זינדיגט מען אין די קאנטרי'ס?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
זינדיגט מען אין די קאנטרי'ס?
לאור א דיסקאסיע אין אן אנדערן אשכול, וויל איך דא אויפברענגען א געוויסע שאלה.
די לעצטע פאר יאר דרייען זיך ארום רומערס און שמועות, איבער די מצב אין די קאנטריס. דאס אז עס איז ווייט נישט אויסגעהאלטן מטעמי צניעות, איז דאך נישט קיין סוד. ס'איז זייער אומבאקוועם ארויסצוברענגען ווי אזוי פרויען און מענער ערלויבן זיך ארומצוגיין אויפן ארט, דער אופן ווי אזוי מען לעבט, דאס זיין אריינגעלייגט אין יענעמ'ס טאפ, די פרויען פארברענגענישן און יענטעווען ביז פינעווע פארטאגס, דאס איז באמת זייער נישט איידל און נישט מאראליש.
איך רעד אבער אצינד פון א צווייטע נושא, נעמליך אז מען זינדיגט ארום אין די קאנטריס. אזעלכע סארט שמועות ווערן פארשפרייט בעיקר דורך אזעלכע סארט מענטשן וואס זייער נאמנות שטייט נישט אויפן העכסטן שטאפל און פארמאגן טייל מאל מאטיוון צו פארשפרייטן אזעלכע זאכן. פארט, ווער ווייסט? - אפשר איז יש דברים בגוי, אפשר איז פאראן אזעלכע זאכן און עס ליגט אמת דערין?
דער אמת איז, אז קאנטרי איז א פלאץ וואו מען קען ווערן נענטער מיט די צווייטע מין. מען וואוינט נאנט און מען דארף צומאל צוקומען איינער צום צווייטן, מען קען מיטהאלטן פארשידענע זאכן פונעם שכן וכדומה (ועל אלה קא בכינא - עס איז טאקע נישט צניעות'דיג). פארט, ווער עס קען דער מצב דארט, איז נישט שייך עכט צו זינדיגן, און אפילו נאנטע באציאונגען איז בלויז שייך מיט א גבול. מען זעט דארט אלעס און באמערקט אלעס, מען קען וויסן יעדן איינעם ווען ער גייט דאווענען און ווי לאנג עס נעמט אים דאס דאווענען... ס'איז נישט עכט שייך - על-כל-פנים פון מיין פערספעקטיוו.
אני כשלעצמי, זייענדיג א קאנטרי גייער און האבנדיג געווען אין עטליכע קאלעניס, אנגעהויבן פון גאר פרומע און געענדיגט ביי די נישט עכטע היימישע, פון אלע מינים און סארט, האב דאס נישט געזען און נישט געשפירט, און איך בין פון די סארט וואס וואלטן עס אולי געדארפט צו באמערקן.
עם כל זאת: הערנדיג לעצטנס אזויפיל, אפשר בין איך פאלש? - אפשר טוט זיך יא אפ שמחה וששון אין די קאנטריס?

- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
איך בין מיט אייך. מען זינדיגט נישט עס הייבט זיך נישט אן לא מיניה ולא מקצתיה. אין קאנטרי זענען די ווענט דורכזיכטיק מען טוט נישט גארנישט. איין זאך איז יא מען איז נענעטער פיזיש צען זיצט ממש נאנט אין לאנטש רום און מען באמפט אריין אפטער אין יענע בחנטע ווייבל און אזוי ווייטער אבער זינדיגן זינדקט מען אין שטאט אויב עפעס.
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
מען זינדיגט זיכער. גייסט מיר זאגן ווען מ'קומט אן אין קאנטרי הערט מען אויף זאגן ליגענט? לשון הרע? (אויב עפעס רעדט מען מער ל"ה) רכילות? אונאת דברים? רעדן ביים דאווענען? רעדן אינמיטן ליינען? דאווענען נאך חצות? וכהנה וכהנה
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- מ. גליקמאן
- ידיד השטיבל
- הודעות: 247
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 25, 2013 5:27 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1136
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 4:48 pm
- האט שוין געלייקט: 108 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל
א גוטן ר' שלום.
ווי איך זעה האסטו גענומען אויף זיך אן אויפגאבע צו מאכן יעדן גלויבן אז מען זינדיגט אין קאנטרי, הגם דו אליין ווייסט ווי נישט שייך עס איז. לאמיר נאכאמאל קלארשטעלן - איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז עס איז נישט אמת. איך זאג קלאר "איך ווייס נישט", אבער... איך בין פון די וואס וואלטן יא געדארפט צו וויסן, און בכלל - עס מאכט מיר נישט סענס אז עס זאל זיין אמת. אבער אויב מען וועט מיר אויפווייזן, אדער אפילו נישט אויפווייזן - נאר עס וועלן אפירקומען נאך עטליכע משלנו און זאגן אז יא, זיי ווייסן און עס איז אמת אז עס פאסירט, וועל איך מסתמא טוישן מיין בליק, און אנהויבן זוכן און פארשטיין ווי אזוי עס קומט פאר.
איך מיין אז עס איז א שאד דאס זיך דינגען מיט דיר, בשעת דו ווייסט אליין אז אויב דאס זאל זיין אמת, איז קאווע שטיבל דער פלאץ וואו מען וועט אפירקומען און זאגן, אז יא... עס פאסירט... גיב א קוק לדוגמא דראגס, איך האב אלעמאל געהאלטן אז עס איז נישטא אזוי ווייט ביי אונז, אבער זעענדיג א פולן אשכול מיט מענטשן דא וואס שרייען קלאר אז עס איז אמת, האב איך געטוישט מיין מיינונג און איך נעם היינט אן אז עס איז יא דא שטארק ביי אונז, ווייל איך גלויב נישט אז מען קען אנפולן אזויפיל בלעטער מיט שקרים. ס'קען אמאל זיין איינער אדער צוויי טרייבן איבער אבער אזויפיל תגובות מיט די זעלבע אינהאלט איז נישט אזוי ווייט במציאות. דאס זעלבע איז דא - אויב איך וועל זען אז עס וועט זיך אנפולן בלעטער פון געשיכטעס און פאסירונגען פון עבירות אין קאנטרי'ס, וועל איך עס קלאר אננעמען. און קום מיר נישט מיט קיין מעשיות אז קיינער וועט נישט וועלן דערציילן וכו' - ווייל דראגס און אנדערע גוטע מעשיות רעדט מען פיין ארום דא.
בנוגע מעשיות אין שטאט. יא, איך נעם אן אז עס איז פאראן פיל מער אין שטאט. הגם דו טרייבסט עס פיין איבער אינעם אנדערן אשכול, זונות קומען נישט מעיד זיין, ס'איז שקר וואס דו זאגסט עס מיט א קלארקייט כאילו דו ווייסט, אבער יא, איך מוז ליידער מודה זיין אז איבעראל זענען פאראן בעלי עבירה, הגם איך גלויב נאכאלס אז ביי היימישע אידן איז עס היבש ווייניגער ווי ביי די גוים, אבער נאכאלס מער פון וויפיל עס וואלט געמעגט זיין.
און מיין נישט אז איך גיי דיר ענטפערן יעדע מאל וואס דו שרייבסט דא דיין אגענדע. די אשכול איז געגרינדעט געווארן מיט די מטרה, ווייל איך וויל הערן און זען פונעם ציבור, אויב עס איז טאקע פאראן אזא זאך און אויב עס איז בכלל מעגליך אז עס זאל פארקומען אין די עפנטליכקייט. איך בין נישט דא צו דעבאטירן מיט דיר אט די זאך.
פארשטאנטא?

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 64
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 01, 2013 4:11 am
- האט שוין געלייקט: 109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 211 מאל
דו ווארפסט מיר עפעס זייער אן אנטאגאניסטישע תגובה, מיין פריינד. איך ווייס נישט פארוואס דו מיינסט איך האב אן אגענדא. איך האב א דעה, פונקט ווי א צווייטער. דער קאנטרי עסק איז מיר נישט מעלה און נישט מורד. איך האב עס דערמאנט אויף ארויסצוברענגען אן אנדערן נקודה, אבער אזוי צו אזוי טוישט עס נישט די עיקר פונקט אין דעם אנדערן אשכול. הכלל אבער, איך זעה האסט דיך עפעס צובייזערט פון דעם גאנצן נושא, און עס בלייבט טאקע נישט מער פאר מיר צוצולייגן דא. איט וואז נייס נאואינג יו.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
זינדיגט מען בכלל?
ווער עס האט שוין געזינדיגט מיט אן אשת איש זאל שוין מודיע זיין!
איך מיין, עס איז אביסעל נאריש צו פראבירען דן זיין ברבים אין א נושא וואס מעצם מהותו באהאלט מען עס גוט וכו'. ניין?
די איינציגסטע פלאץ ווי מען קען אפשר מברר זיין אזא נושא איז ביי שלום בית מאכער'ס וכדו' וואס האנדלען אין די ענינים. איך האף אז זיי זענען גענוג פראפעשינעל נישט ארויסצוגעבן פונטקליך יעדער חודש א רעפארט וויפיל עפעירס זענען געשעהן ביים היימישען עולם יענער חודש.
באופן כללי נאמנים עלינו דברי חז"ל וואס האבען געזאגט "רובם בגזל ומיעוטם בעריות", איך מיין אז ווילאמסבורג און מאנסי זענען אויך נכלל אין די הייליגע נצחיות'דיגע ווערטער פון חז"ל. איך ווייס נישט פונקט וואס איז די גדר פון מיעוט און רוב, אבער דאס איז זיכער אז רוב איז העכער פופציג פראצענט און מיעוט איז ווייניגער. אין אנדערע ווערטער, ווען איר גייט אריין אין בית המדרש הגדול שבת צופרי, און עס זענען עולה זיבן צו אכט מענטשען לתורה, מעגסטו אננעמן אז פיר פון זיי זענע גנבים, און בערך איינס אדער צוויי לכה"פ זענען נואפים.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
לץ איינער...
סוי למשל אין דעם אשכול האבן שוין געשריבן תגובות, איך, שמעקעדיג, שלום דין, בן תמליון, מורינו הרב, יואליש, ידען און גליקמאן. קען מען אננעמען אז 2 חברה דא האבן שוין נואף געווען... איך נאך נישט, ווער יא ? כ'וועל טרייען צו געססען
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
די גמרא זאגט מעוטן בעריות קען אויך זיין אין אביזרייהו. ממילא צוויי דא זענען עובר אויף אביזרייהו, וואס דאס טוט אינקלאדען ז"ל און געבען עפעס מיד ליד מיט א כוונה הנאה צו האבען וכו'.
לדעתי געשעהט זנות סיי אין שטאט סיי אין קאנטרי. עס איז דא מענטשען וואס זענען מזנה, און זיי וועלען מזנה זיין איבעראל, סיי אין שטאט סיי אין קאנטרי. אין קאנטרי איז לכאורה שווערער פאר אונזערע סארט מענער און פרויען מזנה זיין, ווייל די פרויען בדרך כלל דרייווען נישט, און ממילא קען די פרוי נישט אפפארען און טוהן מה שלבה חפץ. און בכלל פארט מען נישט אזוי פיל, און מען דארף קענען אויף מאכען גענוג מעשה'ליך ווי מען איז געוועהן, ווען דער מאן רופט און פרעגט ווי זי איז.
וואס יא?
זומער ווען די פרויען זענען אין קאנטרי, איז דא אסאך מענער וואס מאכען א לעבען דא אין שטאט, און פין ווי ווייס איך? פין די רבנים, זיי זאגען דאס ביי דרשות.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איחוד פעלד האט געשריבן:די גמרא זאגט מעוטן בעריות קען אויך זיין אין אביזרייהו. ממילא צוויי דא זענען עובר אויף אביזרייהו, וואס דאס טוט אינקלאדען ז"ל און געבען עפעס מיד ליד מיט א כוונה הנאה צו האבען וכו'.
.
נישט מסתבר, ווען די גמרא וויל זאגען אביזרייהו ווייסט עס וויאזוי דאס צו זאגען בפירוש, בפרט דא אז למשל ביי לשון הרע האט ער געזאגט בפירוש וכולם באבק לשון הרע וויבאלד ער רעדט נישט פון לשוה"ר גופר. נאר עריות מיינט עריות כפשוטו. אויב ז"ל איז בכלל עריות איז א צווייטער סוגיא, אבער אויב רעדט מען פון ז"ל פאסט נישט אזוי צו זאגען אז נאר מיעוטם. וכמדובר במקומות אחרים.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
במחילת כבוד פותח האשכול. "אין" קאנטרי, צו מ'זינדיגט מער ווי אין שטאט במשך'ן יאר, איז נישט קיין זאך וואס איז מעגליך צו וויסן. דאס יא, אסאך couple friends זענען נולד געווארן אין קאנטרי.
יעצט גיי איין טרעפ ווייטער. Couple friends זינדיגען מער ווי נישט couple friends?
מסתבר אז נישט, ווייל אין זייער פאל דארפן 4 שפילער מסכים זיין. און אויב ס'איז נישט א two way street איז אויך מסתבר אז זיי זינדיגען נישט מער ווי נישט couple friends צוליב די נאכווייען אין פאל ס'ווערט נתגלה, עכ"פ די ענינים זענען זאכן וואס מ'וועט קיינמאל נישט וויסן.
על דרך [tag]זר זהב[/tag], די איינציגסטע חטא וואס איז מער אין קאנטרי, איז טראגן מיט די עירוב, רח"ל.

Under influence
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
כ[tag]לעיקוואד[/tag], די גמרא זאגט אין כתובות אז ס'איז גרינגער צו טרעפן איינעם מיט וועם צו זינדיגן, ווי איינער וואס זאל העלפן פעלשן א שטר. הגם היינט איז זיכער דער מציאות אנדערש, זעט מען אבער אז ס'טרעפט זיך.
מאידך גיסא פון וואו נעמסטו די חלוקה פון 2 פון 8? אפשר 1 פון יעדע דריי? אדער מער 49 פון יעדע 100?
[tag]ידען[/tag], אר יו פאר ריעל? דערצייל אפאר פירסט הענד סטארי'ס.

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
@דעת תורה
ביסט גערעכט, די צוויי פון אכט האב איך סתם געזאגט אלץ משל, עס איז ערגעץ צווישען 49% און 1%, איך האב אנגעכאפט וואס עס האט מיר אויסגעקוקט מסתבר.
ביסט גערעכט, די צוויי פון אכט האב איך סתם געזאגט אלץ משל, עס איז ערגעץ צווישען 49% און 1%, איך האב אנגעכאפט וואס עס האט מיר אויסגעקוקט מסתבר.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
בין איך דער איינציגסטער וואס האלט די אשכול באלאנגט אין מאחורי??
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)