בלאט 1 פון 1

אמת'ע אידישקייט איז עיקרלאז

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 5:45 pm
דורך קאווע טרינקער
יעדער איז מודה אז דער רענט אין ניו יארק איז הויעך. אבער צו זאגן אז דאס איז דער גרעסטער פראבלעם, און רעדן דערפון א גאנצען טאג, און רוב פון די נאכט, און נוצען דאס פאר א מעיאר קאמפיין, איז זינלאז. - סוכ"ס אנדערע מאכן דערפון געלט, ווער ס'קען נישט צאלן קען טוהן וואס פלימעניק לוט האט געטוהן, ס'דא גענוג ליידיגע שטחים. - ס'אפשר זיס פאר 5 מינוט, מער פון דעם איז שוין קינדעריש. איך נוץ דעם באקאנטן משוגענער פאר א משל.

איינע פון די גרעסטע פראבלעמען, אויב נישט דאס גרעסטע, וואס אידן (צווישען זיי גאר פיינע מיט כוונת ריינע) האבן געברענגט אויף אידישקייט איז דער איבערפלוס פון "העמידן על אחת" וואס האט אוועקגעשטיפט דעם האַרמאָניע. דער אפטייטש דערפון איז A pleasing combination of elements in a whole.
איך רעד נישט דא פון אמונה אין בורא עולם, מעמד הר סיני, תורה שבעל פה, וואס דאס זענען יסודות קבועים וואס טוישען זיך נישט קיינמאל.
די 613 מצוות זענען אויך קביעא וקיימא, זיי טוישן זיך נישט קיינמאל. ווייל אפילו אין פאל וואס א מצוה ווערט נדחה איז דאך נישט פשט אז אן אינדערויסענדיגער קומט צו גיין און שטיפט אוועק א מצוה. rather איין מצוה איז גובר אויף א צווייטע מצוה, לויט די כללים פון עשה דוחה ל"ת וכו'. בקיצור, זיי זענען א שטארק געבויטע תורה וואס איז דא צו בלייבן.

משא"כ דער כסדר'דיגע מלחמה טאַקטיק - זיך צו האלטן געטריי פאר בורא עולם, אינעם טאג טעגליכן לעבן - איז די עבודה פון התמזגות. א געמישעכץ פון אלע סארט תכונות הנפש, פעלים, און מחשבות. (יעצט כאפ איך זיך אז בנימין פרענקלין און בעקבותיו קופערניקוס האבן שוין אויפגעשפילט כעין דעם נושא.)
בנוגע אידישקייט זענען אלע חושים און פעולות א variable און נישט קיין constant.
שטיין - זיצען / עסן - פאסטן / לויפן - גיין / רעדן - שווייגען / נאקעט - אנגעטוהן / טרויער - פרייליך / שרייבן - מעקן / א.א.וו.
די battle איז צו טוהן די ריכטיגע זאך אין די ריכטיגע מינוט. וועט איינער זאגן אז אידישקייט באשטייט אויף "עסן", אוודאי נישט, והראיה, יום הכיפורים, דאס הייליגסטע טאג אין יאר טאר מען נישט עסן! אידישקייט באשטייט אויך נישט פון זיין אנגעטוהן, והראיה, ווייל אין א מקוה ווערט מען נאר גערייניגט אויב מ'איז נאקעט!

וואס איך וויל צוקומען איז - ס'איז אביסל שווער מסביר צו זיין ווען מיינע הענט טיען שוין וויי פון אזויפיל טשעטן א גאנצען טאג - אז ווען מ'נעמט אן ענין און מ'בויעט אויף דעם בנינים וואס שטעלן אין שאטן אנדערע ענינים, דאן ווי חשוב דער טאטע ענין זאל נאר זיין, איז דאס נישט גענוג ווערט אז אנדערע ענינים זאלן אוועקפאלן.

מ'קען נישט אויפציען א דור ארום "ר' נחמן" "אומן" און "שמחה" - ווי חשוב יעדע פון זיי זאלן נאר זיין.
מ'קען נישט אויפציען א דור ארום "דער רבי" און "משיח" - ווי חשוב יעדע פון זיי זאלן נאר זיין.
מ'קען נישט אויפציען א דור ארום "רבי-זכותו-יגן-עלינו" און "ציונות" - ווי חשוב יעדע פון זיי זאלן נאר זיין.
מ'קען נישט אויפציען א דור ארום "הינוקא" און "שרייען ביים דאווענען" - ווי חשוב יעדע פון זיי זאלן נאר זיין.
מ'קען נישט אויפציען א דור ארום "רעבע" און "הייליגער באטע" - ווי חשוב יעדע פון זיי זאלן נאר זיין.

