בלאט 1 פון 1

ברודערשאפט אין די קעטסקילס

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 2:42 am
דורך בן תמליון
בין איך צוריק דא אין שטאט פונעם וואך-ענדע אין די קאנטרי, פיל איך עס איז ווערד צו שרייבן דא אין אונזער באליבטן שטיבל איבער אן אנגענעמע ערשיינונג אקורשט איבערגעלעבט.

דאנערשטיק נאכט זיכנדיק א מנין מעריב, האב איך מיר אפגעשטעלט ביים קאנגערגעשאן בני ישראל אין וואדבורן. ביים טיר ווארט אפ דער הרב יונגרייז מיט א ברייטן ברוכים הבאים: מעריב שטעלט זיך אין שוהל, מאכטס א ברכה, טשאלנט איז לינקס. אריינקומענדיק אנטפלעקט זיך א זעלטן בילד פון אלע ערליי מענטשן חסידים פון אלע מינים ליטווישע מאדערנע פון אלע סארטן. אויף איין זייט שול זיצט מען און מען ריקט שטיקער, קעיק וואדקע קענדיס מיט סושי און טשאלנט. זעה איך צוויי אידן פון טענענסי צו ווי עסן שטולענט זעט אויס צום ערשטן מאל אין לעבן און פרובירן אויסצופיגערן די אינגרידענטס. אויף אלע טישן איז אויסגעשפרייט כל העולם כלו'ס מיט בליקס צו קענען זען א אידישע צורה בין גברא לגברא. צום עמוד גייט צו איינער מיט א ווייס העמד און זשינס און זאגט יתגאדעל ויתקאדעש און אלע קאטשילאבניקס א פרומער סקווערער, סאטמארע, גורע פייוו טאונס אא"וו דאווענען מיט.

נאכן דאווענען זאגט דער רב יונגריייז א פאר ווערטער און זינגט דעם נייעם בורא עולם וואס ער האט מחבר געווען צום אפקויפן דעם שול. ער זאגט פאריגע וואך דאנערשטיק נאכט איז אויסגעגאנגען 9 קרעקפאטס טשולענט, דער לעצטער מנין איז געווען 2:30 פארטאגס 31 חיובים האבן געדאווענט. עס פילט זיך דא אזא היימישקייט וויי יעדער איד איז דא אינדערהיים. דא דאווענט זאב ברענער מיט שנעבאלג צוזאמען און דער רב מאכט זיי ביידע א ברוכים הבאים. עפעס א פעשער מאדערנער איד פרעגט מיר אויס צו איך בין א זאלי אדער ארוני און ער גייט אריין לעומקן של דבר איז מיר מסביר טיפע רעיונות איבער די סאטמארע מחלוקה בפרטי פרטים מיט משה גבאי'ס הוא אמינא'ס און מסקנא'ס איך וואלט געשווארן דער איד האט א פי עזש די אין סאטמאר פאליטיק. קומט ארויף אויפן געדאנק וואס פראפעסאר גרשום שלום האט געזאגט: פערדעריי איז פערדעריי, אבער דאס שטודירן פערדעריי איז לעגיטימע סקאלערשיפ. בקיצור דאס גאנצע צוזאמקום דא איז א מחזה הוד איך טראכט ווי אנדערש איז א גאנץ יאר דיין ביהמ"ד מיט נאר דיין שניט חסידיות און ווי מען ציט ארויף דעם שומר איז דא פארקערט, אלע ערליי אידן און מיט אזא רואיקייט. מען איז דא אלס אידן וואס ווילן זאגן א אידיש ווארט נישט קיין פארמאליטעטן.

