אױף יענער זײַט: אַ מעשׂה פֿון אַן איבערגאַנג

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

אױף יענער זײַט: אַ מעשׂה פֿון אַן איבערגאַנג

שליחה דורך שלום בערגער »

טײַערע חבֿרים, דאָס איז מײַן ערשט שטיקל װאָס איך װאַג זיך אַרױפֿצושטעלן אױף ק“ש. זײַט אַזױ גוט און לאָזט װיסן װאָס איר מײנט. איך דאַרף אײַך מודה זײַן אַז ס׳איז שױן פֿריִער אַרױסגעגעבן געװאָרן אין פֿאָרװערטס, מיט עטלעכע יאָר צוריק. זאָל דאָס זײַן אַ תּיקון צו שכחה.

אויף יענער זײַט
שלום בערגער

דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס כ´בין אַריבער דעם מויער. קיין פֿויגל האָט געעפֿנט אַ פּיסק און געצוויטערט. קיין ווינטל האָט ניט אויפֿגעבלאָזן. בלויז טעלעבענדעט זיך אַ ביסל אויפֿן שטיינערנעם ראַנד.

און דערנאָך זיך אַראָפּגעלאָזט. כ´האָב זיך איבערגעטאָן אין אַ קאַפֿע. זיך אָפּראַזירט. אַרויס ווי יענע זעלטענע זאַך: אַ נײַער מענטש. די קליידער זײַנען אַלטע, געהאַלטן יאָרן לאַנג אין מײַן קעלער, נאָר די געדאַנקען און דער פּערזאָן זײַנען נײַ.

דאָס ערשטע איז געווען צו געפֿינען אַן אַכסניא. די צרה, כ´בין נקי, קיין פּעני ניט צו בײַ דער נשמה. דאָס געלט וואָס כ´האָב יאָ איז פֿון יענער זײַט, ממש אַ שרעק אָנצוקוקן. מיטן אָדלער און די פֿײַלן און דעם געזיכט פֿון יענעם רשע וואָס כ´האָב נעכטן געמוזט האַלטן פֿאַרן גרעסטן גיבור, דעם גואל־הדור.

אויף דער ערד האָב איך געזען אַ פּלאַסטיש געלטקאַרטל און הינטערן ווינקל אַ געלטמאַשין.

דאָרטן בײַם מאַשין האָב איך געמאַכט אַ גרויס סקאַנדאַל מכּלומפּערשט ווײַל דאָס קאַרטל אַרבעט ניט, געשאָלטן זיך, געקלאַפּט אין מאַשין מיט ביידע פֿאויסטן, אויסגעבראָכן אין אַ געוויין. איך קוק ניט אויס ווי אַ שלעפּער, כ´האָב זיך גוט אָפּגעגאָלט, כ´טראָג אַן אָנצוג.

ס´איז אמת וואָס מע זאָגט! די היגע זײַנען רחמנים בני רחמנים. אַ פֿרוי, מסתּמא אין די פֿופֿציקער, אַ פּראָפֿעסיאָנעלער, שלעפּט איר טעכטערל - אַ יאָר אַכט? נײַן? כ´דערמאָן זיך מיט אַ שוידער אין מײַנע פֿאַרלוירענע קדישלעך, ווער ווייסט וווּהין פֿאַרלוירן געגאַנגען - און דערזעט מיך אַ פֿאַרוויינטע.

זי ווייסט אויף זיכער אַז כ´בין אַ בלאָפֿער. אירע אויגן שטראַלן מיט אַ דערשטיקטן געלעכטער.

"קוק, זיסקייט, דער אָרעמאַן נעבעך, מיר מוזן אים עפּעס געבן, ס´איז דאָך אַ מצווה”

און אַזוי, גלאַטיק ווי אַ לאָקש פֿון אַ לעפֿל, פֿלאַטערט אַרויס פֿון איר דלאָניע אַ שטיקל פּאַפּיר. איך ווייס ניט פֿון דער היגער וואַלוטע - נאָר געלט איז דאָך געלט, האָב איך אָפּגעווישט די טרערן און אַ נייג געטאָן דעם קאָפּ. ניט געוואָלט אַפֿערברענגען אויף די ליפּן דעם אַקצענט פֿון יענער זײַט. דאָס וועל איך אַוודאי באַלד מוזן טאָן, נאָר אויף די אייגענע טערמינען.

דאָס מיידל האָט מיך לאַנג נאָכגעקוקט, ווי כ´בין עפּעס אַ משוגענער.

איך זע עס ווערט טונקל. אַ נאַכטלעגער דאַרף איך אַוודאי געפֿינען, מע זאָגט אויף יענער זײַט אַז די היגע פּאָליציי....