מ'קען יא אופציען א דור דורך איבערגעבען ווייטער אז ס'איז אמאל געווען - צווישען אנדערע 100'טע צדיקים - א צדיק מיטן נאמען ר' נחמן, ער האט שטארק מעורר געווען איבער דעם מידת השמחה. נקודה. ס'אויך געווען פאר נישט לאנג צוריק א צדיק, מ'האט אים גערופען דער לויבאוויטשער רבי, ער האט שטארק מעורר געווען דעם ענין פון זיך גרייטען צו ביאת המשיח. ס'אויך געווען א צדיק, מ'האט אים גערופען דער סאטמאר רב, ער האט שטארק מעורר געווען זיינע חסידים זיי זאלן וויסן אז מדינת ישראל איז נגד התורה. ס'אויך דא געוויסע חסידים וואס שרייען ביים דאווענען. אויך איז געווען אמאל א וויזניצע רבי וואס "שבת" איז ביי אים געווען זיין גאנצע חיות.
אבער אז אלעס זאל זיך דרייען ארום א "באטע" "יארצייט" "מקוה" אדער אפילו "עירוב", ניין.

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 6:05 pm
דורך מאראנצןזאפט
און מ'קען נישט אויפציען א דור אז יעדע שמאטע דארף מען ברענגען פאר ר' מאיר אפילו קדושה איז מיין פלעג.
און מ'קען נישט אויפציען א דור אז ביי נשמת מוז מען וויינען אפילו די טועמיה גליסט זיך ווי דער זיידע ר' לייזער וואלף.
און מ'קען נישט אויפציען א דור אז בילדער איז פון די ג' עבירות חמורות אפילו איך בין הייליגער ווי מיין ברודער.
און מ'קען נישט אויפציען א דור אז יעדער איז בן עזאי אפילו ס'דא א שארף ווארט פונעם יוד הקדוש.
און מ'קען נישט אויפציען א דור אז יעדער מוז זיצן און לערנען אפילו ר' אהרן קאטלער האט געהאלטן אז ס'איז א הוראת שעה.

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 6:12 pm
דורך [NAMELESS]
דער עיקר איז אז מען האלט זיך בענעזאם
ויש אומרים דער עיקר איז אז מען ווארפט זיך אונטער די הנהגה.


קאווע טרינקער, די ביסט אייזן!
מאראנצן זאפט, די ביסט גאלד!

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 6:14 pm
דורך שמעקעדיג
פוינט וועל טעיקען, אבער כידוע איז דאס שוין אויסגעשמועסט אסאך אין די ספרי קודש.

בשעת יעדער איז מחוייב מיט די תרי"ג מצוות, איז נישט מעגליך צו האבן א חיות און געפיל פאר יעדע מצוה אייניג, און יעדער מענטש (צדיק) האט זיך זיין שורש נשמה, איין (אדער מערערע) געוויסע מצוה וואס ציעט געפערליך, און ע"פ רוב אויך א געוויסע עבירה, וואס דאס איז דער תכלית פאר זיין תיקון נשמה און תפקיד צו ערפילן אויף דער וועלט,

אודאי האט ר' נחמן בעיקר גערעדט פום שמחה, אבער בו בזמן מקיים געווען אלע מצוות אויכעט,
און אזוי אויך דער הייליגער סידורו של שבת געהיטן אנדערע מצוות אויך כאטש שבת איז געווען זיין פעיוואריט מצוה

מען קען די זאכן אנקוקן ווי א וועג, גענוי ווי ווען דו פרעגסט אן גוגל מעפס אויף דירעקציעס גיט ער דיר 4 אויסוואלן, אזוי קענסטו האבן 4 וועגן צוצוקומען צו דביקות בה', איינער נעמט א וועג דורך שמחה, א צווייטער דורך שרייען ביים דאווענען, א.א.וו.

