ממוות לחיים - האווערד בלומגארדען

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1031 מאל

ממוות לחיים - האווערד בלומגארדען

שליחה דורך פרישער »

ממוות לחיים אקציא

האווערד בלומגארדען

ווי איך קיק זיך צו זעי איך א אינטערעסאנטע זאך, א נייע מכה אשר לא היה מיום עמדי על באטשי, עס איז איינגעפאלען פאר א חברה פיפיגע לייט, אז מיר אידען פאלען פאר א קאמבינאציא פון מערדער און בעלי תשובה, מיר פילען זיך באקריוודעט ווען מיר זעיען יוסטץ ווערט אויסגעפירט אויף איינעם וואס האט געמארדעט, אדער טעראזירט מענטשען, אויב איז ער געווארן כלומערשט א בעל תשובה, עס ליגט אין אזא שנארעריי א אוצר וואס מען טאר נישט פארפאסען, מען קען אזא זאך נישט לאזען אדורך אן ארויס מעלקען פין אזא צוועק די מאקסימום, ווי קענען מיר ציקיקן ווי א איד גייט באקימען טויט שטראפ און מיר וועלן דערויף נישט פארדינען קיין גראשען, סיז נישט קיין יושר,

נו וואס טיט מען, מען מאכט א פלאן, מען וועט פארציילען פארן עולם גענוי וואס דא גייט פאר, מען ברויך נאר ווייזען א בילד פין דעים נאדעל, מען ברויך מסביר זיין דעים עולם אז אוישוויץ איז שוין פאריבער פאר איבער זעכציג יאר, מער העמיר זיך נישט לאזען הרגענען פאר גארנישט, אידיש בליט איניש הפקר, און מיליאנען קימען צו פליען איבער אלע ערווארטינגען.

פרשת גרויסמאן, איז געוועין אן אוצר פאר חרידישע עסקנים, מען האט איבער געדרייט, געזאמעלט און געמאכט יעדען שפירען וויכטיג מיט א בריוו צים גאווערנער, אבער דו שנאת ישראל וואס דאס האט גורם געוועין איז אויך נישט קיין סוד, איך פארשטיי אז טויט שטראף איז נישט אויס געהאלטן און מען ברויך עס באקעמפן, אבער פארוואס בשם כל ישראל, דו ביסט אנטי קעפיטאל פאנישמענט, שרייב זיך איין און אנטי טויט שטראף גרופעס סיז דא געניג און נאך, ווי שטייט אז מיר אידען האבען די רעכט ווען מיר זענען און גלות צו מבזה זיין דאס געזעץ פון אינזערע גאסט געיבער, מיר מעיגען שיקען בייזע בריוו פאר אונזערע גאווערנערס, און אנקלינגען זייערע טעלעפאנען און מסביר זיין אז גראסמאן איז נישט חייב מיתה על פי תורא..

מיר אלע ווייסען דאך דעים כלל אז ווי אזוי א איד פירט זיך אויף און קראקע ווייסט א גוי אין ווין, וואס מיר טיען בחדרי חדרים ווייסען אלע, צי האבען מיר נאך נישט געהאט געניג רעבע געלט אויף דעים, און דא ווייזען מיר פאר אלע פעלקער אז אידען נעמען זיך אן פאר פאליציי מערדער, און מיר לאזען זיך קאסטען גרויס געלט אז דער מערדער זאל נישט קריגען זיין שטראף וואס מען האט עים ציגעטיילט, מען קען נישט מסביר זיין אז מיר זענען העכער פין געזעץ, מיר געבען אף פארן מערדער זיין כבוד אחרון, מיר נעמען זיך פליצלינג צים ענין פון פיקוח נפש אזש אז איך שפיר ווי אויב געב איך נישט כל אשר לי בין איך כאילו איך בין דער וואס שטעכט דעים נאדעל אריין אין דו אדערען פין די הייליגע גראסמאן ארעם.

