בלאט 1 פון 1

שמות טראק רויבערס

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 4:41 pm
דורך זר זהב
היינט האט מען געטראפן א צווייטער טראק געפארקט איזאלירט אין ווילי מיט שמות וואס אידן האבן תמימות'דיג אריינגעגעבן פאר פסח באצאלענדיג א שיינע מטבע מיינענדיג אז סיז לעגיטימיט, למעשה זענען עס א פאר רויבער אינגען וואס שטאפן זיך אן מיט די געלט און לאזן די שמות שימלען מיט א ביזיון.

נעכטן האט מען אזא טראק געטראפן אין ב.פ. געפארקט אויף 62 נעבן די טרעינס, מ'האט אויך געטראפן דארט שמות ארומגעווארפן אויף די שינעס.

פאר איך פארגעס, אין ביידע טראקס איז געווען א גרויסער שילד אז ס'איז אונטער די השגחה פון דומ"ץ אודווארי. דער זעלבער געט אויך א הכשר אויף די ווילי עירוב.

Re: שמות טראק רויבערס

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 4:45 pm
דורך האט קאפ
אין די אויסגאבע די וואך איז דא אפילע באריכט באגלייט מיט בילדער דערפון
כ'מיין אז די זענען די שמות זאמלער פון לעיקוואוד

Re: שמות טראק רויבערס

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 4:47 pm
דורך שמואל הלוי
בילד

Re: שמות טראק רויבערס

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 4:47 pm
דורך שמואל הלוי
בילד

Re: שמות טראק רויבערס

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 4:49 pm
דורך אלבערט
אין קרית יואל איז טאקע היי יאר געווען אן אייגענע שימות ארגאניזציע וואס האט באגראבן די שימות בדרך כבוד.

Re: שמות טראק רויבערס

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 4:50 pm
דורך זר זהב
נו, מהיכן דנתנו אז ביי די עירוב נוצט מען נישט זיין נאמען אן רשות , אדער פרעשורט מען אים אזויווי קלאר טוט - לשיטתך - מיט רבנים ?

Re: שמות טראק רויבערס

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 5:13 pm
דורך האט קאפ
די גאנצע צעטל וואונדערט מיר.
די צעטל איז גענוי די זעלבע ווי פאר צוויי יאהר צוריק ווען דאן האט נאך דער דומ"ץ אדווארי פוגרירט אלס דומ"ץ
משא"כ היינט צו טאגס דינט ער שוין אלס אב"ד אדווארי אויסער אויב דער דומ"ץ מיינט מען זיין זוהן וואס האט עס איבער גענומען.
תמה תמה אקרא!

Re: שמות טראק רויבערס

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 8:56 pm
דורך גדעון
.

Re: שמות טראק רויבערס

נשלח: דאנערשטאג אפריל 19, 2012 8:56 pm
דורך גדעון
/

Re: שמות טראק רויבערס

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 2:02 am
דורך אורח
דרך אגב ער געט אויך הכשרים אויף עסענווארג

Re: שמות טראק רויבערס

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 9:21 am
דורך האט קאפ
אין די היינטיגע פרייטאג'דיגע "המודיע"
איז דא א לענגערע באריכט איבער דעם שמות סקאנדאל

Re: שמות טראק רויבערס

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 1:43 pm
דורך gehlungen
This is not a first time scandal. This still was going on with usher anshel RATZFERTER. ZTZKLL"HH

Re: שמות טראק רויבערס

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 2:03 pm
דורך האט קאפ
אין בחדרי איז אויך דא אן אויספירליכער באריכט איבער דעם

Re: שמות טראק רויבערס

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 10:59 am
דורך קאווע טרינקער
לויט ווי ס'ליינט זיך אין המודיע, עסט דאס דאס געזונט פון הערשל רובינשטיין.

Re: שמות טראק רויבערס

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 11:01 am
דורך שמואל הלוי
פארוואס עסט ער זיך דאס געזונט?

Re: שמות טראק רויבערס

נשלח: מאנטאג אפריל 23, 2012 11:04 am
דורך קאווע טרינקער
ער פילט אז דאס איז מת מצוה וואס ער האט אדאפטירט.

נשלח: זונטאג מערץ 17, 2013 7:11 pm
דורך זר זהב
דעהר יו גאו אגעין, יעצט אין לעיקוואוד.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=UZoSFwVDPJc[/youtube]

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 12:14 am
דורך וואלפה
א חידוש אפילו קיינער טראגט נישט אין לעקוויד, נאך אלץ קען ארויסקומען אזא מיכשול...

