בלאט 1 פון 2

נזם זהם באף *איבעי* !!!

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 12:57 am
דורך האלץ האקער
א גוטע וואך אייך פריינט פונעם קאווע שטיבל פאראיין.
אזוי סיעצט מוצאי שבת און א שטיקל ווארעמס איז מסוגל פאר די וואך וואלט איך אייך געוואלט מיטטיילן מיין געפינס.
ווי באקאנט שוין פאר יארן לאנג(פאר אונז יונגע דור..) איז איבעי גאר פאפעלור צווישן די אלוועלטליכע המון עם און עס ווערט דארט פארקויפט מיליאנען אייטעמס יערליך(לויט מיין פריוואטע שטודיע קאמפעני..) און יעדער וואס זוכט נאר א אייטעם פאר ביליג אדער זוכט צו פארקויפן א גענוצטע אייטעם ווענדט זיך צו איבעי'ס וועבזייטל.

דאס איז א קורצע הקדמה פאר די וואס ווייסן נאכנישט וואס דאס מיינט און שעמען זיך צו פרעגן...

הכלל אזוי זיך דרייענדיג אויף איבעי איז מיין אויג געפאלן אויף א אייטעם וואס קען זיין אינטערעסאנט פארן היימישן עולם גולם.

א אידישן אייפאד!!!
120 גיג אנגעפולט!!!
לויט וויאזוי איך פארשטיי פון די בילדער איז עס אנגעפולט מיט היימישע פלעיס ווי צב"ש אונטערן אויוון וכדו' מיט מנשה ליסטיג קליפס. און אידישע מוזיק וכו.

מעגליך עס וואלט געווען אינטערעסאנט פארן עולם וואס זוכט עפעס כשרס. בין איך מקיים אל תמנע טוב מבעליו...
כאפט א בליק און זייט אייך מחיי'.
בהצלחה.
Check out this item I found on eBay: http://pages.ebay.com/link/?nav=item.vi ... 1141719628

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 1:51 am
דורך סאשי פיש
אויב איך מעג פרעגען ביסטו דער פארקויפער??.....

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 8:03 am
דורך איך אויך
וואס האט דער קעפל מיטן תוכן?
אגב ,שלום עליכם.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 2:36 pm
דורך האלץ האקער
סאשי פיש האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגען ביסטו דער פארקויפער??.....


ערשטענס מר. סושי פיש. מיינע רבי'ס האבן מיר אויסגעלערנט איין זאך פרעגן מעג מען אייביג. אדער באקומט מען א תירוץ אדער א פאטש...

צווייטנס גראדע בין איך נישט דער פארקויפער. נאר פשוט עס האט מיר געפעלן וואס א מאנסי אידל איז פייגעבאלן...און מעגליך עס קען צוניץ קומען פאר עימעצער וואס גייט ליידיג און קען זיך אנזיצן מיט צענדליגער שעה ...

הגם ווייס איך נישט צו עס איז אויסגעהאלטן על פי הלכה. עס איז לכאורה גניבה צו פארקויפן און קאפיען סידיס פלעיס וואס מען פארקויפט נאך אין געשעפט!

אויב עימצער האט א היתר פאר דעם און בכלל פארן קאפירן סידיס איז ער וועלקאם ותהא חלקו ממזכי הרבים...
(ווייל מען קאפיט עניוועי זאל כאטש זיין א היתר!!!)

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 5:58 pm
דורך NAVY SEAL
עבר ושנה נעשית לו כהיתר ......

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 6:10 pm
דורך מאיר_וואלף
איך האב אויך אזוי געטראכט

"כ"היתר...

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 6:24 pm
דורך האלץ האקער
מאיר_וואלף האט געשריבן:איך האב אויך אזוי געטראכט

מחשבה טובה מצרפה למעשה...


באט די געדאנק פון עבר ושנה איז נאר ""כ""היתר מיט א כ"ף הידוע...

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 7:00 pm
דורך מאיר_וואלף
נו, פרעג א דיין, היינט-צו-טאג קען מען באקומען א היתר אויף אלעם

←אינטערעסאנט→

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 7:12 pm
דורך וואלד רויבער
איך האב געטראפן די זעלבע זאך פאר פיל ביליגער מיט א ביד!!!

http://pages.ebay.com/link/?nav=item.vi ... 1141730887

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 7:49 pm
דורך מאיר_וואלף
דיינס איז אויך אנגעפולט מיט היימישע פלעיס ווי צב"ש אונטערן אויוון וכדו' מיט מנשה ליסטיג קליפס. און אידישע מוזיק וכו?

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 9:55 pm
דורך וואלד רויבער
מאיר_וואלף האט געשריבן:דיינס איז אויך אנגעפולט מיט היימישע פלעיס ווי צב"ש אונטערן אויוון וכדו' מיט מנשה ליסטיג קליפס. און אידישע מוזיק וכו?


טשעק עס אויס!!
איך בין נישט קיין אגענט דערפאר.
לויט ווי עס קוקט אויס איז עס די זעלבע זאך!

http://pages.ebay.com/link/?nav=item.vi ... 1141730887

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:43 pm
דורך געפילטע פיש
א נחת, מיר האבן שוין וואלד רויבער מיט האלץ האקער, מיר דארפן יעצט א משה לייב סאסובער און א מאשקע וואס האט נישט געצאלט די רענט פאר גראף פאטאצקי, עני יוניטס עוועילעבעל?

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 7:31 am
דורך שמעקעדיג
מאשקעס, קרעטשמעס והמסתעף וועסטו טרעפן לרחצה ביי די אייוועלטיסטן...

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 8:43 am
דורך דענקער
איך ווייס נישט וועגן א מאשקע, אבער צוויי מאנאטן ביהיינד מיט די רענט פארן פריץ בין איך.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 9:52 am
דורך שמעקעדיג
דענקער, עמך אנכי בצרה..

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 1:21 pm
דורך וואלד רויבער
געפילטע פיש האט געשריבן:א נחת, מיר האבן שוין וואלד רויבער מיט האלץ האקער, מיר דארפן יעצט א משה לייב סאסובער און א מאשקע וואס האט נישט געצאלט די רענט פאר גראף פאטאצקי, עני יוניטס עוועילעבעל?


וואס זענט איר אזוי פרייליך צו וואלד רויבעריי??

מילא די וואס האבן נישט קיין געלט / ראטע צו צאלן האבן דאך נישט וואס מורא צו האבן..

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 2:19 pm
דורך מאיר_וואלף
אוי וויי, די אשכול איז אינגאנצן אוועק געפארן פון די נושא

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 2:58 pm
דורך געפילטע פיש
וואלד רויבער האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:א נחת, מיר האבן שוין וואלד רויבער מיט האלץ האקער, מיר דארפן יעצט א משה לייב סאסובער און א מאשקע וואס האט נישט געצאלט די רענט פאר גראף פאטאצקי, עני יוניטס עוועילעבעל?


וואס זענט איר אזוי פרייליך צו וואלד רויבעריי??

מילא די וואס האבן נישט קיין געלט / ראטע צו צאלן האבן דאך נישט וואס מורא צו האבן..

.I'm always up to a good fight

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 4:59 pm
דורך וואלד רויבער
מאיר_וואלף האט געשריבן:אוי וויי, די אשכול איז אינגאנצן אוועק געפארן פון די נושא

וואס ווילסטו נאך הערן?

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 5:03 pm
דורך וואלד רויבער
געפילטע פיש האט געשריבן:
וואלד רויבער האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:א נחת, מיר האבן שוין וואלד רויבער מיט האלץ האקער, מיר דארפן יעצט א משה לייב סאסובער און א מאשקע וואס האט נישט געצאלט די רענט פאר גראף פאטאצקי, עני יוניטס עוועילעבעל?


וואס זענט איר אזוי פרייליך צו וואלד רויבעריי??

מילא די וואס האבן נישט קיין געלט / ראטע צו צאלן האבן דאך נישט וואס מורא צו האבן..

.I'm always up to a good fight


מיט פיש הייבט מען זיך נישט אן..(נאכדערצו אין די ניין טעג ווען זיי געוועלטיגן איבער אלעם..)

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 5:04 pm
דורך שמעקעדיג
דאנט ווארי, באלד קומט אלול און די פיש ציטערן, דאן איז די ריכטיגע צייט זיך אנצוהויבן.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 7:00 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג וויל דוקא איך זאל ארויס נעמען די סוירטש טול. שוין, זאל זיין.

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 1:10 pm
דורך וואלד רויבער
שמעקעדיג האט געשריבן:מאשקעס, קרעטשמעס והמסתעף וועסטו טרעפן לרחצה ביי די אייוועלטיסטן...


קאווע שטיבל איז אין קאמף מיט איי וועלט??