דער עילוי
נשלח: מיטוואך יולי 10, 2013 11:37 pm
.When it rains it pours
אן איר אלטער (אויסגעדראשענער) שפריכווארט וואס האט זיך איידלערהייט אריינגע'גנב'ט און פאראידישט אינעם פאלקס ליד "ווען עס רעגנט עס גיסט, די אלטע באבע היסט"; א קאמישער מורפיס געזעץ וואס קומט מיר ארויף אויפ'ן געדאנק ווען איך שטיי פאר א היטש, ווארטנדיג שוין גאנצע 45 מינוט, און דאן קומען אן 3 קארס אויפאמאל; און א ברייט באנוצטן העדליין סלאגאן די לעצטע עטליכע וואכן, ווען עס האבן זיך אנגעהויבן יאווען די אבאמא סקאנדאלן איינס נאך דער אנדערער.
דא אבער האבן מיר באגעגנט א גשמי ברכה'דיגע ווערסיע פון דער ערשיינונג.
קוים 24 שעה איז אריבער זינט מיין טרויער-תגובה מיט'ן איכה קלאג-ליד איבער א פריש געשאפענע הארצ-עסנדער סומאטוכע, וואס האט פארנומען דעם אויבן אן דא מיט גאנצע 3 אקטיווע אשכולות, און באלד האט זיך גענומען רעגענען און גיסן ווען עטליכע הערליכע לייכטמוטיגע אשכולות זענען ארויסגעוואקסן, טאקע אויפ'ן רואיג-ווינקל-פארברענגען-שמועסן סטיל, צו וואס מיר אלע גארן אזוי.
בראש וראשון איז ידידינו ר' קופערניקוס. א ריכטיגער קאריצער חסיד וואס פארשטייט אז יעצט איז די צייט! קרו עלי מועד, נישטא אזעלכע פרייליכע טעג - ווי קינות האט שוין ערווענט, אט אט גרייט מען זיך שוין צו לידת משיח, אינעם שפיץ חשכות, בעצם יום התשעה באב, ע"י מעשה של יהודה ותמר, ווען יעקב איז בימי אבלותו, גאר דעמאלט ווערט נולד די התנוצצות פאר א ישועה; איז ער טאקע אריינגעקומען מיט א שטארקייט. וקופער מחייב את ר' יאיר, ער טרויעט זיך שוין צו שרייען אויף אים: איכה?!
קאווע טרינקער האט זאגאר געשריבן נישט איינס נאר 2 גוטגעלוינטע אשכולות בהעלם אחת, זייענדיג גוט אויסגערועט פון זיין נארוואס פארלאפענער וואקאציע; זר איז צוריק ביים אלטן וחלק כחלק יאכלו; יואב האט א שמעק געטון מיט זיין געוואלדיגן הומאריסטישן פעדער; און אפילו אונזער שר צבא ה', דער עמוד האש ההולך לפנינו בלילה בחלומו, האט זיך ברוב רחמיו וחסדיו געבארגט א טלית שאינו שלו און א פאר אנפלאות, און געעפענט אן אשכול וואס פון יעדע תגובה באזונדער גייט א ששון'דיגער פייער אפפער.
והנוגע לאנוכי הקטן חדל האישים זעירא דמאראנצן חבריא, האב איך מיך באקלערט אז ס'דאך ממש א בחינה פון 'חסרון אשר לא יוכל למנות', ס'דאך נמנו חבריו לדבר מצוה ואינו נמנה עמהם. דעריבער וועל איך אויך גם אני אענה חלקי'ען, און ך'על ארויסברענגען מכוח אל הפועל א געדאנק וואס לויפט מיך שוין נאך א לענגערער וויילע, ווען אימער עס בענקט זיך מיר צוריק צו דער משפיעים עפאכע (מאטי האסט א נייע חתימה) ווען ס'איז געגאנגען א רויעך.
קלער איך אז מ'קען לכאורה אדאפטירן דעם שניט און סטיל, און עפענען אן אשכול בשבח פון אונזערע 'עילויים'. איך גלייב אז עס דארף ווען צו זיין העכסט אינטערעסאנט, ובכוח הרבים, אז יעדער וועט אריינווארפן זיינע צוויי קאפיקעס, קען עס זיין מיט ערפאלג, ובשם ה' נעשה ונצליח.
(דער געדאנק איז נישט ממש פריש, איינע פון די ישראלי'שע אויסגאבעס האט אמאל געהאט אזא ארטיקל אין א ביילאגע. איך האב עס נישט געליינט ווייס איך נישט וועמען זיי האבן געדעקט, איך מיין אז בעיקר האבן זי ארומגערעדט איבער ישראלי'שע עילויים, אבער מיר וועלן נוצן אונזער אייגענע זאפאסן בעז"ה).
אן עילוי ווייסן אלע וואס דאס איז לכאורה. דאס זענען א קאטעגאריע מענטשן מיט אויסערארנטליכע כשרונות און בליצנדע מוחות. דא האט איר א בלאט אויף וויקיפעדיע וואס דעקט עילויים פון דער פארגאנגענהייט, פון רבי יונתן אייבעשיץ ביז שלמה קארליבאך. מיר וועלן זיך האלטן צו גאוני זמנינו החיים אתנו לאויט"א.
צוליב די געוואלדיגע כשרונות פון אן עילוי קומט געווענליך מיט פארשידנס און אינטערעסאנטס. זיי האבן צומאל שוועריקייטן זיך גלאט צוצופאסן צום פשוט'ן נארישן אויבערפלעכליכן המון עם, אמאל פלעגט מען זאגן אפילו א שארף ווארט אז א משוגענער איז א האלבער עילוי!
1. איז צו געבן דעם טאן וועל איך אנהייבן דעם סדר היום מיט'ן ערשטן עילוי אויף דער ארענע, האי גאון וגדול מעוז ומוגדל, מורינו באקאנט מיט'ן ניק חידו.
נוטריקון ר' ח'יים י'וסף ד'וד ו'וייס. א תלמיד חכם וגדול בתורה, דער דיין פון דער סאטמארער קהילה אין אנטווערפן.
הרב ווייס איז פון די אינטערעסאנטסטע רבני'שע פיגורן וואס מיר פארמאגן. ער פארקערפערט אין זיך א תלמיד חכם עצום ובקי נפלא בש"ס וד' חלקי שו"ע, א מחבר פון לומד'ישע גאונות ווערק וואס מ'טרעפט שוין היינט זעלטן, א דינאמישער עסקן און כלל טוער בפעולות חובקות זרועות עולם, און אן עושר אדיר א מיליאנער שתורה וגדולה התאחדו על שלחנו.
ודין רפיש מבית אבא: זיין געשיכטע הייבט זיך נאך אן מיט זיין פאטער. ער איז א זון פון הגאון רבי פנחס זצ"ל, בעמ"ח ספר אבני קודש, א שמאל הויכער לומדישער ספר, מיט א גרינער דעקל, אנטהאלט חידושים אויף מסכת מעילה. איר קענט עס געפינען אינעם ווייבער שול ספרים שאנק פון אייער ביהמ"ד.
זיין פאטער ר' פנחס איז געווען אן איש האשכולות א קלוגער געלערנטער פערזאן, אליין א איד א גרויסער עילוי און למדן, און לפי זכרוני א קאלעדזש גראדואירטער מיט אקאדעמישע אויסצייכענונגען און דעפלאמעס. ער האט איבערגעלאזט צוויי זין, און מיר וועלן זיך יעצט בעיקר באציען צום צווייטן.
הרב ווייס האט שוין אלס קינד גע'שמ'ט אלס עילוי. לויט ווי ידידינו הרב הגאון ר' יואל אשר דער מנהל פארציילט אין אן ארטיקל אין דער שטערן, האט ער שוין אין זיין יוגנט זיך פארהערט גרויסע חלקים פון ש"ס ביים טשעבינער רב. דער דיין ברענגט דעם באזוך אין איינער פון זיינע הקדמות און פארציילט אז דער טשעבינער רב האט דאן מודה געווען צו אן אייגנארטיגן דרך הלימוד וואס זיין פאטער האט מחדש געווען און איינגעפירט אין דער תלמוד תורה אין מאנטשעסטער, געבויעט אויף דער גמ' פון ליגמר והדר ליסבר.
אגב, דער דיין האט באמת געהייסן אלס קינד נאר דוד און צוליב א שווערן קרענק האט מען אים צוגעגעבן די נעמען חיים יוסף, צוליב איר פשוט'ן באדייט פון פארמערן לעבן.
די ערשטע אפיציעלע פאזיציע פונעם דיין איז געווען אלס ראש הכולל פון כולל אמת ואמונה שע"י קרית כתר אין מאנסי. דער דיין איז א שטארקער חסיד פונעם וויזניצער רבי'ן שליט"א ער קומט כסדר צו פארן, און רעדט זיך דורך מיט אים על כל דבר קטן וגדול.
ווען דער דיין האט זיך באקלערט ארויסצוגעבן זיינע תשובות האט ער שטארק געזוכט צו קריגן א דיינות שטעלע, מיט דער טענה אז נאר דעמאלט וועלן זיינע פסקים נתקבל ווערן. ער האט זיך דעריבער געצויגן קיין אנטווערפן. לכבודו פון זיין התמנות אלס סאטמארער דיין האט ער געטוישט זיין קאפעלוטש פון א הויעכע צו א פלאכע.
דער דיין ענדיגט יערליך ש"ס צו זיין פאטער'ס יארצייט. דאס איז א קיימא לן פון 7 און א האלב בלאט א טאג. דאס רוב דערפון ווערט געלערנט צווישן הימל און ערד אויפ'ן פליגער, צוליב זיינע פילע רייזעס.
דער דיין איז וועלט בארימט מיט זיינע פילע לייסטונגען פאר פדיון שבויים. בעיקר האט ער זיך באקאנט געמאכט פאר'ן זיין דער גיבור בראש מערכת לטובת 2 פון די דריי אסורי יאפאן. די פדיון שבויים אקציעס, און דער פאקט אז דער דיין קען זיך דאס ערלויבן, און אז דער דיין האט משפחה און פארשידענע קאנטינענטן איז גורם אז ער זאל ארומפליען א געוואלד. דאס דערקענט זיך אסאך אין זיינע ספרים, זייער אסאך תשובות זענען איבער שאלות וואס מאכן זיך על אם הדרך וכדו'.
דער דיין איז דער מחבר פון 8 בענדער שו"ת ויען דוד, מיט א קונטרס אויף הל' ריבית. אויב זיין עילוישקייט דערקענט זיך אויף יעדן אספעקט פון זיין לעבן, פון זיין פליען טאג און נאכט נע ונד, פון אויפנעמען מענטשן אן די זאקן, פון זיך בייזערן ווי אן עילוי בבחי' אורייתא קא מרתחא, פון קויפן אנטיק פאר שווערע אלפים ווייל ער קען זיך ב"ה ערלויבן זיין עילוישאפט, פון זיין שטענדיגער נים ולא נים'דיגער מידעקייט צוליב'ן שלאפן ווי אן עילוי, דערקענט זיך עס איבערהויפט אין זיינע תשובות. א בליק אריין וועט עס תיכף אנמערקן.
העלין מיר אביסל אויסשמועסן טובו של ספרי דבי רב.
קודם כל מיין איך אז מ'קען שטעלן זיינע ספרים בשורה ראשונה פון די היינטיגע תשובה ספרים וועלכע זענען עפ"י רוב פון שוואכער קוואליטעט. הרב יוסף זאגט אויף אים 'הוא כותב כמו ספרדי', צוליב זיין ציכטיג מסודר'דיג לשון. דער דיין האט א שטאב פון יונגעלייט תלמידי חכמים וואס זענען נושא בעול אז די ספרים זאלן טאקע זיין ראויין להתכבד.
אגב, האבן פארשידענע תשובות א שדי חמד ספרדי'שן גערויך, ווי אויך פסק'נט ער אסאך מיט כללים, למשל כללים בדיני ספק, כללים במלאכת שבת, און נישט נאר מיט א דין ודברים אין דער עצם סוגיא.
דער דיין נעמט שטעלונגען אין זיינע ספרים אויף האקעלע טעמעס כאחד הגדולים, און טרויעט זיך צו זאגן א מיינונג אויף אלעס און אלעמען, פון הזרעה מלאכתית ביז ווערעם אין די פיש (אין יענער תשובה ארבעט ער שטארק ארום אז מ'דארף יא אננעמען נשתנו העיתים - געבויעט אויף דברי החזון איש וועמען אגב דער דיין ציטירט זייער אסאך אין אלע זיינע ספרים - און היינט איז אנדערש ווי מקובל פון חז"ל).
נאך אן אינטערעסאנטע נקודה; שו"ת ויען דוד איז מן הסתם דער איינציגסטער תשובה ספר וואס ווידמעט סימנים אויף הלכות מדינה וציונות, א שטייגער ווי צי מעג מען לערנען עברית אין א שולע, מעג מען פארן מיט אן אגד באס, מעג מען לייגן א דגל אויף א ישיבה געביידע א.א.וו.
ער האט הונדערטער אינטערעסאנטע תשובות און פילצאליגע שמעתי ממורי'ס ה"ה דער ריסקעווער רב. עטליכע אינטערעסאנטע תשובות פון זכרון. 1. צי מ'מעג צוברעכן א טעלעוויזיע אנטענע פון א שכן, ער ברענגט א הוראה פון הרב רייזמאן זצ"ל אז יא, און ענדיגט צו אז כל ערים יעשה בדעת און ווענדט זיך ווי איין ווי אויס.
2.א תשובה ווי ער שרייבט אויף רבי משה 'רחמנא ליצלן מהאי דעתא', ווייל רבי משה האט עפעס א שטעלונג איבער דעם איסור פון ונשמרתם מכל דבר רע.
3. א תשובה אז ריח הפה הייסט צואה ביים דאווענען. ער פירט דארט אויס אז ס'איז א חיוב גמור זיך צו בראשן די ציין, און לאזט זיך ארויס אין א תוכחת מגולה אז ער טוט אין שלום בית און זייער אסאך פראבלעמען קומען ווייל דער מאן האט א ריח הפה.
4. ער פירט א מלחמת חרמה קעגן וואטשן מאוויס אויפ'ן פליגער. ער פארציילט אז א 'רבי שמוחזק בכל העולם לצדיק וקדוש' האט אים אליין פארציילט אז ער איז נכשל געווארן באופן חמור צוליב די מאוויס (אני הקטן האב א חשד ווער דער צדיק איז געווען). אויך אז ער האט אליין געזען א תלמיד חכם מופלג וחסיד במעשיו זיצט און וואטשט מאוויס.
5. זיינע מאחורי תשובות זענען ווערד אן עקסטערע אפהאנדלונג און דא איז געוויס נישט דער פלאץ. איין תשובה האט מיר ממש געהויבן די ברעמען. אויפ'ן איידלסטן שפראך איז דער סיפור הדברים איבער אן אשת ת"ח ופרוש וואס האט קיין ברירה נאר זיך צו באנוצן מיט דער גמ' מס' שבת דף ס"ה ע"א פון אונטן.נאך א פארציע מוסר פאר'ן מאן פירט ער אויס אז בצניעות יתירה אפשר איז עס מותר ולמעשה לא התרתי כלום...
6. ער האט א תשובה איבער פרשת וויינגארטן הידועה (דאכט זיך מיר אז ער נעמט זיך נישט אן פאר'ן פאטער) מחמת כבוד המשפחה הייבט ער אן די תשובה בנוגע עסק באיש "בסאוט אפריקע".
7. דער דיין שרייבט אין א תשובה אז מ'זאל נישט לערנען קיין ענגליש מיט קינדער, ווייל אז מ'קען ליינען ענגליש קען מען צוקומען צו ליינען אומאויסגעהאלטענע מאטריאל. מן הסתם האלט דער דיין אז אין ארץ ישראל זאל מען אויך נישט לערנען קיין לשון הקודש. און אפשר זייט קטלא קניא האט אנגעהויבן שרייבן זיינע מאמרים אויף אידיש זאל מען דאס אויך נישט לערנען.
דער דיין ברענגט גאנצעטע שטיקער תורה פון זיינע איידעמער, יונגעלייט תלמידי חכמים. איין איידעם געדענק איך פון ישיבה, שמו הרב אברהם משה באקאן.
ער איז דער ראש הכולל פון באבוב (קארטשינער באבוב) אין בני ברק, א יונגערמאן פון עטליכע דרייסיג יאר, פאר וועמען רבי לייבוש לייזער שטעלט זיך אויף מחמת כבוד תלמיד חכם. ער איז דער חברותא פון הגאון רבי דוב לאנדא. ר' שמואל אויערבאך זאגט אז ווען ער רעדט מיט הרב באקאן אין לערנען האט ער א וואך צייט חלישת הדעת. ר' אברהם משה געדענקט יעדן קרן אורה און יעדן שפת אמת פון גאנץ ש"ס שוין אפגערעדט פון יעדן ראשון און אלע גדולי האחרונים.
ער וואלט ווען געפאדערט א באזונדערע הערכה נאר אז מ'רעדט שוין. ער איז א תלמיד פון ישיבת אלכסנדר וואו מ'האט אים גוט אויסגעצאפט די בלוט פאר'ן נישט וועלן מיטגיין מיט הרב קיוויאט'ס סדר פון אנדערטהאלבן בלאט א זמן, און שפעטער ביים דינער האט מען אויסגערופן אז מיר האבן ב"ה א בחור וואס האט געענדיגט גאננץ ש"ס, און גענומען קרעדיט.
ער איז א זון פונעם בארימטן חרדי'שן שרייבער הרב חיים דוד באקאן, דער פארפאסער פון די ביכער 'שטראלן אין דער פינסטערניש' און 'אידישע חכמות און פקחות' (און ספר 'מקח טוב', אבער דאס איז שוין א סוד...).
רבי אברהם משה קען כל התורה כולה במלוא מובן המילה. זיין ספעציעליטעט איז סדר טהרות. ער איז א שטיקל עובד אויך, ער דאוונט שמונה עשרה מינימום א האלבע שעה, און שטארק קנאות'דיג געשטימט. ער גייט נישט צום כותל וכדו'. (דאס קומט אביסל פון זיין פאטער וועלכער שרייבט אין די הקדמה פון זיין ביכל אז דער קריג איז געקומען צוליב ציונות כמבואר בויואל משה...).
נחזור לענינינו:
איבער דער גארער וועלט איז דער דיין שליט"א בעיקר באקאנט צוליב זיינע פילע לייסטונגען פאר פדיון שבויים. גאר אפט וואס דער דיין דארף אויפהייבן טעלעפאנען אין שבת צוליב די פיקוח נפש שאלות וואס קומען אריין פון איבעראל, פון אידן הנתונים בצרה ובשביה.
דער דיין שליט"א איז ווי באקאנט אראפגעפארן זיך טרעפן מיט כומעני אין איראן שתדל'ען לטובת די 13 פארכאפטע אידן אהין. למעשה ווייסט מען עד היום נישט וואס איז געווארן מיט זיי.
דער דיין איז קריטיקירט געווארן פאר דער וועג וויאזוי ער האט באהאנדלט פרשת אסורי יאפאן. מאנכע האבן גע'טענה'ט אז ס'נעמט צו לאנג, און קאסט צופיל געלט, בעסער זיך צואיילן כשיטתו של רבי מענדל שאפראן. אנדערע זאגן אז אין הנידון דומה, ווייל באנדא איז געווען א מינאר. דער דיין איז אפילו אמאל ארויפגעקומען אויף קול מבשר, וואס איז געוויס געווען א געווינס פאר זלמן ווידער וועלכער האט דאס אויסגעלעקט צוזאמען מיט א לאנגער ליסטע פון רבנים וואס האבן זיך שוין אידענטיפיצירט מיט אים, אנגעהויבן מיט רבי גבריאל צינער און געענדיגט מיט'ן זשיבויער רב וואס גיט אנווייזונגען איבער האריקעין איירין.
