בלאט 1 פון 2

איך זוך א חבריא

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 12:12 pm
דורך חקרן
איך זוך א חבריא

קודם כל, איך שעם זיך... ס'איז דאס ערשטע מאל וואס איך שרייב אצינד דא פאר אזא גרויסער ציבור אידן וואס גייען ליינען וואס איך האב געשריבן - ס'פחד און אימתא דציבורא... איך האף אז מען וועט מיר נישט אנקוקן פאני, איך האף אז מען וועט מיר אויפנעמען שיין און ענטפערן שיין.

אט איז מיין שאלה:
אזוי ווי איך מוף אין די קומענדיגע וואכן קיין מאנסי בעזה"ש, א פלאן וואס האט זיך געקאכט און געפלאנט שוין פאר עטליכע יאר, און אצינד וועלן מיר עס אויספירן אום גאט'ס ווילן. איך האב שוין פלאצירט די קינדער אין מוסדות, זיך מסדר געווען אין אלע אנדערע זאכן און מיר זענען שוין אט אט גרייט.

איין עיקר זאך וואס איך ברויך וויכטיג אין מיין לעבן, איז א קבוצה און א רב. איך וועל מסביר זיין פון וואו איך קום כדי מען זאל מיר פארשטיין: איך בין אויפגעוואקסן אינעם ירושלים דאמעריקא - וויליאמסבורג, וואו איך האב זיך אלס בחור צוגעקלעבט צו ר' טודרוס זילבער - חתונה געהאט אין בארא-פארק וואו איך האב געווייקט ביי ר' מאטיל זילבער'ן שליט"א, אינצווישן אלס בחור געלערט אין ירושלים א יאר און א האלב וואו איך האב זיך געדרייט ביי ר' חיים ווערנער (ווייניג ווייסן ווער דאס איז). אזוי אז מיין גאנצע לעבן איז אויסגעשטעלט צו לעבן אינאיינעם מיט א חבריא און א מורה-דרך אין שפיץ. איך שפיר אז איך בין שוין אזוי אריינגעגעסן און איינגעוואוינט אז איך קען נישט לעבן אנדערש - איך קען נישט זען מיין לעבן אין אן אנדערן סארט פארום, איך בין אזוי אויפגעצויגן, אזוי ליגט שוין ביי מיר אריינגעפראגרעמט מיין לעבן און איך דארף פון פריש געבוירן ווערן דאס צו טוישן. בקיצור, עס איז א ניד אין מיין לעבן וואס איך מוז האבן.

אצינד, אז איך מוף קיין מאנסי, א נייער שטאט און א נייער ארט, איז מיין שאלה צו די חשוב'ע ליינער:
וואו איז פאראן א פלאץ, א חבריא מיט א רב וואו איך קען זיך צוקלעבן אין מאנסי? - מיר איז נישט אזוי ווייט נוגע אויב ער איז מיט די שיטה פון רבי'ן זי"ע אדער אנדערע זאכן, מיר גייט נישט אן קיין סך אין אלע אנדערע זאכן, בלויז דער פאקט אז איך געהער צו אן ארט. ויזשניץ איז צו גרויס פאר מיר און ניקלשבורג איז נישט קיין אפשן, בכלל, איז איז נישט קיין גרויסע חילוק פאר מיר אויב זיי געהערן צו א געוויסע חסידות אדער נישט, פארט וואלט איך געוואלט א חסידי'שע פלאץ.

פאלגענד זענען די זאכן וואס איך זוך לכתחילה:
א געשמאקע פאראייניגטע קבוצה
א געלונגענע רב - נישט קיין מעקעלע
אן איבערגעגעבענע רב, וואס לייגט זיך אריין אין דער מצב פון דער יונגערמאן און העלפט ארויס אין וואס עס איז שייך
עבודת השם איז א פלאס, אבער נישט קיין מאסט

ביטע מיר ארויסהעלפן איידער איך מוף, איך שפיר אז דאס איז א וויכטיגע פאקטאר אין מיין לעבן.

יישר כח פאר אלע ליינער און ענטפערער.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 12:17 pm
דורך שמעקעדיג
קודם כל, שלום עליכם און וועלקאם, שפיר זיך היימיש דא אין שטיבל, לאז די אימתא דציבורא אין ביהמ"ד פארן עמוד (אדער אפילו דארט אויך נישט)
איך האף אז די מאנסי'ער חברים דא וועלן דיר אויך אויפנעמען שיין און היימיש און דיר אנווייזן וואו איז א גוטע פלאץ.

(כ'בין נישט באקאנט אין מאנסי, אבער אויב עבודת ה' איז נישט קיין מאסט, איז עירמאנטער רב א גוטער קאנדידאט.... דזשאסט קידינג)

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 12:19 pm
דורך נאר,,פרייליך
ביהמ''ד מטר השמים רבי יצחק אהרן פויגעל רב הקהלה

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 12:56 pm
דורך געפילטע פיש
ער גייט א געבלומטע חאלאט אינדערוואכן, איז ער קוואליפיצירט צו זיין א משפיע?

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 1:28 pm
דורך chosen people
[justify]אלס חבריא אויס, כמעט יעדע ביהמ''ד אין מאנסי האט א חבריא, דאס הייסט ע''פ רוב איז עס אדער א געגענט ביהמ''ד אדער א חסידות, וואס מען קען זיך איינער די צווייטע.
נאר יעדע ביהמ''ד האט אן אייגענע רב, און זייער אסאך פון זיי נעמען קעיר פון זיין אייגענע מענטשן, נאר איינער אביסל מער און איינער וויניגער, איינער געט זיך איבער לילות כימים און איינער ימים כלילות, דארפסטו די עיקר קלויבן וועלעכע רב די האסט ליב. אויב די ווילסט האבן אינפארמציע אויף די רבנים, וועלכע סטייל זיי זענען, דארפסטו זאגן בערך וואס די זיכסט.
פון דיין זיך דרייען ביי די שני דינרי כסף, זעהט עפעס יא אויס אז די זיכסט עפעס א חבריא וואס זיכט עבדות, ריכטיג? א חוץ אויב די האסט ליב די נאמען זילבער, דעמאלטס קענסטו גיין צו זילבער-קאשוי אייך Gwen ln.
אבער נאכאזאך דארפסטו קלאר שטעלן, מאנסי איז זייער גרויס, לכאורה וועסטו וועלן דארט דאווענען אויכט שבת און יו''ט, אויב אזוי דארפסטו זיכען עפעס וואס איז נישט צו ווייט פון דיין געגענט.[/justify]

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 1:31 pm
דורך שמעקעדיג
כ'האב א קרוב דארטן א אהרוני, ער טענה'ט אז די אהרוני'שע ביהמ"ד איז זייער געשמאק דארט א היימיש קרעמל, באמת א גוטע חבריא מיט א פיינעם רב, מ'מאכט חבורה'ס מזמן לזמן ווי מלוה מלכה'ס א.א.וו.
כ'זאג נאר נאך.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm
דורך תלמיד
שלום עליכם פין א מאנסי'ער ..
אזוי שמעקעדיג האט געשריבין איז גראדע אמת אבער בעיקר מיז עס זיין WALKING DISTANCE ממילא ווענט זיך ווי די גייסט וואונען

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 1:52 pm
דורך חקרן
איך וויל הערן פון סיי וועלכע געגנט.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 1:56 pm
דורך [NAMELESS]
אין מאנסי איז דא א חשוב'ער רב הרה"ג ר' שלמה יעקב יאזעפאוויטש שליט"א. (א זון פון ר' משה יאזעפאוויטש וואס איז נישט לאנג אוועק.) ער האט א שיינע חבורה יונגעלייט וואס האלטן זיך צוזאמען, און ער איז א גאר פארשטענדליכער און איבערגעגעבענער מענטש - און אויך א גרויסער תלמיד חכם.

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 2:05 pm
דורך חקרן
лпم iοوԴ האט געשריבן:אין מאנסי איז דא א חשוב'ער רב הרה"ג ר' שלמה יעקב יאזעפאוויטש שליט"א. (א זון פון ר' משה יאזעפאוויטש וואס איז נישט לאנג אוועק.) ער האט א שיינע חבורה יונגעלייט וואס האלטן זיך צוזאמען, און ער איז א גאר פארשטענדליכער און איבערגעגעבענער מענטש - און אויך א גרויסער תלמיד חכם.


וועלכע בית-המדרש?

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 2:12 pm
דורך לבי במזרח
נאר,,פרייליך האט געשריבן:ביהמ''ד מטר השמים רבי יצחק אהרן פויגעל רב הקהלה

Where in Monsey is that?

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 2:56 pm
דורך בעל הבית
געזען אין די נייעס אז הרב ר' פנחס חיים גרינוואלד שליט"א בן האדמו"ר מפאפא שליט"א

איז לעצטענס געווארן רב אין די פאפא קהילה, איז עפעס ראנג מיט עם?

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 3:08 pm
דורך קינות גירושין
אויב סאטמר איז א מעלה, סאיז דא איינער הלברשטם כקדענק נישט זיין ערשטע נאמען ער איז דאכט זיך א איידעם ביי ר משהלע פון סאטמער, כהער ער איז גאנץ גוט

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 3:27 pm
דורך chosen people
חקרן האט געשריבן:
лпم iοوԴ האט געשריבן:אין מאנסי איז דא א חשוב'ער רב הרה"ג ר' שלמה יעקב יאזעפאוויטש שליט"א. (א זון פון ר' משה יאזעפאוויטש וואס איז נישט לאנג אוועק.) ער האט א שיינע חבורה יונגעלייט וואס האלטן זיך צוזאמען, און ער איז א גאר פארשטענדליכער און איבערגעגעבענער מענטש - און אויך א גרויסער תלמיד חכם.


וועלכע בית-המדרש?

איך האב געטראכט צו שרייבן זיין נאמען, ער וואוינט אויף 8 Joshua Ct, Monsey, NY 10952.
ער איז א גרויסע ת''ח,(און קבלה קען ער אויכט אויב די האסט עס ליעב געהאט ביי ר' מאטל), און ער איז זייער אן אויפנ-מיינדעד מענטש, מען קען שמיעסן געשמאק מיט איהם, און ער העלפט אסאך.. .

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 6:36 pm
דורך קאווע טרינקער

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 6:17 pm
דורך חקרן
כ'אב למעשה נאכנישט געטראפן עפעס כאוות נפשי.

איז דא איינער וואס קען מיר העלפן?

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 6:31 pm
דורך יאיר
חקרן האט געשריבן:כ'אב למעשה נאכנישט געטראפן עפעס כאוות נפשי.

איז דא איינער וואס קען מיר העלפן?

לויט ווי איך פארשטיי וואוינסטו נאך נישט דארט. ווארט צו ביז דו קומסט אן, מאך דיך באקוועם, טרעף א פלאץ צו לייגן די גארבעדזש, א פלאץ צו רייכערן ווען ס'ווייב וועט נישט זען, א ווינקל צו אריינכאפן א מנחה נאך די צוויי און זיבעציג. דערנאך הייב אן אויסטשעקן אלע פלעצער וואס מ'האט דא אויסגערעכנט, האפנטליך וועט צווישן אלע עפעס זיך מאכן. עלה והצלח.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 3:43 pm
דורך נאר,,פרייליך
מעגליך זאלסט פרובירען די ברסלב'ר מהלך פין התבודדות מעגליך וועט דיר עס כאפען און מען קען זיך באגיין סיי ווי אהן זיין אנגעוויזען אויף חבריא און ספעציעל געשמאקער משפיע

נשלח: זונטאג יולי 21, 2013 9:55 pm
דורך [NAMELESS]
חקרן האט געשריבן:כ'אב למעשה נאכנישט געטראפן עפעס כאוות נפשי.

איז דא איינער וואס קען מיר העלפן?

גוט. אבער ניטאמאל באדאנקט די אלע וואס האבן דיר געטרייט צו העלפען?

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 10:54 am
דורך חקרן
שוין געלייקט די וואס האבן פראבירט צו העלפן, אבער אצינד קום איך דא מיט ווערטער... איך נאך ניי דא, מיינע ווערטער זענען אפשר קארג, אבער מיין הארץ איז פול מיט דאנק געפילן פאר אלע וואס האבן מיר געגעבן עצות און הדרכה, הן דא הן אין אנדערע פלעצער, הן ברבים הן אין אישי. יעדע עצה איז געליינט געווארן און דורכגעטראכט געווארן, און איך דאנק אלעמען פארן פראבירן העלפן און זאגן עצות.

איך וויל אויך באזונדער דאנקען די אלע וואס קומען אפיר מיט נייע עצות און געדאנקען, איך בין זיכער אז פון אלע זאכן וועט שוין עפעס ארויסקומען.


דאנקע שעהן פאר אלעמען.

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 11:25 am
דורך חקרן
איך האב געהערט אז עס איז פאראן אין מאנסי א פריוואטע חבורה פון יונגעלייט מבקשים, די חבורה איז א שטיקל סוד אבער ווער עס דארף וויסן דערפון, קומט אן אהין. איך זוך אויסצוגעפינען פרטים איבער דעם, איך פארשטיי אז עס איז נישט געמאכט צו שרייבן דא ברבים, אבער אין אישי קען מען מיר שרייבן דערוועגן, פאר ווער עס ווייסט מער פרטים.

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 11:42 am
דורך גדעון
קאווע טרינקער האט געשריבן:http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=714120#p714120

חקרן, קוים אנגעקומן אהער און שוין געכאפט די גאנצע מהלך, מזעהט אז דו דרייסט די ביי ר' מאטל.

אין די אייוועלט אשכול האסטו אויסגעלאזט די ווערטער "עבודת השם איז א פלאס, אבער נישט קיין מאסט"

נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 1:24 pm
דורך מ. גליקמאן
האו עבאוט עס איז שוין אדורך די צענזור פראסעס??