איז אנשיל'ס שמייכל א סתירה צו מיין שמייכל?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

[justify]כדי צו מאכן דעם אנשטעל אז איך ארבעט שווער א גאנץ יאר, האב איך געפייערט א וויקאציע דורכאויס יולי דעם פערטען. א דעטאלע באריכט אינהאלט נישט עפעס באזונדער אינטערסאנט, אבער דער זינטאג האט מיר צושאקעלט אביסל. אפשר נישט אזוי ווייט דער זונטאג ווי דער מאנטאג אינדערפרי, ווען כ'האב אנגעטראפען מיין אלטע חבר, אנשיל, אין איחוד קאנטרי. וויאזוי שטימען די ביידע, מיין פרישע הימלדיגע חלום און זיין העכערקייט? האבן מיר דען נישט איין גאט, איין בורא?
נאדיר-אייך דברים כהוויתן.
מוצאי שבת קלינגט מיר מיין שוואגער, ירוחם.
ירוחם: קאווע'לע? אפשר קומסטו אריבער, איך בין נישט ווייט פון דיר. מיין חבר האט געברעגט א זייער אינטערסאנטע דאקיומענטערי, ס'נאך נישט געווען אין שטיבל, קום אריבער מיט דיין ווייב.
טרינקער: איין מינוט, אזיל ואמלך.
ירוחם: וואס? אה! יו ביסטו פאני. קעי, כ'ווארט.
טרינקער: פיין, אין צעהן מינוט. זי מאכט זיך גרייט.
ירוחם: גוט, דארפסטעך נישט יאגען, מיין חבר וועט זיין דא ערשט אין 20 מינוט.
טרינקער: וואס? ער גייט אויך זיין דארט? ווער איז ער?
ירוחם: שלומי קליין, דער וואס האט יעצט חתונה געהאט. נו, משה'ס איידעם. דו ווייסט ווער.
טרינקער: אה.
ירוחם: ער קומט מיט זיין ווייב. איך טעקסט דיך אריין די אדרעסס פאר דיין GPS, כ'בין אין ROOM 203.
טרינקער: אמממ... או... קעי...
מיין CPU שטרענגט זיך איבער. וואס גייט דא זיין. שלומי, דער פענסי איגערמאן, קומט מיט זיין ווייב, משה'ס טאכטער. וואס פעלט מיר דאס אויס?
15 מינוט שפעטער שטעל איך אוועק מיין קאר אינעם האטלעס לאט. מיר קלאפען אויף ציממער 203. א יונג ווייבעל מאכט אויף די טיר. קאווע טרינקער ווערט רויט, מרס. קאווע טרינקער רופט זיך אן הויעך Sorry. We got a wrong room number - ירוחם'ס ווייב דערקענט איר שוועסטער'ס קול, און שרייט ארויס "צארטי (שם מושאל), קאם אין"... ס'הערש א צומישעניש... מיין ווייב קוקט אין מיין אויגען אריין, ווי זאגענדיג "שוין ווייטער דרייסטו מיך אריין אין די חזריי, וויפיל מאל דארף איך דיר זאגן אז איך בין נישט מיין שוועסטער. זי איז פראסט און איך נישט! איך בין נישט נייגעריג צו זיצען מיט אנדערע! נישט גענוג כ'האב מיך אונטערגעגעבן און מסכים געווען צו וואטשען דעם מאווי, מאכסטו מיך זיצען מיט דעם באם און באמטע?!" איך פראביר מיין בעסט: "איך האב נישט קיין אנונג ווער דער פרוי איז, פון וואו זאל איך וויסן אז נאך איינער איז דא?".
מיין שוועגערן קומט ארויס, און איז כובש איר שוועסטער'ס הארץ מיט א קיש אין פנים. שטיינער ווערן לויזער, און מר. און מרס. קאווע קומען אריין מיט פולען פראכט. געמיינט האב איך אז איך בין אין די פאהרצוממער, און ס'איז אוודאי דא א גרעסערע שטוב פאר די זעקס מענטשען וואס זענען דא. א מכה. אויף דעם איינעם גרויסען בעט איז מען מיך מכבד צו זיצען. וואס ווייטער? קלער איך האלב רויט און האלב שוויציג. ירוחם ארבעט אריין, זיין ווייב ער שוין געטוישט. געטוישט? איבערגעמאכט פון פריש. זי ווייסט נישט פון קיין צרות צו זאגן, טראכט הויעך. טראכט? רעדט הויך! זי הייבט אן צו טיילן זיצען, זי איז מסביר וויאזוי דער עולם זאל זיצען, כדי יעדער זאל זיין צופרידען. נאכען אויסטוהן די בגדי שבת און אויסטיילן ממתקים, צינד מען אן די מאווי. ירוחם און שלומי'ס ווייב האבן נישט אויפגעהערט צו לאכן, ירוחם'ס ווייב האט נישט אויפגעהערט צו בארוהיגען איר שוועסטער אז "באלד וועט מען זיין מער נארמאלע זאכן, נאר אין אנפאנג איז עס אביסל אמ....". פארשטייט זיך אז דער אנפאנג האט זיך געצויגען ביזן סוף...
נאך 90 מינוט איז געווען צייט אהיימצוגיין, מיר האבן זיך באדאנקט, איך מיטן הארץ און זי מיטן מויל. שלומי וב"ב זענען נאך געבליבן דארט שמוסען. ביי. ויסעו.
די גאנצע וועג אהיים האב איך זיך געמוזט פארענטפערן אז כ'האב נישט געוואוסט די ראטע פונעם מאווי, און אז כ'האב געמיינט אז זיין חבר ברענגט נאר דעם מאווי, אבער נישט אז ער גייט זיין דארט די גאנצע צייט. און זי האט איבערגע'חזר'ט איר אלטע יסוד, אז ירוחם איז א באם, he makes my sister crazy, און ס'נישט גוט צו האבן א relationship מיט אים, אויסער גיין צו שמחות. Did you see how she looked? Not normal! My mother will die seeing her like this
אהיימקומענדיג צו מיין וויקאציע וואוין ארט בין איך געווען צו מיעד צו פראווענען מלוה מלכה, כ'האב געטרינקען ג'אמפ. די זייגער האט געקלאפט 3 ווען כ'בין אריין אין בעט. 10:23 זעה איך דעם זייגער נאכאמאל, מיין ווייב איז נאך געשלאפען, קיין מנין בין איך נישט געווען בכוח צו גיין זוכען, ווען זי איז אויפגעשטאנען האב איך שוין געהאלטן נאך אלעמען. 11:30 האט מען זיך געזעצט עסן א גרויסע פרישטאג-לאנטש. 12:30 בין איך אריין אין pool מיט די אנדערע אורחים. איינס פון זיי האט געשמעקט פון קאווע, נאך א קורצע שמועס בין איך געווארן זיכער אז ער איז טאקע מאנשי שלומינו. מ'קען דאס זעהן אויף די שפראך... 3 אזייגער בין איך געווארן צוריק הונגעריג, האמיר זיך נאכמאל געזעצט עסן. 3:30 האב איך געזעצט ביים קאמפיוטער ביז 5, געליינט די נייעס, געענטפערט אימעיל'ס, און נאך.
א שפאציר אויף די ראוד האט גענומען א שיינע שעה. בערך 6'ע האב איך ארויסגענומען פון מיין טראנק א גאנצע בעג פון דאקיומענטען וואס כ'וויל שוין פון לאנג מסדר זיין, אבער די צייט ערלויבט נישט, האב איך דאס מיטגעברענגט אין פאל כ'וועל האבן צייט. און אזוי האב איך געטוהן. פארשטייט זיך אז ס'רוב איז געווען ראוי לקנח, סתם שטותים און חספא'ס. א קליין חלק נישט-באצאהלטע בילס, דאס איבריגע איז געווען א געמישעכץ פון חידושי תורה, גראמען, מראי מקומות, בילדער, און ביזנעס קארדס פון די פאריעריגע עקספא.
