א חברותא אין מונסי

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
לבי במזרח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

א חברותא אין מונסי

שליחה דורך לבי במזרח »

קאל מי סטופיד טיל יאר בלו אן יאר פעיס, אבער כ׳האב דא אן אינטערעסאנטן, וויאזוי עס אנצוריפן, בקשה... נישט ממש, וויאזוי זאגן מען אויף יודיש Inquiry? מיין כונה איז נישט ח״ו צו פארוואנדלען ק״ש צו א דעיטינג סייט, און כ׳ווייס אויך אז איך נעם דא א ריסק פון גילוי, כ׳האב עס אבער שוקל געווען און כ׳האלט אז סיז א ווין ווין סיטואציע.

איך שרייב נישט דא קיין סאך מחוסר זמן און נויטיגע ישוב הדעת (איך האב נישט דעם אנבעליבעבל טאלאנט וואס מ׳זעט דא אן א אוערלי בעסיס, עס נעמט אסאך עפארט צו שרייבן) אבער איך ליין זייער אסאך און אזוי ווי געמענטשנט כמה פעמים בעבר, כ׳ווער ממש מעשיגע פון די רייכע מאטיריאל וואס גיסט זיך דא! שיער טעלענט! איך אפרישיעט עס אויף א אומגעהויערען שטארקן אופן!

טו דע פוינט, ליינענדיג די ארטסקרול vs מתיבתא אשכול, זעהענדיג וואספארא געשמאקע חברה דרייען זיך דא וואס צום אלעם פארשטייען זיי אויך אזוי גוט צו א שטיקל גמרא, איז מיר איינגעפאלן א געדאנק.

שוין א לאנגע צייט וואס איך מוטשע זיך ארום צו טרעפן א חברותא. כ׳פלעג לערנען מיט א יונגערמאן א חבר יעדן טאג נאו מעטער וואהט, 7 טעג א וואך , מינימום א שעה, רוב מאל לענגער, סיז געווען א מחי׳. מאמער ביידע גוט פארשטאנען א שטיקל גמרא רש״י און תוספות, ליב געהאט צו לערנען טיף etc. ס׳האט זעך אבער אזוי געמאכט אז אונז וווינען שוין נישט אונעם זעלבן שטאט, איך גיי פון איין חברותא צום צווייטן, אבער נאך נישט געטראפן דעם ריכטיגס.... איך בין מודה אז איך בין זייער פיקי.

האלט איר אז איך בין אוט אף ליין (אדער אף מיי מיינד) צו טרייען מיין לוק אטע דא אין שטיבל? אדרבא, זאגט מיר וואס איר האלט.

איך דענק אז סיז געווען דארט אפאר חברה פון מונסי, סא דאנט בי שיי, שיק מיר א אישי און לאמיר זען צו מערקעמער אפשר דא געהאלפן ווערן...

איין וויכטיגע נקודה, אזוי איך בין מיין אייגענע באס אין ביזנעס, בין איך גאנץ פלעקסיבל מיטן צייט ווען צו לערנען, און כ׳דארף מיין חברותא זאל אויך זיין ד.ה. אז ווען איינער קען נישט קומען למשל אויב די קביעות איז צופרי (נישט פריער ווי זיבענע) קען מען אייביג לערנען אדער אינמיטן טאג אדער ביינאכט אא״וו.

ווייטער און אישי...

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר