בלאט 1 פון 1
האלאקאסט
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 2:30 pm
דורך קרעקער
נייע אינטערעסאנטע פילעם פין באפרייען אוישוויץ
מזעט עפענען די טויערען
אייזענהאוער באזיך
די געז קאמעראן אין אויבענס
דייטשע גוים געצווינגען צו קימען קיקען די שרעקעדיגע מראות
די רציחות
אין פאר קאמפויט אויך אביסעל ציונות צים סוף
http://www.youtube.com/watch?v=wxtZzFnW0sUנישט פאר דו שוואכע הערצער
ווע עס ברענגעט אריין קליפס אין פילעמס זאל שרייבען וואס מזעט דארט
Re: האלאקאסט
נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 3:30 pm
דורך קול גדול
דאס איז א פילם וואס איז ארויסגעגעבן געווארן פאר די דייטשע פאלק אין יאר 1985 אז זיי זאלן וויסן וואס זייערע עלטערן האבן געטון.
די פילם הייסט Evidence for All Mankind:
www.youtube.com/watch?v=5-6saBF7OFg
נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 12:31 pm
דורך ידען
וויזוי האבן זיך מענטשען געקענט אראפלאזן אזוי ווייט?
עפעס א הסבר איז בכלל מעגלעך?
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2012 10:53 am
דורך דולה ומשקה
ידען האט געשריבן:וויזוי האבן זיך מענטשען געקענט אראפלאזן אזוי ווייט?
עפעס א הסבר איז בכלל מעגלעך?
דאס איז מיט דער גרויסע כח פון היפעטאזיע אין ברעינוואטש צוזאמעןם געפלאכטען מיט א צוויגענישט מטעם דער רשעות'דיגע רעגירונג,
וואס צוביסלעך מיט גרויס פראפעגאנדע נישט אויף בלויז פיינט צו האבען דעם איד, נאר איהם אויך אנקוקען אין חשיבות ווייניגער ווי דעם פליג,
ממילא אזוי שנעל ווי די הרג'סט א פליג האבען זיי געפייניגט, גערייצט, אין מיט מיתות משונות אימגעברענגט אונזערע זיידעס און באבעס,
פאר זיי דאס הרג'ענען א איד האט גארנישט געמיינט.
הי"ד
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 10:56 am
דורך עפל סיידער
יעצט ווען דער ישראל'ישער גאווערמענט פראוועט דעם אפצייכענונג פינעם ביטערן חורבן איז כדאי צו אויפברענגען דעם אשכול צו זעהן וואס זיי האבען אלס אנגעווערטשאפט, דער דעמאלטסדיגער דייטשער רעזשים איז שוין ב''ה אראפ, אבער עס האט ארויסגעשפראצט א פיל מסוכנ'דיגער.
נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 11:18 am
דורך פארוואס?
עפל סיידער האט געשריבן:יעצט ווען דער ישראל'ישער גאווערמענט פראוועט דעם אפצייכענונג פינעם ביטערן חורבן איז כדאי צו אויפברענגען דעם אשכול צו זעהן וואס זיי האבען אלס אנגעווערטשאפט, דער דעמאלטסדיגער דייטשער רעזשים איז שוין ב''ה אראפ, אבער עס האט ארויסגעשפראצט א פיל מסוכנ'דיגער.
אפשר איז שוין געקומען די צייט דו זאלסט איבערמאכן דיינע
פארשונגען איבערן נושא.