אין פאקט האט דער דיין דעליווערט א נאט גילטי ווערדיקט פאר יואל זאב וואס האט אויסגעקוקט ווי א וויסטן חלום. אזויפיל ווייס איך בידועה אז ער האט אריינגעגאסן אין דער מערכה רבוא רבבות פון זיין אייגענער קעשענע; געטון יעדע סארט השתדלות וואס איז נאר עולה על הדעת; און אוועקגעגעבן יארן פון טעג און נעכט לטובת די אסורי יאפאן. געווען צייטן וואס ער האט איבערגעלאזט דעם קראנקן בעט פון זיין איידעם הרב גליק ז"ל פון לאנדאן זיך צו פארען לטובת די בחורים. דער דיין קען היינט און איז אויסגעקאכט אין אלע קרימינאלע יאפאנישע געזעצן גארנישט ווייניגער ווי א גרויסער לויער.
פאר א שטיק צייט צוריק האט דער דיין ארויסגעגעבן א קליין ספר'ל מיט'ן נאמען ובחרת בחיים. געקרוינט מיט א ווארעמע הסכמה פון הרב וואזנער שליט"א האט דער ספר עטליכע סימנים מיט א געמיש פון נושאים, טשיקאווע און נארמאלע.
ער איז מעורר איבער הל' עניית אמן; מ'זאל נישט נתפעל ווערן פון די ציונים; מ'זאל נישט כשר'ן געלט; נעמען דראגס אדער פארקויפן דראגס אדער כשר'ן זייער געלט; מ'זאל נישט מאכן קיין פאלשע קרעדיט קארדס; און מ'זאל אכט געבן מיט וועמען די קינדער חבר'ן זיך אין ישיבה ווייל ס'דא בחורים וואס טשעפען.
אז איינער דארף גיין אין עירפארט אדער פארן אויף פליגער, גיט דער דיין א געניאלע עצה, מ'זאל זיך אנטון משקפיים שחורות הנקרא סאן גלעסעס בלע"ז, אזוי וועט עס פארשווארצן די ראי' און מ'וועט מער נישט קענען מיטהאלטן די מאווי אויפ'ן פליגער. איך בין זיכער אז דער דיין איז א נאה מקיים און טוט טאקע אן שווארצע גלעזער אונטערוועגנס.
האמיר אביסל מאריך געווען בדרוש אינגאנצן נישט ווי געפלאנט לרגל פתיחת האשכול. ווער עס האט עפעס צוצולייגן, אדער צו באשרייבן א צווייטן אחד מבני העלי' איז העפליך געלאדנט.
*
שיעור פארגעסן: דער אשכול איז דעדיקעיטעד לכבודו פון מיין טייערן חבר ר' זר זהב. אויסער דיינע אלע אנדערע מעלות נשגבות ביזטו אונזער קרוין אלס דער גרעסטער באפפער זייט די וועלט באשאף. איך טענה שוין לאנג אז דע גינעס בוק אוו ווארלד רעקארדס מעג אייך פרעזעווירן א בכבוד'יגן ארט איינס נעבן ושתי וויידל.
און צו מקשר זיין בראשית צו לעיני כל ישראל, זאל השי"ת האלטן די רעכטע האנט, ווען איט רעינס איט פארס זאל טאקע מקוים ווערן, דער עולם זאל דא בלייבן, די קאנטרי קעכערס זאלן זיך אהיימבענקען, די טמירים ונעלמים זאלן זיך אומקערן אהיים, ר' נחום'ל זאל נאכאמאל שרייבן מיט זיין אלטן ניק (הלואי, חדש ימינו). און אז שרגא איז צוריק דא האמיר נאך האפענונג אז שמואל הלוי און די אנדערע זאלן נאך ארויסוואקסן אינאיינעם מיט משיח אויף א דאנקי, והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה נישט נאר אין קארעץ, ולה' הישועה.