זונטיק האב איך אריינגעוואנדערט אינעם צאנז-קלויזענבורגער קעמפ מיט דעם שיינעם ביהמ"ד און פילע מנינים. דער געשמאקער גבאי וואס איך ווייס נישט זיין נאמען זאגט אין חדר ג' ווארט דער דיין שוין אויף הודו. נישט חלומנדיק גיי איך אריין און איך זעה הגריח"מ פרידמאן, סאטמאר דיין זיצט אויבן אן און לערנט חומש רש"י. איז דאס דער זעלבער וואס א גאנץ יאר זענען די קלויזבורגע מחללי שבתות און ווער רעדט נאך ציונים מיט כל מרעין בישין? דער מנין באשטייט פון אלע מינים, רוב סאטמארע און א פאר קלוזנבורגע אויך. איך באמערק איינעם א גאר הייסער באקאנטער פירנדער ארוני דאוונט דא מיטן פרידמאן דיין אין קלויזנבורג ווי קאמיש. ביים ליינען האט דער דערמאנטער ארוני געקויפט די עליות און מכבד געווען דעם דיין פרידמאן און איך רייב מיר די אויגן. עס קומט אויפן געדאנק דעם בכה ר' ישמעאל בנות ישראל יפות הן אלא שהעניות מנוולתן. דאס זעלבע מיין איך זעט מען דא אז אידישע קינדער האבן זיך ליב נאר די קראנקע אומשטענדן מאכט זיי כצבאות וכאילות השדה און דא אין די מאונטענס באווייזט זיך דער ריכטיקער קאליר פונעם עם הנבחר.

וויי שיין איז ווער מיר זענען ווי איין
אנדערש אבער אייניק טוען מיר זיין
פארן זעלבן ציל אין שול קומט מען אריין
עס זאל זיין יתגדל ויתקדש שמיה רבה אמן

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 2:50 am
דורך שלום דין
בן תמליון האט געשריבן:זונטיק האב איך אריינגעוואנדערט אינעם צאנז-קלויזענבורגער קעמפ.... ביים ליינען האט דער דערמאנטער ארוני געקויפט די עליות...


זונטיק לייענט מען און מען פארקויפט עליות? א קלויזענבערגער מנהג צו וואס?

אלנפאלס, שיין אראפגעלייגט...

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 2:52 am
דורך זר זהב
ביזט זיכער ביזט נישט אריינגעפאלן אין בארא פארקע שומר שבת שול?..

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 2:55 am
דורך בן תמליון
אה שלום געדענקסט נאך גוט.. גערעכט איך בין שוין ארויסגעפארן מיטוואך נאכט פאר זשולי 4 און דאנערשטיק בין איך געווען אין קלויזנבורג. עניוועס ייש"כ פאר דיין תגובה.

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 10:25 am
דורך אברעמעל
כ'האב געכאפט א קליפ פון רב יונגרייז ווי ער פארציילט איבער די 9 קראק פאטס און זינגט דעם בורא עולם, דער איז זיס ווי ציקער.

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 10:55 am
דורך שמעקעדיג
זייער שיין, תמליון!
דערמאנט מיר אביסל פון די אטמאספערע אין א"י...
איי ווי גוט און שיין וואלט געווען ווען די אחדות וואלט אנגעהאלטן בכל מקום ובכל זמן,
אי"ה כשיבא משיח...

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 11:30 am
דורך סאשי פיש
עס קומט מיך אין געדאנק אז דאס איז ממש די פסוק מַה נָּאווּ עַל הֶהָרִים רַגְלֵי מְבַשֵּׂר מַשְׁמִיעַ שָׁלוֹם מְבַשֵּׂר טוֹב מַשְׁמִיעַ יְשׁוּעָה
לאמיר האפען עס זאל שוין מקיום ווערען אויך די אנדערע חלק פסוק אֹמֵר לְצִיּוֹן מָלַךְ אֱלֹהָיִךְ

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 10:24 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:ביזט זיכער ביזט נישט אריינגעפאלן אין בארא פארקע שומר שבת שול?..

דו זאגסט זייער גוט. ס'האט א סאך ענליכקייטן. און איך אלס בארא פארקער תושב, האב דעם זעלבן פילינג ווען איך גיי אריין אין שומרי שבת שול. א אידישע יונייטעד נעישאנס. און ר' משה מעצגער (א איד א תלמיד חכם און גומל חסד בהצנע לכת.) לויפט ארום פארסאפעט צושטעלן אלע צרכים פאר'ן עולם בגשמיות וברוחניות.