און אזוי פארט א טאג, כ'האב אפילו געפיצט מיין קאר (די האטעל האט אזא סערוויס) מבית ומחוץ. זיך צוגעקוקט ווי אנדערע מאכן איבונגען, איין קליינע דריי אין די האלוועי, די זייגער קלאפט שוין 8. צייט פאר נאכטמאל. 9 אזייגער, און איך בין טויט מיעד. פארטאגס דארף מען שוין ארויספארן פון דא. אויב ווייס איך וואס איז גוט פאר מיר, גיי איך שוין שלאפן. און אזוי האב איך געטוהן.
די עירקאנדישען האט פיין געארבעט, און מיט א גוטע געפיל, פון אזא פיינע טאג, האב איך איבערגעצויגען דעם דאכענע.
ס'איז נישט געווען קיין שום סיבה פארוואס ס'איז מיר געגאנגען אזוי שווער דעם איינשלאפן. אויסער מחשבות וואס האבן זיך אנגערוקט אן מעלדן און געפארדערט אן הסבר אויף מיין התנהגות במשך'ן טאג. "קאווע!" שרייט מיר איינער אין מוח "דיין טאג איז נישט אנדערשט געווען ווי א גוי לעבט א זינטאג".
גערעכט איז ער געווען. א שטיקל חשבון הנפש שטעלט ארויס א שווארצע בילד. געדאווענט מיט מנין? ניין. געדאווענט פון מה טובו ביז עלינו? שוואכע מעשיות. געלערענט, בלא. מנחה? ניין. מעריב און יעלה ויבוא? ניין. וואס יא? גע'געסען, שפאצירט, געשווימען, גערעדט, געליינט, געוואשען די קאר, געוואטשט מאווי'ס, בעסיקלי גארנישט. - און אזוי קומען ארויף זכרונות פון די ימי הנעורים ווען א זונטאג איז געווען כולו מוקדש פאר חזרה, גאנצעטע בלעטער גמרא תוספות, און נאך גוטע זאכן. און יעצט? גארנישט. ס'איז געווען צו טונקעל צו זעהן אין שפיגל דעם צובראכענקייט אויפן פנים. איך דענק נישט וואס איז געווען ווייטער, אבער ווען כ'בין אויפגעשטאנען לקול הוועקער זייגער, מאנטאג פארטאגס, האב איך געפילט אזא מין קרבת אלקים, א נאנטקייט צו מיין טאטע אין הימל וואס האט זיך מגלה געווען צו מיר אין חלום, און מיך ארומגענומען מיט אזא אהבה, זאגענדיג דערביי:
קאווע, ביסט ביי מיר באליבט. במשך'ן טאג האסטו מיר מכבד געווען, און מקדש געווען מיין נאמען:
מוצאי שבת ווען דו ביסט געזיצען מיט פרעמדע פרויען האסטו געהיטן מיינע געזעצען, ס'נישט געווען קיין נגיעה לשם חיבה וכדומה. ייש"כ קאווע טרינקער.
ווען דו ביסט אהיימגעקומען שפעט האסטו געטרינקען ג'אמפ, און האסט אינזינען געהאט אז דאס זאל זיין לכבוד מלוה מלכה. ייש"כ קאווע טרינקער.
זינטאג אינדערפרי האסטו אנגעטוהן תפילין. ייש"כ קאווע טרינקער.
געליינט שמע וברכותיה. ייש"כ קאווע טרינקער.
ברכת הנהנין, ברכת המזון ועוד. ייש"כ קאווע טרינקער.
ביסטאך מלא מצות! אזא נחת וואס כ'האב פון דיר!
געמיינט האב איך אז דער חלום איז עפעס זאכלעך. כ'האב ארויפגעצויגן א שמייכל אויפן פנים. א קלייניקייט? א זינטאג פון ביידע וועלטען?! מאכט זיך נישט יעדען טאג.