כ'האב אמאל געהערט פון א מגיד, אז כאטש מיר האבן א מצוה פון ואהבת לרעך כמוך און עזוב תעזוב און נאך, איז דאך אבער נישט מעגליך פאר א מענטש דאס מקיים צו זיין אויף יעדן איד אין דער וועלט, ממילא האט השי"ת אויסגעשטעלט א אייגענע משפחה, א אייגענע קהילה, א אייגענע שטאט, וואס מיט די ארומיגע איז פיהל גרינגער, און מען זעהט טאקע אז עניי עירך קודמין, ממילא קען מען די זעלבע זאך זאגן אויף א קהלה, מען קען דאך נישט מכבד זיין אלע רבי'ס און ליב האבן אלע אידן און מקיים זיין מיט א ברען יעדע איינציגע מצוה און מדה, ממילא נעמט מען אפאר אידן און אפאר יסודות'דיגע מצוות און מען קאכט זיך אריין דערין, און מיט דעם איז מען מקיים דעם רצון ה'. כן נראה לי.

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 6:47 pm
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:אודאי האט ר' נחמן בעיקר גערעדט פום שמחה, אבער בו בזמן מקיים געווען אלע מצוות אויכעט,
און אזוי אויך דער הייליגער סידורו של שבת געהיטן אנדערע מצוות אויך כאטש שבת איז געווען זיין פעיוואריט מצוה

אוודאי, ר' נחמן כשלעצמו, און דער עסקן פאר שמות אין ארץ ישראל כשלעצמו, יעדער יחיד מעג זיך אויסצייכענען אין איין געוויסע ענין, אבער א קהילה און דורות קען מען מיט דעם נישט פירן.

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 7:11 pm
דורך געפילטע פיש
יש לך פוינט, אבער דאס העמידן על אחת טרעפט מען נאר ביי די גאר עקסטרעמע, אין ברעסלב, איז די אבסעסיע בעיקר ביי די נ-נח'ס, משיח בעיקר בעיקר ביי די משיח'יסטן, אא"וו, ביי די איבעריגע ווערט יעדע טאג אן אנדערע זאך די עיקר, יעדע טאג שטייט די וועלט אויף עפעס אנדערש, נעכטן איז ציונות געווען די לעצטע נסיון פאר ביאת משיח, היינט איז עס אינטערנעט. מארגן גייען אלע צרות קומען פון אומ-צניעות, איבערמארגן פון לשון הרע, רעדן ביים דאווענען איז מעכב די גאולה, אזוי בלייבט איבער צייט פאר נאך א לעצטע נסיון פאר ער קומט. א וואך פארן דינער שטייט די וועלט אויף הבל פיהם של תינוקות של בית רבן, א וואך דערנאך מוז עס גיין שטיין אויף די ברכיים שלא קראו ולא שנו, און אזוי איז עס א גלגל החוזר, ביז מ'קומט צוריק אן צו טו פיס דאסטערס.

און דאס איז מעגליך א ריזאלט פון אונזער קיבוץ גליות וואו וגר זאב עם כבש, דער אונגארישער מיט די פוילישער זענען זיך משדך, און מטילין עליהן חומרי מקום שבא משם וכו' אזוי אז יעדער איד האט א מסורה פון א כל בו פון חומרות ומנהגים וואס דעי אין יענע זיידע האט געלייגט גאר א שטארקן דגוש דערויף, פון יעדע קוצו של איד ווערט תילי תילים, און מ'מאכט א טשולענט פונעם גאנצן אידישקייט.

ממילא בלית ברירה מוז מען צוריקגיין צום אוטענטישע אידישקייט וואס האט קיינמאל נישט עקזעסטירט.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:17 pm
דורך boxcover
שמעקעדיג האט געשריבן:מען קען די זאכן אנקוקן ווי א וועג, גענוי ווי ווען דו פרעגסט אן גוגל מעפס אויף דירעקציעס גיט ער דיר 4 אויסוואלן, אזוי קענסטו האבן 4 וועגן צוצוקומען צו דביקות בה', איינער נעמט א וועג דורך שמחה, א צווייטער דורך שרייען ביים דאווענען, א.א.וו.

כעין זה האב איך א פריינד וואס זאגט אלץ פאר זיינע קינדער אז די רמב"ם זאגט אז די עיקר פארוואס מען קומט אראפ אויף די וועלט איז כדי להכיר את בוראו, סאו לאמיר אים קענען און דינען. פארוואס דארפן מיר 613 מצוות? נאר אז מ'קומט אראפ אויף די וועלט אן קיין תורה, ווייסט מען נישט וויאזוי אים צו דינען. זאל איך אים מאכן א אמלעט סענדוויטש? פעינטן א פיקטור? ארענדזשירן א גריל? זינגן א ניגן? ממילא קומט די תורה און לערנט אונז וויאזוי פאסט צו דינען. זי גיט דירעקציעס.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:20 pm
דורך טאמבל סאס
דער אמת איז אז מכיר זיין את בוראו איז נאך נישט מכריח דאס דינען.
און אפשר איז פונקט אזוי דינען מיט'ן מאכן א קאווע יעדן צופרי, א אמלעט סענדוויטש, פעינטן א פיקטשער, א טובה טוהן א אידן, אדער זינגען א ווארעמע ניגון, צו גאר מחיה זיין די קינדער?

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:21 pm
דורך שמעקעדיג
מקור איז דוכט זיך פון זוה"ק
ער רופט אן די תרי"ג מצוות "עיטין", ד.ה. עצות, ווי אזוי זיך מדבק זיין צו ה'.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 12:19 pm
דורך געפילטע פיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=QJK-LbiONuM[/youtube]

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 2:12 pm
דורך ברסלבער
איך האב ערשט יעצט געליינט דעם אשכול. [tag]קאווע טרינקער[/tag], האסט זייער שיין און גוט ארויס געברענגט די נקודה. אז אידישקייט איז נאר די תורה, די תרי"ג מצות וואס דער אייבערשטער האט געגעבן, און מען קען נישט מאכן קיין אנדערע עיקרים, אבער ווי [tag]שמעקעדיג[/tag] האט שוין גוט געזאגט האבן די אלע צדיקים נישט געזוכט צו מאכן נייע עיקרים, נאר זיי האבן געהאט יעדער פון זיי אנדערע וועגן און עצות ווי אזוי מען זאל טאקע קענען מקיים זיין און אויספירן דעם רצון ה'.
אבער למעשה איז קאווע גערעכט, ווען עס קומען די תלמידים און די תלמידי תלמידים פון א צדיק און מאכן פון די טפלים אן עיקר, כאילו דער עיקר איז נאר די זייטיגע עצות, בעת וואס דער צדיק האט בכלל נישט מכוון געווען צו דעם.

איך וועל רעדן פון ברסלב ווייל דארט בין איך אביסל באקאנט, און לכאורה איז די זעלבע אויך ביי אנדערע חסידות.
ווען מען לערנט די ספרים פון רבי נחמן און פון רבי נתן זעהט מען קלאר אז זיי האבן נאר געוואלט איין זאך, אז מען זאל זיין א פשוטער איד, און טוהן בלויז די תרי"ג מצות וואס דער אייבערשטער האט געהייסן. רבי נחמן שרייבט אסאך מאל אז ער האט ליב א פשוטער איד, "א פראסטאק" - בלשונו, וואס טוט פשוט די מצות בלי כחל ושרק, דאס איז די גרעסטע מדריגה. אויסער דעם וואס ער האט זייער נישט געהאלטן פון קיין חומרות בכלל.
נאר כאטש עס זאגט זיך אזוי גרינג צו זיין א פשוטער איד, איז עס בכלל נישט גרינג. עס איז גאר א גרויסע מדריגה צו זיין א פלעינער איד צו טוהן אלע מצות און נישט טוהן קיין עבירות, עס דערמאנט זיך מיר ווי מיין מגיד שיעור פלעגט שרייען אויף מיר אין ישיבה "פארוואס קענסט דיך נישט נעמען אין די הענט אריין?!" אבער אן עצה ווי אזוי איך זאל זיך נעמען אין די הענט, האט ער מיר נישט געקענט געבן.
און אויף דעם איז רבי נחמן אויפגעקומען מיט עצות, וואס זאל גרינגער מאכן זיך צו נעמען אין די הענט אריין און צו זיין א פשוטער איד. איינס פון זיי איז שמחה, רבי נחמן זאגט אז ווען א מענטש זאל האבן די ריכטיגע ישוב הדעת און אריינטראכטן וואס ער האט דא אויף די וועלט וואלט ער זיכער געווען וואויל און ערליך, נאר ווען מען איז טרויעריג קען מען נישט טראכטן גלייך, און דערפאר ווען א מענטש איז פרייליך, וועט דאס אים העלפן צו זיין א פשוטער איד. און וואס טוט מען ווען דער יצר איז זיך מתגבר און מען זעהט נישט קיין וועג ארויס? האט ער אן עצה פון התבודדות, בעהט ביים אייבערשטן אליין אז ער זאל דיר העלפן, אלמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו, און אזוי ווייטער האט ער נאך עצות, אבער אלעס איז נאר צו העלפן דעם איד צו זיין א פשוטער איד.

