בלאט 1 פון 1

א אידישע טאכטער פון רוימישע הענט

נשלח: מאנטאג יולי 15, 2013 11:37 pm
דורך מורינו הרב
אין די חומות אויפגעריסן, שטיינער צעפלויגן אין דער גאנצער אומגעגנט. מיין שטוב איז געשטאנען נישט ווייט פונעם מויער און דער שווערער גערודער האט מיך צעטרייסלט. מיין שוועסטער האט געוואוינט גלייך אינעם דערנעבנדיגן הויז, איר מאן איז געווען אויפן פראנט און געקעמפט קעגן דער שונא, מיר האבן שוין אין יענער מינוט נישט געוואוסט צי ער לעבט אדער נישט. איך אליין בין נישט פעאיג געווען צו שלאגן זיך אויפן פראנט, קוים זעה איך בלוט ווער איך באלד פארלוירן, בין איך דערפאר געבליבן אינדערהיים. די דערשראקענע קלאפן אויף דער טיר האבן מיך צוגעפירט אהין אין אן אויגנבליק, איך האב פארשטאנען אז דאס דארף זיין מיין שוועסטער. איך האב געעפנט די טיר, מיין שוועסטער איז געשטאנען מיט א קינד אין דער האנט, אינגאנצן א בלאסע, זי האט געזוכט ערגעץ שוץ. זי האט נישט געוואלט זיין אליין.

איך האב איר אריינגענומען צו מיר. דער פחד איז געווען אזוי גרויס אז מיר האבן נישט געקענט איינרוען אויף איין פלאץ. מיר האבן זיך ארומגעדרייט ווי מטורפים איבערן הויז אן א ברעקעלע מנוחה. מיין פאמיליע האב איך באצייטנס ארויסגעשיקט פון שטאט, לעבן זיי האפנטליך רואיג אין א ווייטער גליל'ישער שטאט, נאר אויף מיין שוועסטער האב איך רחמנות געהאט. דער פחד האט איר אינגאנצן פאראליזירט. איך האב איר פעסט ארומגענומען, צוגעדרוקט צו זיך די גאנצע צייט און געווישט אירע טרערן. דאס קינד איז ארומגעקראכן אויף דער ערד, ס'האט נישט געהעריג באגריפן די סכנה וואס הענגט איבער אונזערע קעפ.

"וואס בלייבט אונז צו טון יעצט אויף דער רגע?" האט מיין שוועסטער געפרעגט, "ס'האט דאך נישט קיין פשט צו זיצן דא און ווארטן אויפן סוף. לאמיר אנטלויפן. זיך שנעל באהאלטן ערגעץ..." זי האט גערעדט שנעל, מיט א פארהאקטן אטעם, געשטיקט פון וויינען. איך האב נישט געוויינט דעמאלט. ס'איז מיר געווען אייז קאלט אין די ביינער. מיין גאנצער גוף איז שיעור נישט צערינען פון פחד און כ'האב געפילט ווי איך שאקל זיך ווי א בלעטל.

"וואו זאלן מיר אנטלויפן שווערסטערל?" האב איך צוריקגעפרעגט, "בלויז ארויסטרעטן פון שטוב איז א סכנה. די רוימישע שווערדן טאנצן ארום ווי ביי א חתונה פון שדים, זיי שטופן זיך אריין אין יעדן געסל און קוקן ארויס אויף אידיש בלוט..."

"איך ציטער," האט מיין שוועסטער מיך איבערגעהאקט, "איך וויל לעבן... איך וויל אזוי שטארק לעבן..." ביי די לעצטע ווערטער האט זי הויך געוויינט. איך האב געקלערט צו מיר ווי אויפריכטיג ס'איז איר פארלאנג, נאר נעבעך נישט ווייניגער מאדנע אין דער צייט. בסך הכל וויל זי לעבן. איך פארשטיי איר אזוי שטארק און הלוואי ווען איך קען מיט עפעס העלפן.

"זאג מיר אבער דאך," האט זי גע'עקשנ'ט, "וואו זאלן מיר זיך באהאלטן דא אין שטוב? ס'האט דאך נישט קיין זין צו זיצן גלאט אזוי און ווארטן אויפן טויט. אמת, חננאל?" כ'אב פראבירט שנעל אויסצוטראכטן עפעס א באהעלטעניש, כ'האב אבער נישט געקענט אויפקומען מיט עפעס. מיין בליק האט געלאנדעט צום פענסטער, איך האב געזען רויך פונדערווייטנס, דאכט זיך אפילו פלאמען, די קולות פון דער שטאט האבן פארגליווערט מיינע אדערן. גרויסע, קליינע, מענער, פרויען, אלע מיני גולות. "גאט!" האב איך אויסגעשריגן, "וואו ביסטו? איז דאס נישט דיין פאלק? הער! הער נאר די קולות... בררר... א סקרוך גייט אדורך אין די ביינער." ביי יעדן קוויטש וואס האט זיך אריינגעהערט האב איך מיר אויסגעמאלן אין דער פאנטאזיע אלע מיני צורות פון אכזריות וואס האבן געקענט פארקומען מיט דעם קרבן. איך האב געפילט אז איך טראג עס נישט איבער.

"חננאל!" האט מיין שוועסטער נאכאמאל פרובירט. "מיר קענען דא נישט בלייבן. דו ווייסט דאך דאס. אונזער הויז איז זייער בולט און ס'איז נישט ווייט פונעם מויער, איך ציטער צו זיין דא נאך איין רגע. איך קען נישט דא איינזיצן רואיג, איך וועל כאפן מיין קינד און לויפן מיט אים צווישן שטעגן און וועגן, דארט וואו מיר דאכט זיך אז די רוימער זענען נישט באקאנט מיט די געסלעך. איך וועל שוין טרעפן ערגעץ א בעסערע באהעלטעניש."

"ווי אזוי מיינסטו אז מיר וועלן עס דורכמאכן לעבעדיג?" האב איך נאכאמאל געפרעגט.

"דאס ווייסט נאר גאט," האט זי געזאגט אין א שטילן טאן, "דא קענען מיר אבער נישט בלייבן. איך וועל פרובירן זיך דורכצושווערצן ביזן הויז פון הורקנוס, דער ברודער פון מיין מאן. ער איז ווארשיינליך אויפן פראנט, נאר זיין משפחה איז זיכער דארט, וועלן זיי מיר עפענען די טיר."

"פון וואו ווייסטו אז זיין משפחה איז דארט יעצט אין מלחמה צייט?"

מיין שוועסטער האט געשוויגן. נאך א וויילע האט זי געענטפערט אין א שוואכן קול "איך האף אזוי."

"דיין פלאן איז נישט רעאליסטיש," האב איך געזאגט.

"קען זיין ס'איז נישט רעאליסטיש, אבער דא בלייבן איז נאך ווייניגער רעאליסטיש. איך גיי, אז דו ווילסט קענסטו בלייבן."

"שפירתא," האב איך זיך צו איר געבעטן, "טוה דאס נישט. ס'איז נישט קיין גוטער איינפאל. מיר דאכט זיך אז די אויסזיכטן אנצוקומען לעבעדיג צו הורקנוס זענען נישט גרעסער ווי איבערלעבן מיטן בלייבן דא אין שטוב. לאמיר גיכער טראכטן וועגן א באהעלטעניש ארט דא אין שטוב. לאמיר זען מיט וואס א געדאנק דו קענסט אויפקומען."

זי האט זיך נאכאמאל צעוויינט, אריינגעפאלן אין מיינע הענט, און זיך געטרייסלט ווי א לולב. "ווייסטו וואס?" האב איך געזאגט, "לאמיר נאר אויסווארטן ס'זאל צופאלן די נאכט, דאן וועט אוודאי רואיגער ווערן אויף די גאסן, אויך וועלן מיר נישט אזוי געזען ווערן ווי יעצט אינמיטן טאג. דאן וועל איך צוערשט ארויסגיין אויף דער גאס, איך וועל כאפן א בליק איבערן מצב, און איך וועל צוריקקומען דיר זאגן ווען מ'קען גיין. הלוואי זאל עס זיין דער ריכטיגער געדאנק."

זי האט אנגענומען מיין עצה און באשלאסן אויסצואווארטן ביז ביינאכט. די שעות האבן זיך געצויגן ווי חדשים און יארן, דורכגעזאפט מיט אימה און אומדערטרעגליכן שרעק. מיר זענען עטליכע מאל אריינגעלאפן אונטער בעטן, טישן, און וואס ס'האט זיך נאר געלאזט, ווען ס'האט זיך אויסגעדאכט אז מ'קומט צו אונז איינברעכן. קוים קען איך זיך דערמאנען אין יענער פינסטערער צייט, ס'ווערט מיין גאנצער אינערליכער וועזן איינגעצויגן פון טרויער און פיין. איך ווייס נישט ווען איך האב אמאל אין לעבן אזוי זיך דערווארט די נאכט. איך האב אויך שוין געפילט דאס זעלבע ווי מיין שוועסטער אז פארבלייבן אין הויז איז פשוט אוממעגליך. דער פחד האט מיט געוואלד פארטריבן פון דארט, פון איין סכנה צו דער אנדערער.

דער נאכט איז צוגעפאלן.

מיר האבן געווארט צו הערן ווי די קולות לאזן נאך, ביז איך האב זיך געוואגט ארויסצוגיין צוביסליך אויף דער גאס. מיין שוועסטער איז געבליבן ווארטן אין שטוב ביז איך וועל צוריקקומען און מודיע זיין אז מ'קען פארלאזן דאס הויז. די קישקעס האבן זיך מיר איבערגעדרייט פון פחד מיט יעדן טריט וואס איך האב געשטעלט פאראויס. ס'האט מיר אויסגעזען צו זיין פיל רואיגער ווי בייטאג, כ'האב מיך ארומגעקוקט אהער און אהין וועלנדיג אפמעסטן דעם מצב גענוי.

ארומקוקנדיג האב איך דערזען דעם גרויל פון חורבן פאר די אויגן, די צעפלויגענע שטיקער פון מיינע ברידער און שוועסטער, די צעגאסענע בלוט, איך האב ארויסגעלאזט א קוויטש פון מויל, מיינע פיס האבן זיך געוואקלט פון שוואכקייט און איך בין אומגעפאלן. איך האב מיך דערמאנט אז איך האב אייגנטליך א גאנצן טאג כמעט גארנישט געגעסן. נישט איך האב געהאט וואס און נישט איך האב געהאט אפעטיט.

ליגנדיג אויף דער ערד אויסגעצויגן, האב איך ארויפגעקוקט צום הימל און ארויסגערעדט שטיל אן כח: "ליבער גאט! ס'איז דערנאך! געזעגן דיך פון דיינע מענטשן, געזעגן דיך פון דיין שטאט. ווען דו וואלסט געוואלט וואלסטו געקענט זיי שיצן, דו האסט אבער אנדערש געוואלט, דו האסט געוואלט פארוויסטן אלעס. דו האסט געוואלט זען די חומות אויפגעריסן, דו האסט געוואלט זען די קינדער פון ישראל וואלגערן זיך אין קאלוזשעס בלוט אין די גאסן פון דער הייליגער שטאט. דו האסט געוואלט אז קינדער זאלן זיך אויסציען אזוי אן א טראפן בלוט אויף דער ערד, דו האסט געוואלט... דו האסט געוואלט..." איך האב פארמאכט די אויגן און אנגעהויבן וויינען.

איך ווייס נישט ווי לאנג איך האב געוויינט, נאר איך בין איינגעשלאפן. אויפגעוועקט האט מיך די קולות פון א יונגען מענטש וואס וואלגערט זיך אין יסורים ערגעץ נישט ווייט. איך האב געגעבן א שפרונג אויף. דאס בלוט איז מיר ארויף אין קאפ און כ'האב מיטאמאל אלע כוחות צוריקבאקומען. איך האב געטראכט וועגן מיין שוועסטער וואס ווארט אויף מיר אין שטוב, נאר איך בין צוערשט נאכגעלאפן דאס קול. נאכגייענדיג דעם מקור פון די קולות בין איך אנגעקומען צו א ליידיגן געסל, קיין לעבעדיג נפש האט זיך נישט געזען דארט, נאר אין סאמע מיטן איז געשטאנען א זעלנער אין אויסגעפוצטע מונדירן און זיך איזדיקעוועט אויף יענעם מאן. די פרוי זיינע איז געשטאנען פון דער זייט, געצוואונגען צוצוקוקן די שרעקליכע סצענע, און דער זעלנער איז געשטאנען און געפייניגט דעם קרבן זיינעם פאר איר אין די אויגן. איך קען די פרטים קוים אויפ'ן געדאנק ארויפברענגען און אוודאי נישט אפשרייבן אינעם פאפיר.

ס'האט אין מיר געשטורעמט מיט נקמה, איך האב זיך געשוואוירן ביי דער בארד אפצושטעלן דעם מיאוס'ן ספעקטאקל. ס'האט מיר שוין לייד געטון וואס איך האב זיך נישט אנגעשלאסן אין די קעמפער. ווי שטארק וואלט איך יעצט געוואלט פארגיסן רוימ'יש בלוט. ווי שטארק עס ברענט יעצט אין מיר נקמה צו נעמען אין אונזערע שונאים, צעדראפען די קעפ פון די אוממענטשליכע חיות. איך האב געזוכט פון אלע זייטן וואס ס'וואלט מיר געקענט העלפן אינעם קאמף ווען איך האב נישט מיט מיר אפילו איין קליינעם שטיקל געווער. איך האב מיך ארומגעדרייט א צעטומלטער, געטריבן פון קאכעדיגן בלוט, און איך האב נישט געקענט רוען. "טויט!" טויט פאר דעם רשע!" האב איך אין מיר איבער'געחזר'ט נאכאמאל און נאכאמאל. וויאזוי מ'טוט דאס האב איך אבער נישט געוואוסט.

דאן האב איך דערזען ווי דער אכזר האט זיך אפגעלאזט פון דעם מאן און זיך גענומען צו דער פרוי. דער מאן איז געווען האלב צעבלוטיגט, זיך געוואלגערט אין יסורים ווען די חיה'שע פיגור, דער מיאוס'ער צורר האט ביי איר אראפגעריסן די קליידער. דער מאן וואס האט זיך געוואלגערט אין די אייגענע יסורים האט פרובירט זיך אויפצושטעלן צו ראטעווען זיין פרוי, ער האט געטופעט מיט די הענט און פיס, נאר דער זעלנער האט אים נאך א זעץ דערלאנגט ביז זיין נשמה האט גאר געהאנגען אויף א האר. ווייזט אויס אז יענער האט אים להכעיס נישט געוואלט אפטויטן אינגאנצן כדי ער זאל צוזען ווי ער פייניגט זיין פרוי.

"גאט!" האב איך נאכאמאל אויסגעשריגן. "איך בעט נישט פון דיר גארנישט, נאר געב מיר כאטש עפעס א געדאנק ווי איך זאל דעם מטורף ערלעדיגן. איך וויל אים זען טויט וואס גיכער. העלף מיר... איך בעט דיך..." איך האב געכליפעט ווי א קליין קינד, געווארפן זיך צו גאט, איך בין גרייט געווען אין יענער מינוט מקריב צו זיין מיליאן עולות, תמידים, וואס נישט, נאר איך זאל דעם איינעם שייגעץ קענען מסלק זיין ווי שנעלער. "גאט! זיי אזוי גוט, איך בין דאך, ווי נישט ווי, דיר אזוי געטריי געווען מיין גאנץ לעבן... זיי נישט אזוי קאלט... גאט! גאט!" מער ווי אויסשרייען דאס ווארט "גאט" שטיל נאכמאל און נאכאמאל האב איך גארנישט געקענט טון.

איך האב פרובירט צו פארשטעלן מיינע אויגן, נישט זען כאטש די פיינפולע רשעות, נאר דאס קוויטשען פון דער פרוי מיטן מאן אינאיינעם האט מיך אראפגעפירט אינגאנצן פון זינען. איך האב באשלאסן אז נאך אזא פאל וועל איך סיי ווי מער קיין טעם נישט האבן אין לעבן, זאל איך שוין ממילא אויך שטארבן. וואס א פנים האט דאס צו שטיין אין דער זייט ווען אזא זאך פאסירט? איך האב געכאפט אפאר שטיינער פון די זייטן פון די וועגן, געטראכט אז ס'וועט מיר אפשר אביסל דאך צונוצקומען.

פונדערווייטנס האב איך עס נישט געקענט נוצן, ווייל דאס וואלט די צוויי קרבנות אויך געקענט שעדיגן. ווען דער זעלנער האט די לעצטע שמאטע פון דער פרוי ארונטערגעריסן בין איך גיך צוגעלאפן, איך האב אנגעהויבן מאכן משונה'דיגע קולות, און אין אן אויגנבליק ארויפגעשפרונגען אויף אים און אנגעהויבן דערווארגן אים. מיט איין האנט האב איך פרובירט צו נעמען א שטיין און אים קלאפן אין קאפ. ער האט גאנץ גיך זיך געשטארקט איבער מיר, נאר די פרוי האט אין יענער רגע ארויסגעכאפט דעם שפיז פונעם זעלנער'ס גארטל און מיר עס איבערגעגעבן אין דער האנט. איך האב עס באלד אריינגעשטאכן אין דעם העסליכן חיה'שן הארץ, דער זעלנער האט ארויסגעלאזט א קוויטש – וואס איז מיר געווען ווי די זיסטע מוזיק אין די אויערן – נאר דערמיט האט זיך עס נישט געענדיגט.

מיט די לעצטע כוחות האט דער זעלנער ארויסגעכאפט דעם שפיז פון מיין האנט און מיך מיט דעם צע'מזיק'ט. איך האב געזען ווי דאס בלוט הייבט אן גיסן איבער מיין קערפער, מיין אייגן בלוט. איך האב עס אנגעקוקט קאלט, קוים געפילט אז ס'טוט וויי. איין זאך האט מיך אין יענער רגע אינטערעסירט, צו זיין זיכער אז דער זעלנער האט זיין טויט איינגענומען. נאך א לענגערן געראנגל האבן מיר ביידע פארלוירן די לעצטע כוחות און געפאלן אויף דער ערד צעבלוטיגטע. איך האב נישט געוואוסט וואס מיט מיר גייט זיין אין א מינוט ארום,

נאר איך בין דאן שוין זיכער געווען אז דער זעלנער וועט עס נישט איבערלעבן, און דערמיט איז מיר אפילו די אייגענע טויט זיס געווען. איך האב נאר געטראכט וועגן מיין שוועסטער וואס ווארט מיך א זארגעדיגע אין הויז. ווער ווייסט וואס איר גורל איז יעצט?

די פרוי, וועלכע איז געשטאנען אינגאנצן נאקעט אונטערן שווארצן הימל, ווען נאר די שיינענדע לבנה איז אן עדות צו דער שרעקליכער סצענע, האט צו מיר געקוקט אין מיינע לעצטע רגעים מיט בליקן פון דאנק. קוים קוים וואס איך האב נאך עפעס געזען, נאר איך האב דערפילט ווי זי בייגט זיך אראפ צו מיר און גיט מיר א קוש אויף די כמעט-בלויע ליפן. דער מאן וואס איז געלעגן אויף דער זייט צעבלוטיגט, אויך האלב ענטבלויזט אין צעקאלעטשן לייב, האט זיך צוזאמגענומען די כוחות און געשעפשעט ווערטער פון דאנק. מיר דאכט אז ער האט געהאט מער אויסזיכטן איבערצולעבן ווי איך. צי ער האט למעשה איבערגעלעבט ווייס איך נישט, ווייל פון יענער מינוט און ווייטער געדענק איך גארנישט. ווייזט אויס אז איך בין געשטארבן... כ'האב נאך פארכאפט צו פילן דעם זאלציגן טעם פון א טרער וואס די פרוי האט מיר איבערגעלאזט אין מויל, בעת די נשמה האט מיין צעבלוטיגטן קערפער פארלאזט.

(גענומען פון - שבת בלעטל ז"ל)

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 11:59 am
דורך געפילטע פיש
אה, כ'האב מיך געווינדערט פון וואו די מעשה איז מיר קענטיג. שבת בלעטל ז"ל, נעבעך אזוי יונג אוועק.

איין הערה וואס פאלט מיר יעצט איין, ער שרייבט דארט ". מיין פאמיליע האב איך באצייטנס ארויסגעשיקט פון שטאט, לעבן זיי האפנטליך רואיג אין א ווייטער גליל'ישער שטאט", וועל, איך האב שלעכטע נייעס פאר דיר, חננאל טייערער, אספסיאנוס און טיטוס האבן גוט אויסגערייניגט דעם גליל פאר'ן קומען קיין ירושלים, זיי אלע אויסגעהארגעט כדי צו ברעכען די מוט פון די פארפאנצערטע ירושלימע איינוואוינער. כ'גלייב שווער אז דו האסט גארנישט געהערט דערפון.