פּלוצען בין איך שטיין געבליבן אַ געפּלעפֿטער. אויף יענער זײַט. כ´בין שוין אויף יענער זײַט, הייסט עס אַז יענער זײַט איז שוין די זײַט און מײַן זײַט איז שוין אַריבערן מויער. כ´בין פֿאַרוואָגלט אין פֿאַלשן אָרט.

אַזאַ קינדערשפּיל אין דאָס, אַ ווערטער־קונץ, נאָר כ´קען נאָך אַלץ ניט אַרויס פֿון מיטאַמאָליקן קלעם, און די טרערן הייבן אָן רינען פֿון די אויגן. מים פֿון די עיניים, ווי די באָבע פֿלעג זאָגן.

פּלוצעם אַ געטופּ. עמצער ווײַטער מיטן וועג האָט געהערט דאָס געוויין און געקומען צו לויפֿן.

טאַקע, בנאמונת, יענע מיידל וואָס איר מאַמע איז די בעל־צדקהטע. זי איז שוין געשטאַנען פֿאַר מיר אין די אויגן, אַ פּלאַסטישע אײַנקויף־זעקל אין איין האַנט. די אויטאָס האָבן פֿאַרשטויבט איר גרין שול־אוניפֿאָרם.

דאָס מיידל, דאָס סאַמע בילד פֿון אומשולדיקייט און מחוץ-צײַטיקייט, האָט זיך צעלאַכט קורץ און האַרט. "איר זײַט פֿון יענער זײַט," האָט זי געזאָגט מיר־ניט דיר־ניט.

זי נעמט מיך פֿאַר דער האַנט און שלעפּט מיך אַ האַלבע שעה אָן קיין ווערטער מער. איך ווייס ניט די היגע געאָגראַפֿיע. סוף־כּל־סוף קומען מיר אָן צו אַ טיר, עס הענגט אַ גרויסער פֿאַרזשאַווערטער שלאָס. אַ סטיקער צוגעלקעפּט: "זיי וועלן ניט אַריבער."

פֿון אַ רוקזאַק שלעפּט זי אַרויס אַ קליינע שליסל וואָס הענגט פֿון אַ ראָזעווען געשטריקטן קייטל, אַזאַ וואָס ווערט פּראָדוצירט פֿון מיידלעך אין זומערקעמפּ.

די טיר עפֿנט זיך אויף אַ מאָדנעם געשיקטן אופֿן, גלײַך די וואָלט געוואָלט ווײַזן דער וועלט, אַז זי איז ניט אַזוי ווי זעט אויס, נאָר אַ פֿיפֿיקע טיר וואָס קומט דער וועלט אַנטקעגן.

דאָס מיידל האָט אָנגעצונדן דאָס לאָמפּ און אָן אָ וואַרט האָט זי אָנגעוויזן אויף אַ פֿאָטעל, האָב איך זיך אַוועקגעזעצט. נאָר דעמאָלט האָב איך באַמערקט אַז די פּאָליצעס זײַנען אָנגעפּראָפּט מיט ביכער, ביכער אויף מײַן לשון. פֿון יענער זײַט.

די ווענט אויך געהאָנגען מיט פּאָרטרעטן, פֿון מײַן (געוועזענעם!) אָנפֿירער, פֿון אונדזערע נאַטירלעכע טשיקאַוועסן, פֿון קאַפֿעען וואָס כ´האָב שוין בײַ זיך אין מוח אָפּגעזעגנט מיט זיי.

דאָס מיידל האָט פֿאַרריגלט די טיר פֿון אינעווייניק און צוגערוקט צו מיר אַ צווייטן פֿאָטעל. זיך געמאַכט באַקוועם, האָט זי אַרויסגענומען פֿון רוקזאַק אַ פּען (אַ ראָזעווער, מיט בלימעלעך באַפּוצט) און אַ העפֿט (מיט אַ פֿיי־און־רעגנבויגן אָנגעמאָלט אויף דער הילע).

"מיר האָבן אַזאַ אויפֿגאַבע פֿאַר שולע," האָט זי אַנגעהויבן. "מיר דאַרפֿן אינטערוויויִרן אַן אײַנוווינער פֿון אַן אַנדער ראַיאָן."

כ´האָב שטום צוגעשאָקלט.

"יעדער וויל וויסן וועגן אײַער זײַט, איז הייבט שוין אָן און דערציילט."

"דערציילן וואָס?" האָב איך קוים אַרויסגעקרעכצט.

"אַלץ," האָט זי אַ זאָג געטאָן. "ווען דו ענדיקסט" - האָט זי אַ בליק געטאָן אויף דער טיר - "קענסט אַרויס."

האָב איך אָנגעהויבן פֿון סאַמע אָנהייב.


באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

כקען נישט אנווייזן וואס, אבער כהאב זייער ליב דאס שטיקל. עס רעדט צו מיר. כהאב עס, למען האמת, געלייענט אויפן בלאג דיינעם. כהאב אבער הנאה אז דו האסט געזען פאר גוט עס צו ברענגען אהער. בואכם לשלום. לאז זיך הערן.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

יישר כוח ר' שלום און בואכם לשלום. דאס שטיקל איז קונסטליך מיר מוטשעט אביסל צו דערגיין עס ביזן סוף. אגב מיין איך אז פאר אונז דא אין שטיבל זענען די ייווא פינטלעך נישט קיין מעלה פארקערט עס פארשווערט. איז אייך שווער צו שרייבן אן זיי?
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

א דאנק

שליחה דורך שלום בערגער »

איר זײט גערעכט, כ׳דארף זײ ארױסנעמען דאס קומעדיקע מאל. אזױ שרײב איך נאר דא איז אװדאי נישט מנהג־העולם
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יישר כח ר' שלום מאכט אייך באקוועם, דא איז די פאסיגע אכסניה פאר א איד ווי אייך, דא זענען מיר נישט בודק אין די ציצית. איר, ווי איר שרייבט זענט מקפיד אויף כשר'ס און שבת, און דאווענט אין א קאנסערוואטיווע שול, דא זענען ווארשיינליך פארהאן אזעלכע וואס שבת אין כשר'ס איז פויגעלדיג, אבער זיי דאווענען אין א לויטער באשטריימלט מקום, אבער הצד השוה שבהם אז מיר גלייכן אונזער שפראך, מיר לעכצן פאר גוטע רייד, מיר זענען מחשיב חכמה און ארגינאלקייט, און אז א שרייבער, א דאקטאר און אידיש ליבהאבער קומט דא איז עס אונז א ברכה און הנאה.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אגוטן ר' שלום, מיר קוקן ארויס זיך צו באלעקן די פינגער מיט אייער הערליכע ווערק, און הגם איך האב נישט ארויס פונקטליך וואס אייער ארטיקל דארף צו מיינען, איז עס שיין און ציענד. יהא בואכם לברכה.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

שלום עליכם שלום בערגער. כאב שוין אמאל געלייענט דיינע זאכן אבער מיך איז שווער מיט די פינטלעך.

שלום בערגער האט געשריבן:איר זײט גערעכט, כ׳דארף זײ ארױסנעמען דאס קומעדיקע מאל. אזױ שרײב איך נאר דא איז אװדאי נישט מנהג־העולם

וואס מיינט מנהג העולם?

ווער איז די וועלט?

די איד די בלאט און די צייטונג מאכען קיין מאל נישט קיין פינטלעך.. די פארווערדס אפשר יא? אבער זיי זענען א פיצי צייטונג קעגען די אנדערע צייטונגען..
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

ער האט לכאורה געמיינט מנהג ״המקום״.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

מסכּים. איך מוז בײַטן מײַן אױסלײג אין דעם אָרט! אָבער...

שליחה דורך שלום בערגער »

קוקט, װי געזאָגט, איך װעל זיכער דאָס קומעדיקע מאָל פּאָסטן אָן די נקודות. איר זאָלט מיר אַלע מוחל זײַן. צוריקגערעדט, איז דאָס אַ סימן אַז טײל לײענערס זײַנען אפֿשר נישט צוגעװױנט צו לײענען זאַכן מחוץ זײערע אײגענע ד אמות. אַ סך שרײַבערס, פֿיל מער כּדאַי צו לײענען װי מײַן װײניקײט, האָבן גענוצט אַזאַ אױסלײג.

כ׳האָב אָפֿט מאָל געהערט פֿון הײַנטיקע חסידים, אַז נישט דאָס װאָרט קען איך פֿון דער הײם, נישט דער אױסלײג איז מיר באַקװעם. גוט. איך בין מחויבֿ, װי אַ גאַסט דאָ (װאָס מע האָט שײן אױפֿגענומען, און פֿאַר דעם אַ דאַנק) זיך אַלײן צוצופּאַסן. נאָר די ליטעראַטור איז אױך אַ קװאַל פֿון פֿרעמדע, נײַע געדאַנקען, פּנים־חדשותן. אַ מאָל איז גוט צו װערן פֿאַרחידושט, פֿאַרפֿרעמדט. מע קען ניצן אַ װערטערבוך. מע קען אַ מאָל לײענען אַ טעקסט װאָס איז אַ ביסל מאָדנע.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

שלום עליכם אייך, דאקטאר בערגער! ווי אנדערע, האב איך הנאה געהאט פון דעם מעשה, כאטש צו איר ציל איז מיר שווער זיך צו דערגרינטעווען. מיר האט גראדע נישט געשטערט די יידישיסטישע ארטאגראפיע, איך בין שוין צוגעוואוינט דערצו נאך פון ווען קטלא קניא פלעגט דאס נוצן... אזוי צו אזוי איז שיין פון אייך אז איר זענט גרייט זיך צוצושטעלן צום עולם (ווי נישט ווי קענט איר דאך זיך אנפייפן אז איר ווילט דוקא), א דאנק.