און עס טוט וויי דאס הארץ צו זעהן ווי אין ברסלב זענען דא מאנכע וואס האבן גענומען די טפלים און געמאכט פאר אן עיקר, מען דארף נישט לערנען מען דארף נישט דאווענען, מען דארף נאר הוליען א גאנצן טאג. און ער דערקלערט זיך אלץ א ברסלבער, אין די צייט וואס ער איז בכלל נישט מקיים וואס רבי נחמן זאגט און פאדערט.

איך האב זיך אמאל גע'טענה'ט מיט א ברסלבער וועגן די נ-נח משוגעת, יענער האט גע'טענה'ט אז איך זאל אים אויפווייזן אז דער פתק איז נישט מן השמים, ער ווייסט קלאר אז רבי נחמן האט געשריבן דעם צעטל און עס אריינגעלייגט צו רבי ישראל בער אין ספר אריין.
האב איך אים געזאגט, לו יהא אז עס איז אמת ויציב, אבער צוליב דעם דארף מען טאנצן און זינגען און שרייען א גאנצו טאג נ- נח- נחמ? דאס האט רבי נחמן געוואלט? אויב יא, פארוואס האט ער עס נישט געשריבן און דערמאנט אין ערגעץ? קודם זיי א איד, און נוץ די עצות פון רבי'ן צו זיין א איד, און נאכדעם וועל איך דן זיין אויב דער פתק איז אמת אדער נישט.
(די נ-נח'ס פארדינען באמת א באזונדערע אשכול, אפשר מיט די צייט)

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:33 pm
דורך boxcover
טאמבל סאס האט געשריבן:דער אמת איז אז מכיר זיין את בוראו איז נאך נישט מכריח דאס דינען.
און אפשר איז פונקט אזוי דינען מיט'ן מאכן א קאווע יעדן צופרי, א אמלעט סענדוויטש, פעינטן א פיקטשער, א טובה טוהן א אידן, אדער זינגען א ווארעמע ניגון, צו גאר מחיה זיין די קינדער?

עקזעקטלי, ווען נישט די תורה"ק וואלט מען טאקע דאס געקענט מיינען, איז געקומען משה רבינו און אונז פארציילט הכי דמי קבלת עול מלכות שמים? וויאזוי דינט מען א ג-ט וואס דארף נישט קיין עולם הזה, ענדזשויט נישט קיין גשמיות און האט עניוועי וואס ער וויל נאר? מען היט אפ זיינע געבאטן, און דאס איז די וועג אים צו סערווען.

איך האב שוין מסביר געווען די מהלך פאר אפגעפאהרענע, פרייע און אפילו גוים, און אלע (פארוועם איך האב געוואלט זיי זאלען פארשטיין) האבן דאס פארשטאנען.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:35 pm
דורך boxcover
שמעקעדיג האט געשריבן:מקור איז דוכט זיך פון זוה"ק
ער רופט אן די תרי"ג מצוות "עיטין", ד.ה. עצות, ווי אזוי זיך מדבק זיין צו ה'.

וואוי, טאקע? שכוח. ווי אין זוהר? אינטערסאנט, די וועלט זאגט אז די רמב"ם האט נישט געזעהן די זוהר (אדער אפילו נישט געוואוסט דערוועגן), אבער איינער האט מיר לעצטענס גאזאגט אז ער האט געטראפן אין רמב"ם א רעפערענס צו זוהר (איך ווארט נאך יעצט פאר די מראה מקום).

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 3:12 pm
דורך אביגדור
הערליכע אשכול [tag]קאווע טרינקער[/tag]!

יש להאריך במקום שאמרו לקצר ועוד חזון.