קונסט אויסשטעלונג: "אידן פון היינט"

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6792 מאל

קונסט אויסשטעלונג: "אידן פון היינט"

שליחה דורך געפילטע פיש »

איך האב מיך פרייטאג אנגעשטויסן אין אן אינטערעסאנטע נייעסל אינעם אלגעמיינער, איבער עפעס א קונסטלער מיכאל לעווין, און זיינע מעלערייען פון חסידים און חסידישע קולטור און קליידונג. לעווין וואוינט היינט אין סאוט וויליאמסבורג, און איז אבסעסט מיט חסידים. ער האט א גאר אינטערעסאנטער וועבסייט, "מאכלעב וועבסיית" רופט ער עס, כ'האלט נאך אינמיטן מחליט זיין צו דאס איז דירעקט, אדער אמעראצעס, אזוי צו אזוי, זענען די בילדער דארט גאר שיין, באלערענד, און אפטמאל קאמיש.

אויפן הויפט פעידזש פונעם סייט האט ער א קוואט פונעם סאטמארער דיין, רז"ל פילאפ, כ'ווייס נישט פון וואו, אבער זעט אויס ס'קומט פון איינער פון די צעטליך קעגן די "ארטיסטן".
[left]Master of the Universe, please remove from upon us the plague of the artists, so that we shall not drown in evil waters, and so that they shall not come to our residence to ruin in.” — Prayer for the Protection of Our City Williamsburg from the Plague of the Artists, Zalman Leib Fulop, Satmar Dayyan[/left]
דער אלגעמיינער ברענגט א קוואט פון רייען קראוז, די איינגעטומער פונעם גאלאריע וואו די אויסשטעל געפינט זיך, אז לעווין וויל אדאפטירן די קולטור, אבער מ'לאזט עם נישט. "ער וויל שטארק געהערן צו דעם זאך, אבער מ'האלט עם צוריק". כ'ווייס נישט ווער פונקטליך איז באלעבאס אויפן קולטור וואס קען עם זאגן אז ער לאזט עם נישט אריין.

אט האט איר אפאר מאלערייען.

וויזניץ-סאטמאר
בילד

מלכות טייטעלבוים
בילד

הונגארישע לבוש
בילד

דער מקוה איד
בילד


נאך אפאר אלטע מאלערייען זיינע פון די מעטאפארישע פאטענציאל פון אידישע עקסטרעמיזם.

בילד

בילד

בילד

בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר