בלאט 1 פון 1

ווי איז זר זהב ווען מען דארף אים?

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 10:52 pm
דורך פידלער
איך האב מיך איינגעשריבן אין קאווע שטיבל א קנאפע צוויי חדשים צוריק און די פלאץ איז גלייך געווארן מיין נייע timesink. ווען איך האב נאר געוואלט אנטלויפן פאר אפאר מינוט פון מיין ארבעט אדער ארויסלאזן אביסל סטרעס בין איך אהער געקומען. דא איז אלעס געווען: דיסקוסיעס אויף קונסט, ארגומענטס איבער הלכה, נייעס, לייוו-סטרימד באל געמס, סייענס, טעכנאלאגיע. אבער מערסטנס פון אלעם האב איך ענדזשויד די אשכולות איבער גארנישט, צוב"ש זר זהב'ס "נארישע אנקעטעס, אבי גערעדט". אפילו סיינפעלד האט נישט אזוי גוט געטויגט צו מאכן אן art פון שטותים.

די לעצטע צוויי טעג ווייס איך נישט ווי דאס אלעס איז פארשוואונדען. יעדע מאל איך קום אהער זע איך א פיל-מאל-איבערגעדראשן דיסקוסיע וועגן אוי טי די אדער אן ארגומענט צו אונזער סיסטעם איז יא גוט אדער נישט גוט. אנשטאט אנטלויפן פון מיין סטרעס באקום איך דא מער סטרעס. וואס איז געשען צו די "רואיגע ווינקל"?

אלזא, בעט איך [tag]זר זהב[/tag] (אדער [tag]געפילטע פיש[/tag] אדער [tag]קאווע טרינקער[/tag] אדער סיי ווער מיט א גוטע סענס אוו יאמער:
פליז פליז ברענגטס מיר עפעס אויף וואס צו לאכן. איך דארף א ברעק.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 10:54 pm
דורך קאווע טרינקער
ווארט ביז נאך תשעה באב.
פון עסען פיצה 9 טעג שרייבצעך עפעס נישט אזוי.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 10:58 pm
דורך אביגדור
קרוץ מחומר.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 10:59 pm
דורך קאווע טרינקער
:roll:

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:03 pm
דורך פידלער
וואס זאל איך זאגן? זיי געבן מיר גוטע laughs. מ'קען זיין א געוואלדיגע מח מיט א גוטע סענס אוו יומער דערצו. אייגענטלעך, איך מיין אז מ'מיז האבו א גוטע מח צו זיין באמת humorous.

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:03 pm
דורך פרישער
אם אני כאן הכל כאן

נשלח: זונטאג יולי 14, 2013 11:12 pm
דורך געפילטע פיש
אנטשולדיגט (בתמיה) הלואי! אפשר אזוי וואלט איך כאטש געהאט פארנאאאסע בדרך כבוד. ווען קענען אפאר טריקס דא דארט וואלטן געמאכט א קאמפיוטער פראגראמער וואלט איך שוין לאנג נישט דא געווען.


נו, אין תורה איז דאך דא אלס, אפילו הומאר.

האסט פארגעסן פון זר, וואס איז זיין אקופאציע?

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 12:28 am
דורך ונבנתה העיר
דו ביסט אנגעקומען אביסל שפעטליך.

געפילטע איז א גאוניש'ער הומאריסט, ווען ער האט צום ערשטן מאל געפענט די טיהר פון זיין התבודדות שטיבל איז געפלאסן ליצנות ווי אין טאלנא אום תשעה באב... נאר געמיינט האט ער אז דעם קאצק'ערס דריי-הונדערט דעכער-אידן זענען זיינע הברה ווענט, אבער ווי וואס ווען, מענטשהייט האט נאר געמאכט פארשריט אין טפשות זייט ער האט זיין התבודדות שטיבל געהאט פארקלאפט.

האט געפילטע אזוי געזאגט צום פאלק: א שמייסערל וועל איך צו מיין הומאר צובינדן, מיט סארקאזאם וועל איך ענק היילן.

אבער ביז דער עולם איז צוריק-געקומען מיט באטעריען האט שוין געפילטע זיין טיהר פארזעצט מיט א ברום - הקאצק'ער צדק! נאר צו צייטן שטעלט ער זיך ביים טיהר און שיכור'ט אהן דעם נארישן הומאן מיט חמה.

כֹּה אָמַר יְהוָה צְבָאוֹת צוֹם הָרְבִיעִי וְצוֹם הַחֲמִישִׁי וְצוֹם הַשְּׁבִיעִי וְצוֹם הָעֲשִׂירִי יִהְיֶה לְבֵית יְהוּדָה לְשָׂשׂוֹן וּלְשִׂמְחָה וּלְמֹעֲדִים טוֹבִים וְהָאֱמֶת וְהַשָּׁלוֹם אֱהָבוּ - נאר דאן וועלן אמת און שלום גיין אינאיינעם.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 2:33 am
דורך טעפל
ס'איז א בחינה אזוי ווי דער מחבר פון צאינה וראינה (ר' יעקב בן ר' יצחק מיאנוב) וואס איז געוועהן א גאון עולם און ער האט נאר געשריבען דעם צאינה וראינה אז די פרויען זאלן האבען וואס צו ליינען, כך ר' קאוע טרינקער ור' געפילטע ור' זר וכל כת דיליה וואס זענען גאונים אבער שרייבען פשוטע זאכען פאר אונז פשוטע מענטשען..ודו"ק.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 2:40 am
דורך אביגדור
.