מוסלעמענער פראפעסאר באשרייבט פאזיטיוו סאטמאר שכנים אין ב.פ.
נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 12:11 am
[center]מוסלעמענער פראפעסאר באשרייבט פאזיטיוו סאטמאר שכנים אין ב.פ.
נאך זען דעקונג ארום די מאסן דעמאנסטראציע אין פאולי סקווער
סאדרי ברודער אין געשפרעך מיט 'דער איד': מ'איז געווען זייער העפליך צו אונז[/center]
די ענגלישע 'פעיווענד' איראנער נייעס קוואל וועלכער ווערט אידענטיפיצירט מיט די רעפארמיסטישע באוועגונג אין איראן האט די וואך געהאט זייער א פאזיטיוון ארטיקל וועגן סאטמארער חסידים פון א פראפעסאר וועלכער קומט פון איראן און שילדערט די העפליכקייט וואס ער האט באגעגענט במשך זיינע ערשטע יארן אין אמעריקע ווען ער האט געוואוינט נעבן סאטמארע חסידים אין בארא פארק.
אין געשפרעכן מיט 'דער איד' האט מאהמוד סאדרי מיט זיין צוויליג ברודער אהמאד - ביידע פראפעסארן אין אמעריקאנע יוניווערסיטעטן - מער מיטגעטיילט וועגן זייערע ערפארונג וואוינענדיג צווישן סאטמארע חסידים.
פראפעסאר סאדרי - א פראפעסאר אין טעקסאס יוניווערסעטי און די פעדעראציע פון נארט טעקסאס עריע יוניווערסיטיס - באציעט זיך אינעם ארטיקל אויף דעם וואס אין די פרעסע ווערן די חרדי'שע, סאטמארער פראטעסטירער באצייכענט אלס 'אולטרא-ארטאדאקס', וואס זאל אנדייטן עפעס ראדיקאליזם. ער זאגט אבער אז ער האט זיך באגעגענט מיט א טאלערירנדע העפליכע געמיינדע.
זעענדיג בילדער פונעם ריזן פראטעסט אין פאולי סקווער, האט מיר "די קאלירפולע פארזאמלונג אויפגעברענגט ווייטע ווארימע זכרונות" שרייבט סאדרי, שילדערנדיג זיינע ערשטע יארן וואס ער איז אנגעקומען אין די פאראייניגטע שטאטן מיט זיין ברודער צו פארענדיגן זייערע שטודיעס, און זיי האבן געוואוינט 6 יאר אויף דיטמאס עוועניו, וואס זיי באצייכענען אלס "סאטמאר חסידיש'ער געגענט."
ווען 'דער איד' האט זיך פארבינדן מיט סאדרי איבער דעם ארטיקל, איז ער געווען איבערראשט, און עס איז געווען קענטליך אז ער האט נישט ערווארט אז עס זאל אנקומען צו סאטמארע אידן. "איך בין צופרידן אז מענטשן אין דיין געמיינדע האבן געזען מיין ארטיקל," האט ער געשריבן אינעם ערשטן אנטווארט.
אין טעלעפאנישע געשפרעכן מיט 'דער איד' האבן די ברודער געזאגט אז זיי האבן געוואוינט נעבן די F סטאנציע אויף דיטמאס עוו. וואס קומט אויס זייער נאנט צו דאהיל און 40'סטע סטריט ביים ווינקל פון בארא פארק.
די ברודער - וועלכע שרייבן אין עטליכע ענגליש שפראכיגע מיטל מזרח נייעס זייטן - זאגן אז זיי זענען "קיינמאל נישט געווארן קיין 'בוזעם פריינט (באדיס)' מיט די סאטמארער. דאך איז צוביסלעך געוואקסן א געמיינזאמע צוטרוי צווישן אונז. מיר האבן צוביסלעך איבערגענומען די פרייוויליגע ראלע פון 'שבת גוי' פאר די געמיינדע."
ספעציעל רימט מאהמוד אויס אינעם ארטיקל, און אין די געשפרעכן, א גראסערי אייגענטומער אויף די 40'סטע סטריט ביי דאהיל וועלכער איז געווען זייער העפליך, און ער האט זיי איינמאל געווארענט "גייט נישט צוריק קיין איראן".
זיין ברודער, אהמעד, איז היינט א פראפעסאר אין לעיק פארעסט קאלעדזש אין אילינאי. ער זאגט פאר 'דער איד' אז אייגענטליך האבן זיי אין זייערע פריע יארן געלערענט אין א אידישע שולע אין טעהראן, וואו זייער מאמע האט זיי איינגעשריבן צוליב די גוטע ערציאונג און א מאנגל אין אנדערע שולעס. מאהמוד דערציילט אז ווען זיי זענען אנגעקומען קיין בארא פארק און ער האט אמאל אויפגעדעקט פאר'ן גראסערי מאן אז ער קען די אלף בית האט יענער אויפגעהויבן די אויגן ברעמען...
נאכ'ן גראדואירן פון די יוניווערסעטי אוו טעהראן זענען די ברודער ארויסגעקומען צו די פאראייניגטע שטאטן, אין 1978, עטליכע מאנאטן בעפאר די איסלאמישע רעוועלוציע. אין אנהייב זענען זיי געווען צופרידען פון די רעוועלוציע, אבער טראץ וואס זיי זענען רעליגיעזע מוסלעמענער האבן זיי זיך אויסגעטשוכעט און איינגעזען די חסרונות פון דעם אומדעמאקראטישן רעזשים. "פאליטיש זענען מיר רעפארמיסטן" זאגט אהמאד.
אהמאד דערציילט אז דער גראסערי מאן איז געווען זייער העפליך. ווען זייער מוטער איז געקומען פון איראן באזוכן, און זי האט נישט געקענט קיין ענגליש, האט זיך זיך אבער געשפירט באקוועם איינצוקויפן ביי דעם סוחר, מיט וועמען זי האט זיך פארשטאנען. דער געשעפטס מאן האט זיי אמאל קאמפלימענטירט אז "ענקער מאמע איז זייער אינטעליגענט," דערציילט מאהמוד. ער האט באוואונדערט ווי זי האט זיך אלץ אן עצה געגעבן טראץ די שפראך באגרעניצונגען, ווי אז איין מאל האט זי מיטגעברענגט אן איי צו ווייזן אז דאס איז וואס זי וויל קויפן.
אין די שכינות האט זיך געעפענט א שול אין א סטאר-פראנט, און מ'פלעגט זיי אפט רופן שבת צו עפענען די גראטעס. "מיר האבן זיך נישט גוט פארשטאנען" זאגט מאהמוד, "אבער זיי האבן געשמייכלט און געוויזן ווי דאנקבאר זיי זענען." --- "דו ווייסט, אויב איינער קוקט אויף דיר פיינטליך זעסטו עס. מיר האבן באגעגענט פריינטליכע בליקן, קיינמאל נישט געשפירט א פיינטליכן בליק" זאגט אהמאד.
די ברודער זאגן אז ווען עס קומט אויס צו רעדן פון פרומע אידן מיט זייערע פרייע-אידישע פריינט, הערן זיי אלץ נעגאטיווע געשיכטעס. "פארוואס האלטן ענק אזוי?" זאגט אהמעד אז ער פרעגט זיי צוריק. "דאס איז נישט וואס מיר האבן באגעגענט" אייסערט זיך מאהמוד איז אזאלכע געשפרעכן, בעת ער גוט זיי איבער זיין פאזיטיווע ערפארונג.
"עס איז א סארט פאראדאקס. איך בין צופרידען אז זיי (ליבעראלע פרייע אידן) פארטיידיגן פאלעסטינער רעכטן, אבער זיי דארפן אויך האבן טאלעראנץ צו די מינאריטעט צווישן זיי אליינס" (!!!) זאגט אהמאד.
מאהמוד דרוקט אויך אויס שטוינינג אז די אלגעמיינע פרעסע האט איגנארירט די ריזיגע דעמאנסטראציע אין פאולי סקווער, וואס ער האלט אז דאס האט צוטאן מיט די פארשווארצונג פונעם אימעדזזש פון פרומע אידן.
"דיי נייעס וועגן סאטמאר'ס זעלטענער לעצטע פראטעסט האט מיר דערמאנט וועגן מיין חוב פון דאנקבארקייט וואס איך בין זיי שולדיג פאר טאלערירן גענצליך פרעמדע צווישן זיי אזויפיל יארן צוריק. איך בין צופרידן אז איך האב געקענט אביסל צוריקצאלן פאר זייער גאסט-פריינטליכקייט. איך וואונטש זיי גוט, און איך בעט פאר מער פארשטענדעניש און טאלעראנץ פאר די העפליכע ארטאדאקסן (נישט "אלטרא ארטאדאקסישע"...) געמיינדע פון גלויביגע" ענדיגט ער זיין ארטיקל.
~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~~
די רעפארטאזש איז ערשינען אין דער איד פרייטאג פרשת מטות-מסעי זייט 38 חלק א' ניו יארק עדישאן.