אבער טרעפענדיג אנשיל אין איחוד קאנטרי ביי שחרית, פרעג איך אים, נו, אנשיל, וואס מאכטסטו? וויאזוי איז דורך דיין טאג נעכטען? וואו ביסטו געווען?
אנשיל: אינדערפרי בין איך איך געווען ביים דיין'ס שיעור, נאכדעם בין איך געגאנגען באזוכן מיין זיידע, פון דארט בין איך צוגעפארן צום שפיטאל טראגן עסן פאר מיין פעטער. נאכמיטאג האב איך גע'חזר'ט פאר מיין דרשו בחינה.. און שוין.. אה, פארשטייט זיך אז יעדע שעה האב איך געטויש וועש אלץ הכנה פאר די 9 טעג. כ'האב געגעסען נאכטמאל פרי, כדי אויפצועסן די פליישיגע טשולענט פאר די שקיעה.
א וואונדער אז אנשיל האט א שמייכל אויפן פנים? ער לעבט אין עפעס אן אנדערע וועלט!
אדער איך אדער אנשיל האבן א פאלטשע שמייכל.[/justify]

Under influence
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
דיין שמייכל מאכט מיר א זויערן געזיכט. ווייל דער אמת טוט וויי................
אויב טוסטו דאס יעדן זונטאג, דאן איז דיין חשבון הנפש אין פלאץ, און דיין שמייכל נישט איי איי איי...
אויב האסטו בלויז גענומען א וואקאציע, נו, א מענטש דארף דאס האבן און קען נישט לערנען בלי הפסק. און דיין שמייכל איז גענצליך בארעכטיגט, גארנישט ווייניגער פון אנשיל'ס.
און דיין ווייב זאלסטו לערנען א פארציע צו זיין שטיל און דיר נישט מחנך זיין

וירח ה' את ריח הניחוח
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
קאווע, א פראכט פון אן ארטיקל און א ברעטה אוף פרעש עיר, טאקע יא פון די רואיג, ווינקל, שמועסן פארברענגען סארט, לאפוקי סתם אומנויטיגע דערקוטשענישן.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
נו קיינער נעמט זיך נישט אן דא פאר דער יידושער , ויש גורסים חסידישער, גאט, וואס האט הנאה אז זיינע קינדער האבען הנאה, און זיצט נישט אגאנצע טאג מיט א זויער פנים ציילען וויפיל נבירות מ'האט געמאכט? אוודאי איז דיין שמייכל טויזנט מאל מער אמת פון אנשיל'ס, ער איז דאך געווען אזוי פארנומען טוהן מצוות ער האט ניטאמאל געחלומ'ט אויף גאט..
נאך א הערה, ווען איך וואלט ווען געהאט כח און מיין שרייב טאלאנט וואלט זיך געגאסען ווי וואסער, און מיין קיבוירד וואלט זיך געטייפט שנעלער ווי די ספיד אוו לייט, וואלט איך פארגעשטעלט אזא דריטער שמייכל, פון א אמת'ער חסידישער חניקודישער יוד, וויאזוי ער פראוועט אפ א זונטאג, אדער א מאנטאג, אדער סיי וועלכער טאג, ווער רעד נאך פון א יומא דפגרא אדער יארצייט, אדער חתונה פון רבינ'ס אייניקל, און דערנאך שטעלן די פראגע, מיט וואס איז זיין פארברענגאכץ אנדערש פון דיין טאג ביים האטעל, אחוץ דאס וואס ער נעמט קאווע בחינם אין שוהל אין ביים האטעל קאסט עס זעקס דאלאר נאך פאר די צוקער און די מילאך.
נ.ב. די דאזיגע תגובה איז געשריבען געווארען לקיים דברי חכמים מוהר"ר קופערניקוס וואס בעט מז'אל רוהיג שמועסען און פארברענגען. ==מאראנצןזאפט האקט, ברוך שכוונתי.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- גלות יוד
- ידיד השטיבל
- הודעות: 255
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:27 pm
- געפינט זיך: ווי מען לאזט מיר אריין
- האט שוין געלייקט: 48 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
- קאנטאקט:
לעיקוואד האט געשריבן:נו קיינער נעמט זיך נישט אן דא פאר דער יידושער , ויש גורסים חסידישער, גאט, וואס האט הנאה אז זיינע קינדער האבען הנאה, און זיצט נישט אגאנצע טאג מיט א זויער פנים ציילען וויפיל נבירות מ'האט געמאכט? אוודאי איז דיין שמייכל טויזנט מאל מער אמת פון אנשיל'ס, ער איז דאך געווען אזוי פארנומען טוהן מצוות ער האט ניטאמאל געחלומ'ט אויף גאט..
נאך א הערה, ווען איך וואלט ווען געהאט כח און מיין שרייב טאלאנט וואלט זיך געגאסען ווי וואסער, און מיין קיבוירד וואלט זיך געטייפט שנעלער ווי די ספיד אוו לייט, וואלט איך פארגעשטעלט אזא דריטער שמייכל, פון א אמת'ער חסידישער חניקודישער יוד, וויאזוי ער פראוועט אפ א זונטאג, אדער א מאנטאג, אדער סיי וועלכער טאג, ווער רעד נאך פון א יומא דפגרא אדער יארצייט, אדער חתונה פון רבינ'ס אייניקל, און דערנאך שטעלן די פראגע, מיט וואס איז זיין פארברענגאכץ אנדערש פון דיין טאג ביים האטעל, אחוץ דאס וואס ער נעמט קאווע בחינם אין שוהל אין ביים האטעל קאסט עס זעקס דאלאר נאך פאר די צוקער און די מילאך.
נ.ב. די דאזיגע תגובה איז געשריבען געווארען לקיים דברי חכמים מוהר"ר קופערניקוס וואס בעט מז'אל רוהיג שמועסען און פארברענגען. ==מאראנצןזאפט האקט, ברוך שכוונתי.
העי פארן נישט טראכטן פון גאט קען מען שוין טיהן עבירות אויכט אבער אונז ווייס מיר דאך אז נישט טיהן עבירות איידלט אויס דעם מענטש אפילו מען טראכט ניט פון גאט און מידה טובה מרובה אז מצוות איידלט אויס דעם מענטשן
והיא שעמדה לאבותינו ולנו שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותנו והקדוש ברוך הוא מצילנו מידם
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
גלות יוד, איך האב נישט געזעהן איינער רעדן פון עבירות. איך האב סך הכל געזעהן אז מרעדט דא פון ענדשויען לייף.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 236
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 26, 2013 10:16 pm
- האט שוין געלייקט: 80 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 103 מאל
[justify]ממש איך קען נישט פארשטיין וואס גייט דא פאר, פון די אלע תגובות דא הייב איך אהן מורא צו האבן אז מאנדלבאום איז שוין באלד גערעכט...
טייערע קאווע טרינקער מיין הארץ ציפט ווי דו רעדטסט זיך אויס דיין ביטער הארץ, וואס עס ציהט דיך יא דאס ערנסטקייט, דו ווילסט יא אביסל מער אנפוהלן דיין טאג מיט רוחניות און תוכנ'דיגע זאכן, און דו פרובירסט דיך אביסל צו טרייסטן און צו זיין א בוחר רע במיעוטו, אז אפילו דו האסט טאקע נישט אויסגענוצט דיין טאג אויפ'ן 100%טיגען אופן, אבער עפעס עפעס ביסט דאך גוט, און אפילו סאך מער ווי עפעס, איז אפילו שרגא האט געזאגט אז די קדושת לוי וואלט דיך געגעבן אויף דעם א לייק, וואס דאס גלייב איך שוין נישט, פשוט, ווייל ער האט נישט געטרונקען קיין קאווע דא, אבער "מי כעמך ישראל" וואלט ער זיכער יא געזאגט...
