד ווי אמעריקע?

פאר די וואס וואינען און ניו יארק סיטי איז די שאלה אפשר נישט אזוי רעלאטיוו, ווייל ברוקלין איז פון די ערגסטע פלעצער און אמעריקע,

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 5:47 pm
דורך שמערל
דער פסוק ודרשו את שלום העיר, איז געזאגט געווארן אויף א שטאט ווי מען האט נישט געקענט עסן כשר'ס (חנניה מישאל ועזריה), און מען האט נישט געטארט דאווענען (דניאל).
לכאורה ערגער פין ברוקלין.
אדער אפשר איז א קאנסענט אויף מציצה בפה ארגער?

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 6:16 pm
דורך געפילטע פיש
דאס איז זיכער אז מ'דארף אפגעבן א שבח והודאה אז נאך אזוי פיל יארן פון גלות און פיין, פאגראמען און רציחות, האט דער איד א לאנד וואו ער קען אראפלייגן זיין געביין, א land of the free וואס איז געווען א פיאנער אין די אפטיילונג פון די קירכע און געזעץ, (הגם היינט איז זי שוין הונטערשטעליג אונטער מערב אייראפע, אבער גיוו קרעדיט ווער קרעדיט איז דו) א לאנד וואס גיבט פאר יעדעם גלייכע רעכטן, וואו מ'קען לעבן רואיג און אפען ווי אידן, נארדערצו ווען די מאמר חז"ל פון הוי מתפלל בשלומה של מלכות איז געזאגט געווארן אפילו אויף א מלכות הרשעה וואס פייניגט די אידן.

איי פארוואס פייערט מען עס נישט ביי אונז? א גוטע שאלה, מסתמא די זעלבע סיבה פארוואס מ'פייערט נישט פאטער'ס פון מוטער'ס טאג, ווייל מיר זענען זיי מכבד אגאנץ יאר, אדער פארוואס מיר פייערן נישט טענקסגיווינג, ווייל מיר דאנקן דעם באשעפער יעדן טאג. אבער די טענה איז אזוי לעכערליך ווי ווען איז זאג אז מ'דארף נישט פייערן פסח ווייל מיר זענען מזכיר יציאת מצרים אגאנץ יאר ביי קריאת שמע און ביים בענטשען, אדער אז מיר דארפן נישט פייערן שבועות\שמח"ת ווייל מיר היטן\לערנען די תורה אגאנץ יאר.

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 6:38 pm
דורך גנדי

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 6:40 pm
דורך סאשי פיש
זיי קודם מסביר july 4 אין די אויגען פון א גוי וואס איז דעמאלץ געשען?
וואס איז די חאגע על שום מה?

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 6:51 pm
דורך גנדי
july 4 איז די זעלבע פון די יום המר והנמהר ה' אייר.

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 8:27 pm
דורך יין שרף
גנדי האט געשריבן:july 4 איז די זעלבע פון די יום המר והנמהר ה' אייר.


דאן ווייסמיר שוין וואס דאס איז אין די אויגן פון א איד...
האלב זאגען תהילים און האלב זאגען הלל!
האלב וויינען און האלב לאכן!
אלע טאנצען אין די גאסן, האלב מיט פלאקאטן האלב אן...
כהנו וכהיינו... ולא פליגי מר כאתריה ומר כאתריה...
(די עיקר איס מ'זאגט תחנון)

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 9:43 pm
דורך קאווע טרינקער
JULY 4 און די אויגן פון א איד


צ"ל "אין" די אויגן פון א איד.

כ'מיין אז ר' אביגדור מיללער פלעגט מעורר זיין איבער די סגולת היום.

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 10:17 pm
דורך קינות גירושין
בקיצור לאמער רעדן פון די עיקור ווען אין ווי מאכט mesys די fireworks און ווי קען מען עס זעהן?

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 10:20 pm
דורך אבגד
בשם ״קאווע טרינקער״

צ״ל "Macy's"

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 10:21 pm
דורך זר זהב
אין מצרים איז שוין יולי 4 , מ'קען דארט מיטהאלטן די פייערווארקס

http://www.foxnews.com/world/2013/07/03 ... to-expire/

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 10:34 pm
דורך קאווע טרינקער
אבגד האט געשריבן:בשם ״קאווע טרינקער״

צ״ל "Macy's"

לא תשא שם קאווע לשוא, (בפרט אן א טעג.. ) איך בין נישט קיין וויליאמסבורגע לעדי וואס נעמט טעגליך א טעקסי קיין מעסיס צוריק צו טראגן וואס מ'האט נעכטען געקויפט, פון וואו זאל איך וויסן וויאזוי צו ספעלן די נאמען פון א קאמפאני וואס שמירט אן טעגליך די גוישע צייטונגען מיט אומווערדיגע בילדער, פוי.

בד"וו, אין אנדערע נייעס, אז מ'רעדט שוין וועגן יולי 4 און אייר 5,[tag]יונה כהן[/tag] האט געטוויט:
מי יגלה עיני החזון איש זצ"ל, עלעקטעריק קאמפאני אין ישראל ווערט שומר שבת
http://www.israelnationalnews.com/wap/I ... tem=169468

איך וואלט ענדערשט מעיר געווען "מי יגלה עיני האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל, ברוך השם די מדינה ווערט מער אידיש..

