בלאט 1 פון 1

די פרידאם פארטיי

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 2:46 pm
דורך שעפטל
די וואך ווען פרוי שרה פעילין תחי', די געוועזענע גאווערנער פון אלאסקע, און מיטלויפער פונעם רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט אין 08', דזשאן מקעין, איז פריש ארויפגעקומען אויפן פאליטישן ארענע, ביים ענטפערן טוויטער פראגעס אויף פאקס ניוס. און איז אויסגעטייטשט געווארן אז זי וויל עפעס אנדרייען קעגן די רעפובליקאנע פארטיי.

איינער האט געטוויט "אויב די רעפובליקאנע פירן זיך ווייטער אזוי אויף, איגנארירענדיג די קאנסערוואטיווע, וואלסטו געגרינדעט א נייע 'פרידאם פארטיי' מיטן שטארק קאנסערוואטיוון קאמענטאטאר מארק לעווין?"

פרוי פעילין האט זיך צושמייכעלט זאגענדיג "איך גלייך די נאמען 'פרידאם פארטיי', און יא, טאמער די רעפובליקאנע וועלן אנהאלטן זיך צו דרייען לינקס און אוועקגיין פונעם וועג וואס איז אויסגעפלאסטערט געווארן דורך דעם פרעזידענט אברהם לינקלאן (דער 16'טע פרעזידענט, געווען אין די יארן פון 1861 ביז 1865) ואחריו ב... פרעזידענט ראנאלד רעיגאן, (פערציגסטער פרעזידענט, אין די יארן פון 1981 ביז 1989), וועלן מיר בלייבן אן קיין ברירה..."

ווי אויך איז ארויפגעברענגט געווארן א שפעקולאציע אז זיי וועלן פארלאזן די רעפובליקאנער פארטיי און ווערן אינדעפענדעט, נאכדעם וואס זי האט צוגעגעבן "קיינער צווינגט נישט קיינעם צו זיין אנגעשלאסן אין קיין איינס פון די צוויי גרויסע פארטייען", און פעילין האט טאקע געזאגט אז זי ערווארט פון מענטשן וואס ווילן נישט אז די גאווערנמענט זאל זיי נאכגיין און איינטיילן וואס צו טוהן, זיך אליינס צו פרעגן 'וואס איז שלעכט מיט זיין אן אינדעפענדעט???!!'.

פרוי פעילין איז אין אויפברויז אויף די פירער פונעם רעפובליקאנע פארטיי, שרייענדיג אז זיי רוקן זיך אוועק פון די קאנסערוועטיווע ווארצלען. און איר גרעסטע אנטוישונג איז געקומען פאריגע וואך ווען פערצן רעפובליקאנע סענאטארן האבן זיך אנגעשלאסן אינאיינעם מיט אלע דעמאקראטן פונעם סענאט, צו שטימען אין דעם היסטארישען אימיגראציע רעפארם געזעץ, וואס איז דערפאר באשטעטיגט געווארן 68-32. וואס דאס אויב ס'וועט אדורכגיין אין קאנגרעס וועט עס שענקען לעגאלע בירגערשאפט פאר אריבער עלף מיליאן אומלעגאלע אימיגראנטן (נאכן טוהן געוויסע זאכן ואכמ"ל...).

בקיצור ס'קוקט אויס אין 2016 למספרם וועט מסתמא פרוי קלינטאן - אויב לויפט זי - ווערן ערוויילט אלס דער פינף-און-פערציגסטער פרעזידענט....

ימים ידברו!

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 5:37 pm
דורך יין שרף
כ'וועל מסתם האב זייער א שווערע דיסידשען אין 2016 פאר וועם צו שטימען, פאר קלינטאן אדער פעילין...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 5:55 am
דורך שבת אחים
שעפטל האט געשריבן:די וואך ווען פרוי שרה פעילין תחי', די געוועזענע גאווערנער פון אלאסקע, און מיטלויפער פונעם רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט אין 08', דזשאן מקעין, איז פריש ארויפגעקומען אויפן פאליטישן ארענע, ביים ענטפערן טוויטער פראגעס אויף פאקס ניוס. און איז אויסגעטייטשט געווארן אז זי וויל עפעס אנדרייען קעגן די רעפובליקאנע פארטיי.

איינער האט געטוויט "אויב די רעפובליקאנע פירן זיך ווייטער אזוי אויף, איגנארירענדיג די קאנסערוואטיווע, וואלסטו געגרינדעט א נייע 'פרידאם פארטיי' מיטן שטארק קאנסערוואטיוון קאמענטאטאר מארק לעווין?"

פרוי פעילין האט זיך צושמייכעלט זאגענדיג "איך גלייך די נאמען 'פרידאם פארטיי', און יא, טאמער די רעפובליקאנע וועלן אנהאלטן זיך צו דרייען לינקס און אוועקגיין פונעם וועג וואס איז אויסגעפלאסטערט געווארן דורך דעם פרעזידענט אברהם לינקלאן (דער 16'טע פרעזידענט, געווען אין די יארן פון 1861 ביז 1865) ואחריו ב... פרעזידענט ראנאלד רעיגאן, (פערציגסטער פרעזידענט, אין די יארן פון 1981 ביז 1989), וועלן מיר בלייבן אן קיין ברירה..."

ווי אויך איז ארויפגעברענגט געווארן א שפעקולאציע אז זיי וועלן פארלאזן די רעפובליקאנער פארטיי און ווערן אינדעפענדעט, נאכדעם וואס זי האט צוגעגעבן "קיינער צווינגט נישט קיינעם צו זיין אנגעשלאסן אין קיין איינס פון די צוויי גרויסע פארטייען", און פעילין האט טאקע געזאגט אז זי ערווארט פון מענטשן וואס ווילן נישט אז די גאווערנמענט זאל זיי נאכגיין און איינטיילן וואס צו טוהן, זיך אליינס צו פרעגן 'וואס איז שלעכט מיט זיין אן אינדעפענדעט???!!'.

פרוי פעילין איז אין אויפברויז אויף די פירער פונעם רעפובליקאנע פארטיי, שרייענדיג אז זיי רוקן זיך אוועק פון די קאנסערוועטיווע ווארצלען. און איר גרעסטע אנטוישונג איז געקומען פאריגע וואך ווען פערצן רעפובליקאנע סענאטארן האבן זיך אנגעשלאסן אינאיינעם מיט אלע דעמאקראטן פונעם סענאט, צו שטימען אין דעם היסטארישען אימיגראציע רעפארם געזעץ, וואס איז דערפאר באשטעטיגט געווארן 68-32. וואס דאס אויב ס'וועט אדורכגיין אין קאנגרעס וועט עס שענקען לעגאלע בירגערשאפט פאר אריבער עלף מיליאן אומלעגאלע אימיגראנטן (נאכן טוהן געוויסע זאכן ואכמ"ל...).

בקיצור ס'קוקט אויס אין 2016 למספרם וועט מסתמא פרוי קלינטאן - אויב לויפט זי - ווערן ערוויילט אלס דער פינף-און-פערציגסטער פרעזידענט....

ימים ידברו!


ראן רעיגאן דזשוניער: מיין טאטע איז נישט געוועהן קיין היינטיגע ריפובליקען! ער וואלט היינט פארעכענט געווארן אלץ א ליבעראל לויט זיינע פאליסיס!
ביי 2:20
https://www.youtube.com/watch?v=Rqg2tSXZ6_Q

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 8:42 am
דורך ישראל קאפקע
.