וויל איך דיר אבער זאגען קאווע'לע, וויאזוי איך קוק עס אהן פון מיין פוינט אף וויו, פון דעם וואס מ'וועט אוועקמאכן אנטשיל'ס שמייכעל און אויסטייטשען אויף "פרידיש" וואס ער האט געמיינט מיט די לעצט איבערגעבליבענע טשולענט, וועט דיין טאג נישט מער אנגעפולט ווערן.
נאר וואס דען, איך וויל דיר זאגן אז דו האסט יא געהאט א אנגעפולטען טאג!!
דער מאמר החכם פון אין חכם כבעל נסיון, דאס האסט דו דורכגעלעבט און דורכגעאקערט דעם גאנצן זונטאג'דיגען טאג, ווען איינער פארפאטשקעט א טאג, און דערנאך קומט ער אין ביהמ"ד און שרייט אויף דער וואס רעדט ביי שמו"ע, און זיך גלייך מוחל אויף אלעם, און ער האלט אז ער האט אפגעקויפט מיט דעם די באשעפער ער איז דאך פון זיינע וואטשערס.., אויף אזא איינעם איז א רחמנות.
אבער קאווע'לע, דו האסט דאך ארויסגענומען יעדען טראפ פון דעם טאג, אויסגערעכענט יעדע מינוט און זיך פארגעהאלטן, און דאס אריינגענומען אין קאפ אריין, דאס קומענדיגע מאל מאך איך א שיעור אין גמרא נישט אויף מאוויס, איך וועל האבן א געהעריגע "סדר היום" אויסנוצען ברוחניות ובגשמיות, אוי וועל איך קענען שמייכלען!!, דאס איז פונקטליך וואס דער אויבערשטער וויל פון דיר יעצט, העבר אין, זיך פארהאלטן אויף וואס דו וואלסט געקענט טוהן דאס איז עצת היצר...
און נאך מער פון דעם, מ'זאגט נאך פון צדיקים, אז א ריכטיגע עובד השם איז דער וואס קען דערנאך וואס ער איז ח"ו בטעות, אדער בשוגג, אדער אפילו במזיד, עובר געווען אויף גאר א הארבע עבירה, און ער נעמט זיך צוזאם און ער פאלט נישט ביי זיך, נאר מיט דעם וואס ער איז דורכגעפאלן שטארקט ער זיך ווייטער אין עבודת השם (פארשטייט זיך ער טוט תשובה עס זאל נישט זיין בגדר ולרשע וגו'), דאס איז א ריכטיגע עובד השם, דער וואס לעבט אלעמאל אין העכערס איז קיין חידוש אז ער איז פון די עובדי השם.
איז ממילא קאווע'לע חזק ואמץ, דו האסט געטוהן דאס ריכטיגע, איז ממילא דיין יעצטיגע שמייכעל דאס איז די ריכטיגע,
אנטשיל האט אזוינס נישט דורכגעלעבט נאך, - איך קום דיר נישט געבן קיין מוסר, ווייל אדרבא איך דארף הערן מוסר פון דיר, איך וואלט קיינמאל נישט אזוי אדורכגעטראכט א סיטואציע, נאר איך קום דיר נאר זאגען וויאזוי איך האב אנגעקוקט דיין מעשה פון מיין פוינט אויף וויו, קען זיין איך בין ראנג, הנחתי מקום לחלוק עלי......[/justify]

טייערע קאווע טרינקער מיין הארץ ציפט ווי דו רעדטסט זיך אויס דיין ביטער הארץ, וואס עס ציהט דיך יא דאס ערנסטקייט, דו ווילסט יא אביסל מער אנפוהלן דיין טאג מיט רוחניות און תוכנ'דיגע זאכן, און דו פרובירסט דיך אביסל צו טרייסטן און צו זיין א בוחר רע במיעוטו, אז אפילו דו האסט טאקע נישט אויסגענוצט דיין טאג אויפ'ן 100%טיגען אופן, אבער עפעס עפעס ביסט דאך גוט, און אפילו סאך מער ווי עפעס, איז אפילו שרגא האט געזאגט אז די קדושת לוי וואלט דיך געגעבן אויף דעם א לייק, וואס דאס גלייב איך שוין נישט, פשוט, ווייל ער האט נישט געטרונקען קיין קאווע דא, אבער "מי כעמך ישראל" וואלט ער זיכער יא געזאגט...