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 10:36 pm
דורך אבגד
אה! עס האט זיך מיר געדאכט אז דיין אוועטער דרייט זיך יא אין Macy's

(דרך אגב - וואס מיינט, און וויאזוי מאכט מען א טעג.. און וואס טוט עס אויף) יישר כח פאר די אינפארמעישאן

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 10:48 pm
דורך קינות גירושין
ניין איך דערקען קלאר איר קלייד קומט פון bloomingdels קאווע די מוזט זיין א גרויסע עושר אז דיין רבצין קען זיך דאס ערלויבען

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 10:51 pm
דורך אבגד
קינות גירושין האט געשריבן:ניין איך דערקען קלאר איר קלייד קומט פון bloomingdels קאווע די מוזט זיין א גרויסע עושר אז דיין רבצין קען זיך דאס ערלויבען

בשם [tag]קאווע טרינקער[/tag]

צ״ל bloomingdales :lol: :lol:

נשלח: מיטוואך יולי 03, 2013 11:06 pm
דורך קאווע טרינקער
וויאזוי פלעגן צדיקים נאר זאגן, רעדטס פון אונז פון אונזערע טישען בענק און קליידער, דאס וועט אייך האלטן וכו'

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 4:21 am
דורך לעיקוואד
האט מיר א יוד אמאל מסביר געווען, אי לאו האי יומא, וואלטן אלע אמעריקאנע געווען ענגלישע..
אנטשולדיג פון די ענגלאנדער חברים דא.

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 4:58 am
דורך George
איי דאנט קנאו

איך פלעג אמאהל טראכטען דעם טאג און דאנקען דעם אייבירשטען אז ס'איז דא אזא לאנד ווי מ'קען לעבן רואיג בשלום בשלוה וואס אמעריטשקע איז געווען דער פייאניר אין צושפרייטען פרייהייט איבער די גאנצע וועלט.

באט... נאט עני מאר...

כעל נישט אריין גיין אין קיין לאנגע פשעטלעך, נעם א משל דער יוסטיץ דעפ. ווער ס'האלט נאר אביסל מיט ווי אזוי זיי ארבעטן -איך רעד נישט נאר פון אידן, נאר אלל אווער אמעריקע- וויזוי סיי טוען מיט מענטשען וואס זיי ווילן, ואין פוצה פה, קען מען פון דעים אליין זעהן ווי דער אמאליגער פרייהייט גייט צוביסלעך אונטער מער אין מער, די סיסטעם איז צובראכען, זאכען ווערן געטריבן דורך אגענדעס, בירגער ווערן גענוצט צו בויען קאריער(גוט געספעלט?) פאר פראסיקיוטערס, צופיל אומשולדיגע שמאכטען אין טורמע מ'זאל עס נאך קענען רופן The land of the Free

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 5:21 am
דורך טעפל
ביסט גערעכט אבער אלץ איד דארף מען נאך אלץ קוקען וואו נאכען קריג זענען אידען געקומען קיין אמריקא מ'האט זיך טאקע געמוטשעט מיט כל מיני זאכען אבער דא איז געוועהן די רואיגסטע פאר אידען..

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 9:24 am
דורך דעת תורה
[tag]געפילטע פיש[/tag] אייראפע איז טאקע מער ליבעראל, אבער פונקט אין דעם פרט - סעפערעיט סטעיט פון טשוירטש - איז אמעריקע די איינציגסטע, און אויטאמאטיש די מערסטע פריי ווען עס קומט צו רעליגיעזע רעכטן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 10:48 am
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:איי פארוואס פייערט מען עס נישט ביי אונז? א גוטע שאלה, מסתמא די זעלבע סיבה פארוואס מ'פייערט נישט פאטער'ס פון מוטער'ס טאג, ווייל מיר זענען זיי מכבד אגאנץ יאר, אדער פארוואס מיר פייערן נישט טענקסגיווינג, ווייל מיר דאנקן דעם באשעפער יעדן טאג. אבער די טענה איז אזוי לעכערליך ווי ווען איז זאג אז מ'דארף נישט פייערן פסח ווייל מיר זענען מזכיר יציאת מצרים אגאנץ יאר ביי קריאת שמע און ביים בענטשען, אדער אז מיר דארפן נישט פייערן שבועות\שמח"ת ווייל מיר היטן\לערנען די תורה אגאנץ יאר.

איך בין זיכער דו מיינסט עס נישט ערנסט צו פארגלייכן א יו"ט דאורייתא, מיט אלע מיני קדושות, צו א אמעריקאנע פארגרעבטע חאגע...
זאלעך אנצינדן מיין סארקאזם דעטעקטאר? איך בין אזוי צומישט...... כ'ווייס נישט ווען יא און ווען נישט :(

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 10:52 am
דורך סאשי פיש
קינות גירושין האט געשריבן:ניין איך דערקען קלאר איר קלייד קומט פון bloomingdels קאווע די מוזט זיין א גרויסע עושר אז דיין רבצין קען זיך דאס ערלויבען

עס איז איין קאמפני מיט macy's

נשלח: דאנערשטאג יולי 04, 2013 12:22 pm
דורך common sense
ביי אונזער אייגן לאנד (נעמליך די מדינה…) זענען מיר אנטקעגן דאס סעלעברירן; איז דאך אוודאי א פרעמד לאנד…
אדער איז גאר מעגליך אז די סיבה פארוואס מיר זענען אנטקעגן די מדינה איז זאגאר וויבאלד אמעריקע האט עס אינדארסירט…