בלאט 1 פון 2
טרויעריגע האלאקאוסט פילם פאר ט' באב
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 4:34 pm
דורך אבי גערעדט
(קען זיין עס עקזיסטירט שוין אזא אשכול, אויב יא ביטע אהינלינקן)
איז דא עפעס א טרויעריגע פילם וואס זאל מיר מאכן וויינען, און אמת'דיג מיטפילן וואס אינזערע עלטערן זענען אדורך און די שרעקליכע האלאקאוסט יאהרן?
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 4:37 pm
דורך לבי במזרח
Also one that you can show to kids if anyone knows. They too need to push time tomorrow.
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 4:48 pm
דורך Big Boy
The Pianist
Schindler's list
Saving Private Ryan
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 4:50 pm
דורך ונבנתה העיר
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 4:54 pm
דורך אבי גערעדט
א דאנק
כ'האב מיך פארגעשטעלט אז ס'שוין דא א אשכול
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 5:00 pm
דורך לעיקוואד
נישט פון די האלאקאוסט נאר פון דער חורבן בית המקדש.
א פילם פון די בי בי סי וואס פארציילט די מעשה פון די רעוואלט פון די אידען אין די רוימער ביז די חורבן בית המקדש, ע"פ יוספוס. על אלה אני בוכיה.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=fIALoiE_Nxs[/youtube]
Escape from Sobibor
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 5:01 pm
דורך פרישער
שרעקלעך
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=C3v3W7-4sBs[/youtube]
http://www.youtube.com/watch?v=C3v3W7-4sBs
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 5:05 pm
דורך לעיקוואד
בחדרי חרדים האט צןגעשטעלט א סעריע וועגן חורבן יהדות אירופה.
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=52977
Death Camp Treblinka
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 5:06 pm
דורך פרישער
Death Camp Treblinka: Survivor Stories
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=5xnAWWlf_RE[/youtube]
Auschwitz Secrets of the Dead
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 5:07 pm
דורך פרישער
Auschwitz Secrets of the Dead
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=v8zYjH2jS9A[/youtube]
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 5:10 pm
דורך פרישער
the rise and fall of the third reich
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=PUa5-8fhzCQ[/youtube]
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 5:12 pm
דורך גאלד
די האלאקאסט קליפס מאכט מיר זייער דעפרעסט און גערעגט, עצבות און קשיות אויפן רבוש"ע איז נישט קיין תועלת פאר מיר, חוץ אויב איינער קען ארויפלייגן אויך קליפס פון חיזוק,
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 5:13 pm
דורך פרישער
Nazi Concentration Camps (1945) WARNING : Very graphic
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=q02xSb1f5H8[/youtube]
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 5:15 pm
דורך לעיקוואד
גאלד האט געשריבן:די האלאקאסט קליפס מאכט מיר זייער דעפרעסט און גערעגט, עצבות און קשיות אויפן רבוש"ע איז נישט קיין תועלת פאר מיר, חוץ אויב איינער קען ארויפלייגן אויך קליפס פון חיזוק,
רעד מיט ירמיהו הנביא וואס האט געשריבען א גאנצע ספר וואס איר גאנצע תועלת איז מאכען דעפרעסט און גערעגט און איז מלא טענת תערומות און קשית אויפ'ן רבונו של עולם, עס הייסט איכה און מען פירט דאס צו ליינען אין תשעה באב.
השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם.
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 5:47 pm
דורך גאלד
פארגעס נישט ער זאגט אויך דארט, חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו,
שנית, וואס זאל איך טאן איך האב א שוואכער הארץ ליידער די האלאקאסט בארירט מיך סך מער ווי דער איכה,
שלישית, דער איכה איז נישט געשריבן צו דעפרעסן און אויפרעגן, ס'נאר צו תשובה טאן, און ברענגן די גאולה, דער חת"ס זאגט אז די דמעות פון ת"ב איז מקרב די גאולה,
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 7:33 pm
דורך לבי במזרח
פרישער האט געשריבן:Death Camp Treblinka: Survivor Stories
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=5xnAWWlf_RE[/youtube]
Would this be too scary or dramatic for kids?
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 7:54 pm
דורך קינות גירושין
ווי קען מען גיהעריג זעהן שינדלערס ליסט בחינם?
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 8:24 pm
דורך מאראנצןזאפט
אבי, קוק סוף פון דעם ארטיקל.
viewtopic.php?f=23&t=3817
נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 8:42 pm
דורך קאווע טרינקער
גאלד האט געשריבן:פארגעס נישט ער זאגט אויך דארט, חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו,
שנית, וואס זאל איך טאן איך האב א שוואכער הארץ ליידער די האלאקאסט בארירט מיך סך מער ווי דער איכה,
שלישית, דער איכה איז נישט געשריבן צו דעפרעסן און אויפרעגן, ס'נאר צו תשובה טאן, און ברענגן די גאולה, דער חת"ס זאגט אז די דמעות פון ת"ב איז מקרב די גאולה,
דאן בין איך אייך מייעץ צו קוקען כ"א כסלו ווידיאוס.
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 1:42 pm
דורך dabucher
דער קינד אין סרייפט פיז'מעס. איז אויך זייער גיט צי וואטשען אויף ט״ב
[youtube]http://
https://www.youtube.com/watch?v=WxsjZEf ... ata_player[/youtube]
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 1:54 pm
דורך shem-tov
דא האט איר א מאווי צום וויינען - על אלה אני בוכי'
נאכ'ן זיך אויסוויינען ביי קינות און איכה און זעהן ווי איבעראל ווערט ארויסגעברענגט אז די עונשים זענען געקומען צוליב נישט היטן די תורה ומצות און צוליב די פיל זינד און דער אייבערשטער האט געזאגט עד כאן און אויסגעגאסן דעם כוס הפרעניות פון די שענסטע און בעסטע ביז די נידעריגסטע, שטעלט זיך יעצט די פראגע. דאס אז די גוים קענען זיך נעמען איבער אונזערע ביינער דאס איז דאך נישט קיין פראגע והראי' דער האלאקאסט און דער פלאם פון אנטי סעמיטיזם איז חי וקים בכל פנות העולם
אבער די שאלה גייט אויף ארץ ישראל, לאמיר פאר א מינוט אנעמען אז די מדינה איז א אידישע מדינה און השי"ת האט צער, ווייטער ווייל דער רבים דארט פירן זיך נישט אויף ע"פ תורה (איך האף אז נישט ווייל למעשה קען עס נאך הייסן ווי מ'זינדיגט אין גלות, מיר האבן דאך פארט נישט דאס לאנד און אוודאי נישט דעם בית המקדש) און דער אייבערשטער וויל אונז ח"ו פארשיקן פון דארט, מיר אלע ווייסן אז די מדינה האט שונאים כשה בין שבעים זאבים אבער די מדינה איז בגדול מט זייערע באמבעס און דיפענס און די אייראן דאומס און ועל כולם די אטאם באמבעס וכו' וכו' די רירסט מיך אן וועסטו צוריק כאפן שן תחת שן. פיין און וואויל
אבער נאכן ליינען אין קנות איבער טיטוס הרשע און קוקן דא אביסל איבער זיין מלחמה באפאלט מיר א פחד. טיטוס קען אפשר זיין אמעריקע. היל"ת. לאמיר זאגן א סינעריאו רח"ל די מדינה באגייט א מעכטיגע פאברעך קעגן אמעריקע און פארשעמט זיי מסוף העולם ועד סופו און אמעריקע ווארנט מיט קאנסעקווענצן און די מדינה טוט דאס נאכאמאל, גייט אמעריקע און זאגט למשל, די ווייסט וואס, איך הער דיר אויף צו געבען געלט און נישט נאר דאס נאר איך ברויך צוריק דאס גאנצע געלט וואס כ'האב אין דיר אריינגעלייגט מעודי ועד היום הזה (שריי נישט ס'איז איין טירי) מיר גיבן אייך דרייסיג טעג און אויב וועט איר פון אונז ווייטער מאכן חוזק וועט ענקער שטאט ווערן פוסט כאשר היתה פאר הונדערט יאר צוריק, מיר וועלן אייך וייזן
אוודאי וועט די מדינה פייטן - מיר האבן דאך אלעמאל געפייט
רבותי לאמיר תשובה טאן אוןן בעטן דעם אויבערשטען העלף אונז צו זיין ערליך מיר פארלאזן זיך נישט אויף קיינעם נאר אויף דיר אליינס. ווי לאנג קענסטו דאס צוקוקען ווי מ'רייסט שטיקער פון דיין פאלק
מיר האט אנגעכאפט א גלוסטעניש צו זוכה זיין צו זעהן דעם דריטן ביהמ"ק לייק נעווער ביפאר מיר וועלן אהינפארן ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים על קיר מזבחך לרצון. אמן סלה
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 3:12 pm
דורך דעת תורה
קינות גירושין האט געשריבן:ווי קען מען גיהעריג זעהן שינדלערס ליסט בחינם?
http://gozlan.co/mobile/%D7%A8%D7%A9%D7 ... -6969.html
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 3:51 pm
דורך שמעקעדיג
יעצט געענדיגט קוקן דעם חורבן ביהמ"ק קליפ, צוגעברענגט אויבן דורך לעיקוואד.
שוידערליך. ואינו דומה שמיעה לראיה.
אבער איך מערק אן א ריזיגער חילוק פון דאן ביזן חורבן השואה. בעת ביים חורבן הבית זענען אידן געווען ברום המעלה, גענאסן פון אן אייגענע מלוכה און סאלדאטן אן קיין מורא פארן טויט (בכלל איז דאס לעבן פון א מענטש נישט געווען ווערד צופיל), זיי האבן מורד געווען אין די רוימער, און האבן געקעמפט ווי העלדן ביזן טויט מיט די שונאים, ווי עס רופט זיך, געשטארבן מיט כבוד (דיגניטי), הגם נישט אויסגעהאלטן לויט די תורה, און זיי זענען נישט איינגעגאנגען אויף קיינע פשרות נאר מיט דרייסטקייט געלאכט דעם טויט אין פנים, איז ביי די צווייטע וועלט מלחמה געווען פונקט פארקערט, ריכטיג כצאן לטבח, אן קיין שום ווידערשטאנד, אידן זענען געווען צוזייעט און צושפרייט אין גלות צווישן מערערע פעלקער אין אייראפע און געהאט זייערע אייגענע שוועריגקייטן און געליטן פון זייערע מלוכות מיט פארשידענע גזירות, און דאך זענען זיי ליידער אויסגעשאכטן געווארן מיט שאנדע און נידריגקייט לעיני כל העמים, וואס פארגרעסערט דעם הארצווייטאג.
סיי וויאזוי, בעטן מיר, אבינו מלכנו, נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך, השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם. בקרוב ממש אמן.