וויל איך דיר אבער זאגען קאווע'לע, וויאזוי איך קוק עס אהן פון מיין פוינט אף וויו, פון דעם וואס מ'וועט אוועקמאכן אנטשיל'ס שמייכעל און אויסטייטשען אויף "פרידיש" וואס ער האט געמיינט מיט די לעצט איבערגעבליבענע טשולענט, וועט דיין טאג נישט מער אנגעפולט ווערן.
נאר וואס דען, איך וויל דיר זאגן אז דו האסט יא געהאט א אנגעפולטען טאג!!
דער מאמר החכם פון אין חכם כבעל נסיון, דאס האסט דו דורכגעלעבט און דורכגעאקערט דעם גאנצן זונטאג'דיגען טאג, ווען איינער פארפאטשקעט א טאג, און דערנאך קומט ער אין ביהמ"ד און שרייט אויף דער וואס רעדט ביי שמו"ע, און זיך גלייך מוחל אויף אלעם, און ער האלט אז ער האט אפגעקויפט מיט דעם די באשעפער ער איז דאך פון זיינע וואטשערס.., אויף אזא איינעם איז א רחמנות.
אבער קאווע'לע, דו האסט דאך ארויסגענומען יעדען טראפ פון דעם טאג, אויסגערעכענט יעדע מינוט און זיך פארגעהאלטן, און דאס אריינגענומען אין קאפ אריין, דאס קומענדיגע מאל מאך איך א שיעור אין גמרא נישט אויף מאוויס, איך וועל האבן א געהעריגע "סדר היום" אויסנוצען ברוחניות ובגשמיות, אוי וועל איך קענען שמייכלען!!, דאס איז פונקטליך וואס דער אויבערשטער וויל פון דיר יעצט, העבר אין, זיך פארהאלטן אויף וואס דו וואלסט געקענט טוהן דאס איז עצת היצר...
און נאך מער פון דעם, מ'זאגט נאך פון צדיקים, אז א ריכטיגע עובד השם איז דער וואס קען דערנאך וואס ער איז ח"ו בטעות, אדער בשוגג, אדער אפילו במזיד, עובר געווען אויף גאר א הארבע עבירה, און ער נעמט זיך צוזאם און ער פאלט נישט ביי זיך, נאר מיט דעם וואס ער איז דורכגעפאלן שטארקט ער זיך ווייטער אין עבודת השם (פארשטייט זיך ער טוט תשובה עס זאל נישט זיין בגדר ולרשע וגו'), דאס איז א ריכטיגע עובד השם, דער וואס לעבט אלעמאל אין העכערס איז קיין חידוש אז ער איז פון די עובדי השם.
איז ממילא קאווע'לע חזק ואמץ, דו האסט געטוהן דאס ריכטיגע, איז ממילא דיין יעצטיגע שמייכעל דאס איז די ריכטיגע,

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
קאווע טייערע, דיין שפראך איז געוואלדיג און דיין אימעדזשינעישאן איז אויסערגווענליך, איך האב מורא'דיג הנאה פון דיינע ארטיקלן און תגובות. איך האב אנגעשריבן א לענגס און א ברייטס כראוי וכיאות פאר אזא ארטיקל. אבער ליידער מעשה שטן הצליח און ס'האט זיך פארמעקט. וועל איך נאר שרייבן די gist of it.
פארוואס קען נישט ביידע שמייכלן זיין אמת? ווייל סטעיק איז גוט מיינט עס דען אז אייז קרים איז נישט גוט? טראכט אריין וואס זענען געווען די נקודות וואס האבן דיך געמאכט שמייכלן איידער האסט געטראפן אנשיל'ן? וואס האט זיך יעצט געטוישט? העכסטענס אז ס'געפעלט דיר אויך אנשיל'ס סטעיק וועסטו עסן סטעיק נעקסטע מאל אבער הער נישט אויף דערווייל צו שמייכלן איבער דיין גוטע אייז קרים?

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
שוין נישט נוגע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
זייער געשמאק און ארגינעל קאווע!
@לעיקוואד דער חסידיש חניוקיש סטייל איז ע"פ רוב נכלל אין קאוועס שמייכל.
אין שול רוקט ער זיך אן נישט פאר האלב עלף. מסתמא האט ער געליינט 'י"ג אורות' ביזן נץ.
א מקוה מיט א קאווע, פארשטייט זיך אפאר חסידישע מעשה'לך פאר א יעדע זיפ, נאך א שטונדע לכה"פ.
דאווענן דאווענט ער בידידות (ח"ו נישט ביחידות, עס איז נאר יעצט גרייט געווארן לראות את פני קונו).
נאך שחרית איז א שעה פויזע, להפסיק בין רש"י לר"ת. (ח"ו לייגן איינס גלייך נאכן צווייטן, עס קען נאך זיין א עושה שלום במרומיו...)
נאך מעמיד הנחת תפילין דר"ת און הדלקת הנירות, זעצט מען זיך אוועק צו א לחיים. ח"ו נישט אריין צו גיין אין גדר פון תינוק הבורח.
אז מען זיצט שוין ביי לחיים, מיז מען שוין פארציילן נאך אפאר עובדה'לך, הנהגות, סיפורים, וכו', און אריינשעלטן אינעם היינטיגן אינגווארג.
ביני לביני האלט מען שוין ביי מנחה קטנה. נישט קיין סעודה גדולה, מען טאר דאך אבער נישט הינגערן, בפרט ווען מען רעדט נאך פון די בני היכלא וואס כל כלו לה'.
און אז עס איז טאקע כל כלו לה', דארף מען דאך האלטן דעם גוף געזונט אז עס זאל קענען ערפילן זיינע מעשים ווי עס געברויך. נו אויב אזוי איז נישט מער ווי רעכט צו גיין כאפן א שינת צהריים מיט אפאר שמיצלעך אריבער, צו קענען דינען דעם בוכ"ע אויסגעריטערהייט.
אז מען שפארט זיך שוין איין, זאל עס שוין זיין למהדרין מן המדרין. א שעה צוויי לכה"פ. מען שטייט אויף יאגט מען זיך צו כאפן א מנחה פאר זעקס און ניינציג.
נאך מנחה ברויך מען איבערבייסן אביסל. וואס קען מען טאן?! דער גוף פארלאנגט דאך דאס איריגע! אז מען בייסט איבער אביסל דארף מען דאך זען צו האבן א גוף נקי פאר מעריב...
מעריב איז געווענדליך ארום חצות צייט אדער אפאר מינוט דערנאך, עס איז נישט חניוקיש מקפיד צו זיין דערויף.
ביינאכט אין בעט זעט ער מלאכים שרפים וכל הפמליא באוואונדערן זיין עבודת הקודש, וואס גיבט א שטיפ אויפ'ן נעקסטן טאג....

ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:קאווע טייערע, דיין שפראך איז געוואלדיג און דיין אימעדזשינעישאן איז אויסערגווענליך,
העעי, ווער האט דיך אויסגעזאגט אז די גאנצע מעשה איז ריין דמיון?
איך האלט אז די גאנצע מעשה איז אמת, א יעדעס ווארט. די 'אימעדזשינעישאן' חלק איז אז דו האסט חרטה געפילן...

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 835
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
- האט שוין געלייקט: 388 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל
משה געציל, איך ווינדער זיך באמת וויפיל אידען אויפן כדר הארץ האבען מער ווייניגער אזא סיסטעם כגלייב נישט אז איך קען איינס אזא ליידיגייער, סזעהט אויס זייער פאני
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.