עס וואלט טאקע געווען אינטערעסאנט א שמועס איבער אידישער ארטאגראפיע. צו וואס פעלט דאס אויס? וואס האבן די אידישסטען (ייווא) געזוכט צו פארדינען דערמיט? מען איז קוים פטור געווארן פון די נקודות און טראפן און לשה"ק האט מען געדארפט ארויפווארפן אויף אידיש א גאנץ נייע הויפן פון געזעצן און רולס?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

זיכער איז אינטערסאנט זיך צו באקענען מיט אן אידיש נישט ממש ווי מען פלעגט רעדן אין הודא-נאנאש. איך ביך זיכער אז אויב איינער פארשטייט נישט א ווארט וועט איר ר' שלום גערן ערקלערן.

איך פאר איינער, וואלט געווען אינטערסירט צו הערן איבער אייער ביאגראפיע. ווי איך פארשטיי זענט איר א דאקטאר און אידיש ליבהאבער, ווי אויך א מחבר ספרים. אפשר שרייבט איר אביסל ווער איר זענט, אייער היסטאריע און קאריערע אא"וו? זאלן מיר זיך באקענען.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אז רב בערגער איז דא, קען מען דאך שוין אויפשפארן אן אלטן אשכול.
Under influence
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

א דאנק ווידער פארן שיינעם ברוך-הבא

שליחה דורך שלום בערגער »

אז איר ווילט לייענען א שטיקל פון מיר וועגן זיך און מיין דרך צו יידיש, נאט אייך:

http://www.tabletmag.com/jewish-arts-an ... 153/gilded

איך האב בדעה נאך עפעס אנשרייבן וועגן זיך. דערוויילע אבער איז מיין גרעסטע נייעס וועגן מיין בוך אויף ענגליש "ווי אזוי רעדט מען צום דאקטער". לויפט און קויפט!

http://talkingtoyourdoctor.org

באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

שלום עליכם! אייער מעשה איז שיין געשריבן, אבער ווי אנדערע ליינער דא בין איך נישט גענוי קלאר וואס דער ציל איז. צו ווילט איר ארויסברענגען די קאנטראסט צווישן די צוויי זייטן פון בערלין? די זארגלאזע מיידעלע אונטער מערב און דער פאריאגטער מיטליעריגער אין דער מזרח וואס האט מורא פון זיין אייגענעם שאטן?
אזוי אויך, ביטע זייט מודיע דעם גענויעם אפטייטש פון דלאניע און טעלעמבענדעט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
שלום בערגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 12, 2013 1:50 pm
געפינט זיך: באַלטימאָר
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל
קאנטאקט:

אפטייטשן און ... טייטש

שליחה דורך שלום בערגער »

דלאניע = האנטפלאך
טעלעבענדען = וואקלען זיך

ווידער וואלט איך שטארק רעקאמענדירט א ווערטערבוך. אזא ניצט מען אויף ענגליש, שפאניש, העברעיש, כינעזיש, אפילו אנדערע קליינע לשונות ווי יידיש וואס נאר א רעלאטיוו קליינע גרופע רעדט זיי.

א שיינעם הארציקן דאנק פאר די קאמפלימענטן!! כי'וויל ניט איבערגעבן דעם "ריכטיקן" טייטש פון דער מעשה. איר מוזט זי דאך אליין פארטייטשן! באמערקט אז איך האב אנגעשריבן אויף אלגעמיינע טערמינען, ניט דערמאנט א ספעציפיש ארט (דייטשלאנד אאז"וו)... וואס מיינט דאס? באשליסט!
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

ר' שלום, כ'האף איר וועט דורכפירן א שטיקל אויפוואכונג אינעם שפראך גראמאטיק פאורם דא אין שטיבל, און איר וועט בארייכערן אלע דורשטיגע מיט אייער אייגענארטיגקייט, און אינפארמאציע. לגבי אנדערע שפראכן ספעציעל 'ענגליש', איז פארהאן א פלייץ פון אינפארמאציע אויפן געוועב. אידיש, אדער 'יידיש' ווידעראום, שטייט געפרוירן נאקעט. ס'מאכט זיך אלץ שאלות, איינער מיינט אזוי, און א צווייטער טראכט אזוי. איך קוק ארויס אויף אייער גאלדענע ארבייט, און מייסטער ווערק. איר זענט געוואלדיג!
פארשפארט