בלאט 1 פון 1

באריכט: פאליציי האט אין 2003 אפגעשטעלט בין לאדין צוליב ספידן

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 7:24 pm
דורך זר זהב
א 300 זייטן פאקיסטאנער באריכט וואס איז געהאלטן געווארן אין געהיים איז ארויסגערינען, און דערינען איז דא נאך דעטאלן איבער וויאזוי דער מערסט געזוכטער טעראריסט אסאמא בין לאדין האט זיך געקענט אויסבאהאלטן אזויפיל יארן אין פאקיסטאן.

די באריכט איז באזיצט אויף מערערע אינטערוויוען מיט 200 וויטנעסעס און משפחה מיטגלידער. דער באריכט באשולדיגט דעם פאקיסטאנער גאווערמענט נישט בלויז מיט זיין פארנאכלעסיקט אין אויפכאפן דעם טעראריסט אנוועזענהייט אין זייער לאנד, נאר גאר אויך מיט שטילערהייט זיך נישט וויסענדיג מאכן פונעם פאקט אז ער איז האלט זיך גאנץ זיכער אויף ערגעץ וואו אין פאקיסטאן!

צווישן אנדערע ווערט דארט אויפגעדעקט אז בין לאדין איז אפגעשטעלט געווארן דורך א טראפיק פאליציאנט פארענדיג אין זיין קאר. יענער האט אים געלאזט פארן ווייטער צוליב אומבאקאנטע סיבות, אפשר האט מען אים אונטערגעקויפט אדער האט ער טאקע נישט באמערט אז דער איז גאר בין לאדין.

דער באריכט רופט אן דעם אמעריקאנער אבלאווע אין אבאטאבאד "אן אמעריקאנער אקט אויף מלחמה אקעגן פאקיסטאן"

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 7:42 pm
דורך [NAMELESS]
וואס הייסט "דער באריכט רופט אן דעם אמעריקאנער אבלאווע אין אבאטאבאד "אן אמעריקאנער אקט אויף מלחמה אקעגן פאקיסטאן""???
מיינט דאס אז פאקיסטאן וויל יעצט גיין אין מלחמה מיט אמעריקא??

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 7:46 pm
דורך זר זהב
זיי האבן דאך דאס שוין געזאגט בשעתו. ס'מיינט נישט גארנישט, דזשאסט א סטעיטמענט

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 7:56 pm
דורך [NAMELESS]
אהא

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 10:31 pm
דורך לאליפאפ
וועם קומט זיך דעם מזל טוב אויפן געבורט פון יו בי על׳ס גלגול?
טאקע באמת וועם גייט יעצט אן צו שאפן א סומאטוכע איבער א גע׳הרגטן טעראריסט וואס מ׳ווייסט ממילא אז מיט אביסעלע רצון וואלט אים פאק געטראפן אין א מינוט?!

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 11:47 pm
דורך דעת תורה
לויט ווי כ'האב פארשטאנען האט ער נישט געהאט קיין בארד ווען מ'האט אים אפגעשטעלט.

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 12:48 pm
דורך [NAMELESS]
WOW , דאס איז אינטערסאנט - דעת תורה. און ווי אזוי ווייסט מען אז עס איז געוועהן ער??