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 10:33 pm
דורך berlbalaguleh
יישר כח בן תמליון. דו האסט מיך ממש מחי' געווען. איך קען מיר גוט פארשטעלן אזא הערליך שיינע מחזה. דארט קענמען אמת'דיג שפירן דעם "מי כעמך ישראל גוי אחד". דער ניקלשבורגער רבי שליט"א איז אין די בחינה פון די פארצייטיגע צדיקים, תלמידי הבעש"ט הק'. ס'איז גוט אז מ'קען אוועקלייגן אין א זייט די נארישע פאליטיק פון שנאת חינם און אנדערע מרעין בישין אויף א שטיקל צייט. דאס איז די בעסטע ריזארט. כה יתן ה' וכה יוסיף. :like

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 10:34 pm
דורך האלאנד
זר זהב האט געשריבן:ביזט זיכער ביזט נישט אריינגעפאלן אין בארא פארקע שומר שבת שול?..

ביי די וועי מיין חבר זאגט מיר אז אין שומר שבת איז דא יעדע האלבע שעה א סיום מסכת

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 12:14 am
דורך קאווע טרינקער
berlbalaguleh האט געשריבן: ניקלשבורגער רבי שליט"א איז אין די בחינה פון די פארצייטיגע צדיקים, תלמידי הבעש"ט הק'. . :like


איך ווארף ארויס די 80 בענדער ספרי תלמידי בעש"ט, אויב דו ביסט גערעכט.

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 12:35 am
דורך שמעקעדיג
קאוועלע, קענסט דעם באקאנטן טייטש פון "אל תהי בז לכל אדם"?..

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 2:10 am
דורך [NAMELESS]
יאמי דעלישעס, בן תמליון

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 12:24 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן: ניקלשבורגער רבי שליט"א איז אין די בחינה פון די פארצייטיגע צדיקים, תלמידי הבעש"ט הק'. . :like


איך ווארף ארויס די 80 בענדער ספרי תלמידי בעש"ט, אויב דו ביסט גערעכט.

:?: :!: :?: :!: :?: :!: :roll: :roll: :roll:

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 2:00 pm
דורך גנדי
בן תמליון.

איך בין א שטאטישע איד. אבער די האסט מיר געמאכט חשק צו באזוכען דעם שול נעקסטע וויזיטינג דעי.

איינער האט די אדרעסס פאר די גפ״ס?

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 2:03 pm
דורך בן תמליון
זיכער ווערד א באזוך עס איז אין וואדבארן טאון אויפן 42 זאל זיך איינער מרחם זיין געבן די זשי פי עס אדרעס.

און איך האב חשק צו באזוכן שומר שבת אין ב"פ. קיינמאל דארט געווען.

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 2:08 pm
דורך גנדי
בן תמליון האט געשריבן:זיכער ווערד א באזוך עס איז אין וואדבארן טאון אויפן 42 זאל זיך איינער מרחם זיין געבן די זשי פי עס אדרעס.

און איך האב חשק צו באזוכן שומר שבת אין ב"פ. קיינמאל דארט געווען.


או וויי! קיינמאל נישט געווען אין שומר שבת אין בארא פארק?

איך מצאנו ידינו ורגלינו בבית המדרש?


איך האף די בית המקדש השלישי שיבנה במהרה בימינו. וועט אויסזעהן ווי שומר שבת און וואודבארן שול. און נישט ווי....

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 3:04 pm
דורך יואליש
בן תמליון, זייער געשמאק אראפגעליייגט אזש מ'קען עס מיטלעבן בלויז ליינענדיג.

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 11:24 pm
דורך געפילטע פיש
גנדי האט געשריבן:בן תמליון.

איך בין א שטאטישע איד. אבער די האסט מיר געמאכט חשק צו באזוכען דעם שול נעקסטע וויזיטינג דעי.

איינער האט די אדרעסס פאר די גפ״ס?

41°45′29.47″N 74°36′7.74″W

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 11:34 pm
דורך יין שרף
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=SalkGz70jO4[/youtube]
צדיקים אחדות רעלי...
אויף יו-טוב איז דא אסאך הערליכע קליפס פונעם.
קוקס און האטס הנאה...