בלאט 1 פון 3

וואס גייט פאר אין לאנדאן

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 11:38 am
דורך נאר,,פרייליך
אין די לעצטערע טעג טוען כסדר ערשיינען צעטלעך און הודעות מטעם ועד לטוהר המחנה אין עיר הבירה לאנדאן אנטקעגן די אינטערנעט ספעציפיש איבער אפיקורסישע זייטלעך און בלאג'ס ווייסט עמיצער מה יום מיומים?????
אדער אויב איינער האט פאוסטער'ס ביטע ארויפלייגען.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 11:41 am
דורך סאשי פיש
דאס מיינסטו??..

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 11:51 am
דורך נאר,,פרייליך
ניין
א ספעציעלער כרוז איבער באזיכען אפיקורסישע בלאגס און שטיין ווייט פון אפיקורסים

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 11:56 am
דורך סאשי פיש
איך מיין דו מאכסט א טעות
די כרוז איז אין אייוועלט

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 1:18 pm
דורך wassup
איך מיין.אז אלעס איז לכבודו פון הרב ר נחום כץ

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 1:34 pm
דורך נאר,,פרייליך
איך האב אצינד באקומען אין א פריוואטער מעסעדזש אז מען האנדעלט מיט א געוויסער פארשוין וואס געהער צום פרימען קרייז וואס צוליב שוועריקייטען אין די יונגע יארען איז ער נעבעך כסדר געפאלען אין מדריגה און האט זיך לעצטענס גענצליך אפגעלאזט פון דת תוה''ק

און ליידער באגנוגט ער זיך נישט מיט דעם נאר ער פרובירט גאר מיט זיין פעדער און שפיזיג צונג אריינצונארען נאך פילע נשמות יקרות שפירענדיג א פארלוירענקייט אין זיין איצטיגער מצב
מאנכע זאגען אז ער איז גאר פין געוועזענע שרייבער דא
ע''כ קיבלתי באישי

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 1:37 pm
דורך שמעקעדיג
wassup האט געשריבן:איך מיין.אז אלעס איז לכבודו פון הרב ר נחום כץ

האסט פארגעסן שליט"א

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 2:09 pm
דורך נאר,,פרייליך
שמעקעדיג האט געשריבן:
wassup האט געשריבן:איך מיין.אז אלעס איז לכבודו פון הרב ר נחום כץ

האסט פארגעסן שליט"א



ס'איז ווייטאגליך אז אין א יידיש קאווע שטיבעל באפאסט מען זיך מיט טיטלען ווי הרב ר צו א מסית ומדיח און א כופר בי''ג עיקרים עפ''י הלכה איז מען ניטאמאל מחוייב צו מתאבל זיין נאך אזא איינעם איצט אין ת''ב איז מותר עוסק צו זיין בהל' אבילות קוקט נאך זיין דין אין יורה דעה סימן שמ''ה ונו''כ
אזוי אויך זעהט דעם רמב''ם ווי ער איז מחייב אלע קרובים אנשטאט מאכען א אבילות דארף מען פראווענען שמחה משום חיוב משנאיך ד' אשנא און ווען די פיינט פינעם אייבערשטען שטארבען ברויכען מיר זיין בשמחה
ווי יעדער בר דעת וואלט אליינס געטון ווען זיינס א דם שונא שטארבט

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 2:48 pm
דורך נאר,,פרייליך
http://t.co/QnnCbKyQr6

אין אזא צייט ווען יודען וועלן מקונן זיין איבער'ן אריכות הגלות און איבער די ביטערע פרייז וואס קאסט ליידער פאר כלל ישראל
איז ווערד צו באגריסען דעם אקט וואס דער רב האט אפגעהאלטען א מעמד שבירת ה'אייפון קליקט אויפען אויווען דערמאנטען לינק

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 3:04 pm
דורך בעל הבית
הקמת המציבה

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 3:18 pm
דורך הוגה
נאר,,פרייליך האט געשריבן:ס'איז ווייטאגליך אז אין א יידיש קאווע שטיבעל באפאסט מען זיך מיט טיטלען ווי הרב ר צו א מסית ומדיח און א כופר בי''ג עיקרים עפ''י הלכה איז מען ניטאמאל מחוייב צו מתאבל זיין נאך אזא איינעם איצט אין ת''ב איז מותר עוסק צו זיין בהל' אבילות קוקט נאך זיין דין אין יורה דעה סימן שמ''ה ונו''כ. אזוי אויך זעהט דעם רמב''ם ווי ער איז מחייב אלע קרובים אנשטאט מאכען א אבילות דארף מען פראווענען שמחה משום חיוב משנאיך ד' אשנא און ווען די פיינט פינעם אייבערשטען שטארבען ברויכען מיר זיין בשמחה. ווי יעדער בר דעת וואלט אליינס געטון ווען זיינס א דם שונא שטארבט


עס איז גאר אינטערעסאנט אז אינדערפרי האסטו ניטאמאל געוויסט אז עפעס גייט פאר און ווייניגער ווי 4 שעה שפעטער האסטו שוין א ליסטע מיט קללות אויפן מדובר און מוסר פארן גאנצע עולם. just saying....

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 3:24 pm
דורך הוגה
נאר,,פרייליך האט געשריבן:http://t.co/QnnCbKyQr6

אין אזא צייט ווען יודען וועלן מקונן זיין איבער'ן אריכות הגלות און איבער די ביטערע פרייז וואס קאסט ליידער פאר כלל ישראל
איז ווערד צו באגריסען דעם אקט וואס דער רב האט אפגעהאלטען א מעמד שבירת ה'אייפון קליקט אויפען אויווען דערמאנטען לינק


נו! עס איז נישט שיין צו מאכן ליצנות פון mentally retarded מענטשן, ספעציעל נישט ערב תשעה באב.

אגב, כ'האב הנאה געהאט וואס ישיבה ווארלד שרייבט: "YWN was unable to verify if this video was taken using an iphone or a Droid." ליצים! :lol:

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 4:22 pm
דורך רעבעל
סאשי פיש האט געשריבן:איך מיין דו מאכסט א טעות
די כרוז איז אין אייוועלט


ס'איז צום האפן אז תיכף נאכדעם וואס אייוועלט איז פארטיג מיטן ובערת הרע מעבר לים וועלן זיי זיך נעמען איבער די ניוול ותועבה וואס אירע הויפט שרייבערס האבן פארשפרייט צווישן א זשענערעשאן פון אומשולדיגע אינגעלייט. אייוועלט האט נואפים אין איר מידסט ואין פוצה פה.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 4:25 pm
דורך געפילטע פיש
די גאנצע ארטיקל איז דאך א שטיק ליצנות, אומכאראקטיריסטיש פאר YWN.


[left]The Rov then takes the hammer and gives the device a few finishing blows – to ensure that this Segulah will fully work
[/left]

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 5:01 pm
דורך שמעקעדיג
מאדנע, דער קעפל לייענט זיך:
Smash Your iPhone – Segula To Have Children

אבער עס איז קענטליך אריינגעפאלן א שטיקל טעות, והכי קתני:
האבן קינדער (און שיקן אין די מוסדות) - א סגולה צו צעברעכן דעם אייפאן! (וק"ל אפילו אן א וק"ל).

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 5:24 pm
דורך מורינו הרב
רעבעל האט געשריבן:ס'איז צום האפן אז תיכף נאכדעם וואס אייוועלט איז פארטיג מיטן ובערת הרע מעבר לים וועלן זיי זיך נעמען איבער די ניוול ותועבה וואס אירע הויפט שרייבערס האבן פארשפרייט צווישן א זשענערעשאן פון אומשולדיגע אינגעלייט. אייוועלט האט נואפים אין איר מידסט ואין פוצה פה.


וואס הייסט? - מען פלעגט דארט פארשפרייטן שמוץ?

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 5:31 pm
דורך atmybest
איך גיי אי'ה אנהייבן לאזן לויפן מיין מאחורי וויצן אויף עולם הביצה.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 5:38 pm
דורך מורינו הרב
באמת, וואס איז די מעשה מיט איי-וועלט? - ס'איז א שמוציגע סייט?

אפשר וואלט ראטזאם געווען צו עפענען אן אשכול מיטן נאמען 'די פארגאנגענהייט פון איי-וועלט', אז דער ציבור זאל דערציילן וואס עס איז אמאל געווען דארט.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 6:27 pm
דורך לאליפאפ
נאר,,פרייליך האט געשריבן:ניין
א ספעציעלער כרוז איבער באזיכען אפיקורסישע בלאגס און שטיין ווייט פון אפיקורסים

דאס מיינט ער

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 7:46 pm
דורך איך אויך
רעבעל האט געשריבן:
סאשי פיש האט געשריבן:איך מיין דו מאכסט א טעות
די כרוז איז אין אייוועלט


ס'איז צום האפן אז תיכף נאכדעם וואס אייוועלט איז פארטיג מיטן ובערת הרע מעבר לים וועלן זיי זיך נעמען איבער די ניוול ותועבה וואס אירע הויפט שרייבערס האבן פארשפרייט צווישן א זשענערעשאן פון אומשולדיגע אינגעלייט. אייוועלט האט נואפים אין איר מידסט ואין פוצה פה.

וואס? ווען? ווי?

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 7:59 pm
דורך DotCom
אייוועלט איז טאקע געווען א זייער א שמוציג פלאץ, איין שורה פון אמאל (היימישע שטותים) האט איינגעפאקט גאנץ מאחורי, אבער איך זעה נישט פארוואס דאס זאל איינעם באדערן, אדרבה אין די 'אנאנימיס' וועלט ווייסט מען אז יעדער קאונסלער מוז אמאל האבן געווען אן עדיקט, אויב נישט איז ער נישט ראוי לאותו איצטלא פון צו זיין א קאונצלער פאר אנדערע, און אויב יעצט איז שוין דארט א שיין פלאץ איז דאס דער גרעסטער מוסר השכל פאר אנדערע.

מיר באדערט מער די היפאקריסיטי פון אסאך שרייבער'ס דארט ווי שוין אויסגעשמועסט אויבן עטליכע מאל, אבער מען קען נישט זאגן על הכלל כולו יצא.

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 10:58 am
דורך נאר,,פרייליך
עס זעהט אויס אז דער קריזיס אין לאנדען לאזט נישט נאך ליינט דעם קינות און זאגט עס מיט אייערע קינדער מדי יום ביומו

קינות תשע"גלומר בסוף סדר הקינות בתשעה באבוכן בכל יום אחר תפילת שחריתעַל אֵלֶּה אֲנִי בוֹכִיָּה עֵינִי עֵינִי יֹרְדָה מַּיִם (איכה א טז).כָּלוּ בַדְּמָעוֹת עֵינַי, חֳמַרְמְרוּ מֵעַי, נִשְׁפַּךְ לָאָרֶץ כְּבֵדִי, עַל שֶׁבֶר בַּת עַמִּי (איכה ב יא).אֱלִי צִיוֹן וְעָרֶיהָ, כְּמוֹ אִשָּׁה בְּצִירֶיהָ,וְכִבְתוּלָה חֲגֻרַת שַׂק, עַל בַּעַל נְעוּרֶיהָ.עֲלֵי פֶשַׁע אֲשֶׁר עָוְתָה, סְלוֹל דֶּרֶךְ אֲתָרֶיהָ,וְעַל הַשָּׂטָן אֲשֶׁר נִתְלַבֵּשׁ בְּמַסְוֵה מַכְשִׁירֶיהָ.עֲלֵי הַמַּמְאֶרֶת אֲשֶׁר נִתְפַּשְּׁטָה, בְּאַשְׁמַת רִשְׁעֵי אֲרוּרֶיהָ,וְעַל יֹפִי עֵינַיִם אֲשֶׁר נִתְלַכְלֵךְ, בְּצַחַן טִנֹּפֶת צָרֶיהָ.עֲלֵי חִלּוּל מַהוּת הַפְּנִימִית, בְּעֶצֶב וַאֲבֵלוּת שְׁחוֹרֶיהָ,וְעַל יֹבֶשׁ לִחְלוּחַ הָרוּחָנִי, בִּקְרָבֶיהָ וְאֵיבָרֶיהָ.עֲלֵי מִדּוֹת אֲשֶׁר הָשְׁחֲתוּ, אֵצֶל גוֹלְשֶׁיהָ מִדַּרְדְרֶיהָ,וְעַל רְצִיחוֹת וּשְׁפִיכוּת דָּמִים, בְּתוֹךְ חַדְרֵי חֲדָרֶיהָ.עֲלֵי בָּתִּים אֲשֶׁר חָרְבוּ, קְרָעֶיהָ וּגְזָרֶיהָ,וְעַל פַּרְנָסָה שְׁמֵנָה וְנוֹצֶצֶת, אֲשֶׁר גָּבְתָה מְחִירֶיהָ.עֲלֵי טֹהַר אֲשֶׁר הָלַךְ, מִילָדֶיהָ וּבַחוּרֶיהָ,וְעַל כֶּתֶם סְחִי וּמָאוֹס, עַל לְבוּשֵׁי צְחוֹרֶיהָ.עֲלֵי הוֹרִים אֲשֶׁר לֹא טָרְחוּ, לַעֲמֹד עַל מִשְּׁמָרֶיהָ,וְעַל יְלָלָה אֲשֶׁר עַתָּה מְיַלְּלִים, וּמְרִיטַת שְׁעָרֶיהָ.עֲלֵי גָּרוֹן אֲשֶׁר נִחַר, צוֹעֲקֶיהָ וּמַזְהִירֶיהָ,וְעַל כְּאֵב לֵב נּוֹרָא, מְנַבֵּא רָעוֹת, לִגְדוֹלֶיהָ וּמוֹרֶיהָ.עֲלֵי חִזּוּק אֲשֶׁר יַחַד מִתְחַזְּקִים, רְפָא נָא שְׁבָרֶיהָ,וְעַל תַּחַן יְצַוְחוּ לָךְ, קְשׁוֹב וּשְׁמַע אֲמָרֶיהָ.וְרוּחַ הַקֹּדֶשׁ צוֹוַחַת וְאוֹמֶרֶת: עַל אֵלֶּה אֲנִי בוֹכִיָּה! (מדרש איכה פרשה א)

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 2:08 pm
דורך berlbalaguleh
לאליפאפ האט געשריבן:
נאר,,פרייליך האט געשריבן:ניין
א ספעציעלער כרוז איבער באזיכען אפיקורסישע בלאגס און שטיין ווייט פון אפיקורסים

דאס מיינט ער

נישט מער ווי גערעכט!