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2013 3:14 am
דורך shem-tov
די מעשה פון וואס זיי רעדן אין לעיקוואד איז בכלל נישט קיין פרישע מעשה נאר איז שוין אלט עטליכע יאר. דער רב דארטן פלאגט זיך נעבך צו טרעפן א פלאץ פאר זיינע שמות און ס'גייט אים נישט, גיי ווייס פארוואס זיי ברענגען דאס יעצט נאכאמאל אויף ווי גלייך ס'איז פריש. די נייעס קומט אריגינעל פון א עסבערי פרעס נייעס וואס איז לעבן לעיקוואד עס ליגט דאך דערינען אזויפיל רשעות

לויט ווי איך ליין דא און דארטן זעה איך אז דער יסוד פון די שמות פראבלעמן קומט פון דעם אז ס'איז נישט ערלויבט לכתחילה צו באגראבן קיין שמות אין דער ערד, אבער פאקטיש אז מ'ארבעט שווער קען מען זיך דורכקומען מיט די רעגירונג, אזוי ווי די נייע גניזה קאמפעני אין מאנרא האט לעצטענס באקומען רשות, ווי ס'איז באשריבן אין די צייטונגען. נא פארוואס נעמען זיך נישט אפאר עסקנים אין לעיקוואד אין דער האנט און טוען דארט אויך צו דער זאך

נשלח: זונטאג מערץ 24, 2013 5:41 pm
דורך האט קאפ
[quote="shem-tov"]די מעשה פון וואס זיי רעדן אין לעיקוואד איז בכלל נישט קיין פרישע מעשה נאר איז שוין אלט עטליכע יאר. דער רב דארטן פלאגט זיך נעבך צו טרעפן א פלאץ פאר זיינע שמות און ס'גייט אים נישט, גיי ווייס פארוואס זיי ברענגען דאס יעצט נאכאמאל אויף ווי גלייך ס'איז פריש. די נייעס קומט אריגינעל פון א עסבערי פרעס נייעס וואס איז לעבן לעיקוואד עס ליגט דאך דערינען אזויפיל רשעות

לויט ווי איך ליין דא און דארטן זעה איך אז דער יסוד פון די שמות פראבלעמן קומט פון דעם אז ס'איז נישט ערלויבט לכתחילה צו באגראבן קיין שמות אין דער ערד, אבער פאקטיש אז מ'ארבעט שווער קען מען זיך דורכקומען מיט די רעגירונג, אזוי ווי די נייע גניזה קאמפעני אין מאנרא האט לעצטענס באקומען רשות, ווי ס'איז באשריבן אין די צייטונגען. נא פארוואס נעמען זיך נישט אפאר עסקנים אין לעיקוואד אין דער האנט און טוען דארט אויך צו דער זאך[/quote]
די נייע גניזה קאמפאני אין קר"י איז א ישיבה און די בחורים זיצן גאנץ בין הזמנים ביי די טראקס און זיי זענען די וועלכע באגראבן עס זעהט אויס אז די לעקוואודער האבן נאכנישט קיין ישיבה דערפאר

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2013 11:41 am
דורך shem-tov
כ'ווייס נישט צי וועלעכע ישיבה די נייע בית גניזה קאמפעני געהער, אבער אשרי חלקם וואסערע מהפיכה זיי האבן אנגעדרייט מיט שמות, יעדער געדענקט וואס ס'פלעגט זיך דא אפטוהן , איך האב גערעדט צו איינע פון די ראשי הקהלה אין וויליאמסבורג זאגט ער מיר אז קהל איז געווען אובד עצות ס'איז נישט געווען וואו ציבאגראבן, אלע פלעגען ליידער אוועקווארפן, מיט נאך אן א שעור פראבלעמן און דא האבן זיי מסדר געווען א סיסטעם מיט השגחות מיט אפראוועלס, איידעלע בחורים שטייען ביי די טראקס, געמאכט א בית החיים אין ליבערטי דערפאר, אלעס אפען און גראב ארויסגעשריבן אויף זייער וועב סייט, און הערשט האב איך צוגעטראגן אן עקסטער באקסל (חוץ מיין סאדע באקס מעמבער קארטל) און כ'האב באצאלט בלויז פינעף טולער, ווען דער רויבער פלעגט מיר בעטן אן עקסטערע פינעף און דרייסיג רובל דערפאר

זיי שרייבן אז רוב קהלות ניצען זיי, און ס'האט טאקע אזוי אויסגעקוקט אין וויליאמסבורג פון די ריזיגע אנגעפאקטע טראקס, פארשטיי איך נישט פארוואס לעיקוואד וואס ליידט זיך אזויפיל צאם פון שמות פראבלעמן קען נישט באווייזן די זעלבע זאך