בלאט 1 פון 11

וויכטיג!!! איז עס מיין אחריות אפצושטעלן?

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:28 pm
דורך shlomyg
איך בין נישט דער בעסטע אידיש טייפיסט וועל איך פרובירן צי שרייבן בקיצור.
איך בין א הויכראנגיגע מענדזשער אויף א פלאץ, א חלק פון מיין דזשאב איז אונטערהערן קאלס, טשעקן די קוואליטי פון אימעילס צו קאסטומערס. אזוי קוקענדיג איז מיינע אויגן געפאלן אויף א לאנגע אימעל string ווי א פארהייראטע איד (שותומ"צ) מאכט אן האק-אפ זיך צי טרעפן מארגן אינדערפרי מיט א פארהייראטע אש"א (שתומ"צ)...דער חכם שרייבט וואספארא ליגענט ער גייט מיר זאגן מארגן אינדערפרי פרוואס ער קומט שפעט.

אלזא!! איז עס מיין אחריות אפצושטעלן די עבירה? ווי אזוי?
רבותי ראטעוועט א איד פון כרת!!!
שנעל!!!

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:30 pm
דורך זר זהב
עפעס רינגט א בעלל ממש אזא סארט פראגע שוין געווען דא ערגעץ געשריבן? אפשר חלום איך נאר?

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:31 pm
דורך מ. גליקמאן
טיש!! שכח פארן זאגן.. כ'קענסעל שוין.

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:31 pm
דורך דעת תורה
טו וואס אביי האט געטון אין אזא צייט.

גיי אהין צו זייער אפגעשטימטע פלאץ און האלט א אויג אויף זיי.

גאנץ מעגליך ביי די ענדע וועסטו וויינען אזוי ווי אביי, וויל איך דיר שוין בארואיגן: "כל הגדול מחבירו יצרו גדול הימנו".

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:31 pm
דורך shlomyg
אדרבה פוינט מיך אהין ווער ס'קען מיר העלפן

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:33 pm
דורך קאווע טרינקער
שיק אים אן אימעיל פון any אקאונט, זאגענדיג אז מ'זעהט אלעס.
גלייב מיר, ס'כאפט אזא ציטער, אז מ'פארלירט דעם אפעטיט לאורך ימים.

לגוף הענין וואלט איך אייך געראטן צו טוישען jobs.

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:34 pm
דורך shlomyg
מען ווארפט זיך נישט ארום מיט א הויכע פוזיציע היינטיגע טאג

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:36 pm
דורך קאווע טרינקער
סארי, אבער ס'איז נישט קיין עטישע פאסטען, unless איר ארבעט פאר היימלאנד פארזיכערונג

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:39 pm
דורך לאליפאפ
פארווארד זיי ביידע א לינק פון דעם אשכול און סטראשע מיטן פארעפענטליכן זייערע נעמען...
אדער דרוק פאשקעווילן מ׳זאל נישט גיין צו יענעמס ביזנעס...

און ערנסט.. טאמער איז דא עפעס וואס דו קענסט טון שטילערהייט, למשל שיקן אן אנאנימוס אימעיל מיט תוכחה וכו׳ איז גאו עהעד אבער לכאורה איז נישטא עפעס וואס מ׳קען טון אן זיך צו אריינטונקען טיף אין יענעמס שמוץ. כן נראה.

בכלל אפשר ביסטו מסביר פארוואס דו קוקסט דורך אימעילס, פאר רוחניות אדער גשמיות? און וויאזוי סאיז נאר מאך נישט קיין סנאודען סקאנדאל...

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:39 pm
דורך פרישער
shlomo

דו ביסט און א איגערקע, וואס זענען דיינע אפציא'ס

קענסט עים אולי שיקען א אימעיל אז אלע אימלעך זענען רעקארדירט, און ווינדער וועט פאסירן אז דער אינגערמאן וועט ערשיינען מארגען

אדער רעדעך אדורך מיט א רב וואס איז פראקטיש און האט א רןקן ביין נישט איינער פון די בייזליכע, איך האב געהאט א עינליכע פרשה און א רב האט מיך געפירט, איך העל נישט זאגען ווער דאס איז

אוועק שיקען איז נישט קיין שום הילף לענין

אפשר טיפ זיין רב אויב ער האט.

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:41 pm
דורך קאווע טרינקער
You know what
שיק מיר אין אישי איר אימעיל,
איך וועל שוין קעיר נעמען..

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:42 pm
דורך MickyMouse
ווען די וואלסט געוואר געווארן לאחר המעשה וואלט עס געווען דיין אחריות צי מודיע זיין א דיין?
איך מיין אז עס איז נישט דיין אחריות אידער וועי.

מען רעדט דא פון לעגאלע פרייוועסי אישוס אויכעט אויף די ליין. שלינג אראפ און פארגעס.

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:43 pm
דורך shlomyg
נישט אז ס'איז א גרויסע נפק"מ אבער זיי זענען נישט קיין חסידישע פאר דעם האב איך געשריבן בלויז (שתומ"צ)

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:43 pm
דורך קאווע טרינקער
shlomyg האט געשריבן:נישט אז ס'איז א גרויסע נפק"מ אבער זיי זענען נישט קיין חסידישע פאר דעם האב איך געשריבן בלויז (שתומ"צ)

*********!
---
פארמעקט עפ"י בקשת ידיד אחד.

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:44 pm
דורך מ. גליקמאן
קאווע טרינקער האט געשריבן:You know what
שיק מיר אין אישי איר אימעיל,
איך וועל שוין קעיר נעמען..

אז דו דארפסט העלפ, עניטיים.
אזא מצווה קומט נישט אינטער יעדען טאג..

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:44 pm
דורך קאווע טרינקער
Sorry
כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטען.

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:44 pm
דורך [NAMELESS]
shlomyg האט געשריבן:מען ווארפט זיך נישט ארום מיט א הויכע פוזיציע היינטיגע טאג

זעהט עניוועי נישט אויס אז די פארדינסט צופיל....

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:46 pm
דורך דעת תורה
קאווע טרונקער, ער מיינט צוזאגן אז פאר דיר איז נישט אינטערעסאנט איר אימעיל אדרעס, זי זוכט נישט קיין חסיד'ישע

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:46 pm
דורך shlomyg
קאווע טרינקער האט געשריבן:Sorry
כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטען.


why ?
I just said it because someone wrote that I should link him tot his page
my point was that he doesnt understand Yiddish

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:48 pm
דורך קאווע טרינקער
I apologize.

I thought you're referring to the responsibility

I love you

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:54 pm
דורך מורינו הרב
ווער ס'וויל קען גיין מיט די קאלטיסט פון בית-שמש... מען קען אויך באשטעלן אז די רבעצען זאל דארט זיין...

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:56 pm
דורך לאליפאפ
@מיקימאוס וואסערע מין גערעדאכץ איז דאס? ער וויל דאך וויסן ע״פ תורה
@פרישער לכאורה טיפן דעם יונגערמאנס אייגענע רב איז נישט אזוי פשוט, ס׳קען סאך מער שאדן מאכן פארן יונגערמאן און שאטן פאר סאך לענגער טאמער וויל ער תשובה׳נען.

נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 2:59 pm
דורך shlomyg
ראשעקאל האט געשריבן:
shlomyg האט געשריבן:מען ווארפט זיך נישט ארום מיט א הויכע פוזיציע היינטיגע טאג

זעהט עניוועי נישט אויס אז די פארדינסט צופיל....


ווייסט מיינע עקפענסעס?
א חוץ מזה וויל איך ענק געבען א חלק אין חסד :) איך מיין מער דיר ווי מיר :)