א נייע מעשה גייט מען איצט נאך געלט, עסקנים לויפן ארים מיט א קעיס פין א חברה מאן וואס איז געוועין א הפקר אינג און געווארן פארמישט מיט חברה וואס האבען געפאנגען, געפלינדערט, גערויבט און געמארדעט, און אויך אנגעפירט מיט כל ערליי דראג האנדלינגען און קידנעפינגס, און געוועין א אנפירער פון אימליגאלע געלט בארגערייען פאר אימליגאלע צינזען, און געהאט מעטאדען ציריק ציבאקימען דאס געלט בערך ווי דו אינקוואזיציא פין שפאניא, און עטליכע האבען אויסגעהויכט זייערע נשמות על פי טעות בשעת די באהנדלינגען, מן הסתם איז געוועין באשערט אז ער זאל דארט זיין אזוי ווי דער מאן וואס האט געברויכעט הויכען ביי די טויער פון ליד, און עס האט געקאסט פארן מלאך המשחית א לאך, ער איז קלאר מודה אז ער איז נישט אימשילדיג, ער זיצט שוין א שטאק מיט יארן אין קארצער, קאליפארניא קלאגט עים פאר טויט שטראף, און מיר וויליאמסבורג האבען זיך גענימען די מי אריינצימישען אינעם קאשע, און געיבען דו ריכטער דעים באהאנדלינג וואס מיר האבען געגעיבן דעים גאווארנער פון פלארידא ביי דו אויבען דערמאנטע פרשה, און דעיס איז נאר דו התחלה, מיר וועלן זיך ארויס שטעלן בחרב חדה וחנית, מיר וועלן באשרייבען פארשעימען יעדן אן אויסנאם, מאכען א מרידה און אמעריקא וואס וועט לייגען און שאטן פרשת גראסמן.

דו צעטלען וואס ווערן פארטיילט אין די שילען לייגען עס אראפ אז מיר זענען דא שופך דמים, ידינו שפכו את הבם הזה, מאכען עס אז עס איז חיוב צו שוינען, מען לייגט עס אראפ מיט פעפער און זאלץ;
די סכנה
די געשיכטע
די משפט
די בלבול
די טראגעדיא
די פלאן
די האפענונג
די בהלה
די מצוה
ואחרון אחרון חביב די אפיעל

מען ניצט יעדע מעטאד מען זאל ארויסקוועטשען דאס מידת רחמניות וואס כלל ישראל לייט פון דעים תשעה קבים מער ווי אלע אנדערע פעלקער פונעם איקא סיסטעים, און מען פאנגט אינזערע הערצער מיט כל ערליי סלאגאנען, פון עד הנה עזרונו, צו א מכתב עדות, בחסדי השם וועלן מיר זיגען אין געריכט, קול דמי אחיך זועק אליך, מיר זענען ב"ה סוקסעספול, איין בלאט אהינציר און מען טוישט צו מער א זויערע ניגון, וואס גייט ווי פאלגענד, האט רחמנות אויף, די ציבראכענע עלטערן, אויף א בעל תשובה גמור, אויף א אימשילדיגע מענטש, הערש ברוך בעיט זיך, געלט קען ראטעווען, די ברירה איז אונזער הענט לחיים או למוות, מען קען פלאצען דאס מוח ווען מי שיש לו מוח ווייסט אז דעיס איז שוא ושקר אלעס איז נאר מיטלען ארויסצופרעסען ווי מער געלט.

און נאכמער רעיגט מיר אויף אז רבנים שרייבען אינטער אויפ דעים חוב קדוש, אז מיר מיזען שווענדען אויף דעי שרעקליכע פדיון שביים צוועק כל אשר לנו, אינזער גאנצע מעות מעשר וואס ברויך גיין פאר אינזערע איינשטענדיגע עניים ואביונים, זאל גיין צי באצאלען פאר דעי מאן וואס האט דערלייגט ביי מעידארפן,

און בשעת מעשה זענען מיר בפומבי, בפרהסיא אן קיין בושה, מיט מינדערוויכיגע תרוצים, ממית במזיד בחורי חמד און קליינע קינדער וואס מען נעמט נישט אן אין קיין מוסדות התורה בכל יום פאר קלענערע עבירות, זעי איך נישט קיין שום רב אינטער שרייבען אויף אינזערע היימישע מערדער, אז מיר זאלן אויפהערן פארגיסן אידיש בליט, ווען עלטערן וואס האבען נישט קיין לחם צר וויינען זיך אז זיי ווילן אז זייערע בחורים און מיידלעך זאלן אויסוואקסען בדרך התורה העלפט נישט גארנישט אפילו קיין ריכטיגע תשובה, ער מיז גיין אדער און גאס מיט דו גאסן אינגען, אדער זאל ער זיך שמד'ן, און מעט נאכדעים שוין וויינען אויפ עים, אדער אויב וויל ער א טובה טיען פאר די משפחה און מאכען א מצוה מיט איעדען, זאל ער ביטע זיך נעמען דאס חיות, און מען וועט זאגען אז ער האט געהאט א הארץ אטאקע, און א כפרה, סיז גארנישט נעקסטע גלגל וועט ער מגלגל ווערן אין א שענערע משפחה, מען וועט מתפלל זיין דערויף, אדער און א קי וואס וועט האבען דו זכייה צו שחיטה מנחת, מען וועט שיקן א מנין צים ציון מתפלל זיין לטובתו,
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר