מער ווי מיר / פון אונז
נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 12:29 am
לויט'ן "ריינעם" דקדוק איז דער פאלגנדער זאץ נישט אויסגעהאלטן:
ער האט מער געלט ווי מיר.
ריכטיג איז: ווי איך.
דער באדייט איז: ...ווי איך האב.
אז מ'וויל שרייבן "מיר", דארף מען שרייבן: מער פון מיר.
דער חילוק איז אז ווי איז א פארגלייך-ווארט, בעת פון איז א פרעפאזיציע.
די פראזע קען זיין ריכטיג אין אן אנדער סארט זאץ:
ער האט אים געגעבן מער געלט ווי מיר.
דער באדייט: ...ווי ער האט געגעבן פאר מיר.
דא איז ריכטיג מיר, און נישט איך.
אבער פארוואס מיר און נישט מיך?
ווייל פאר איז א פרעפאזיציע.
און כאטש די פרעפאזיציע איז דא פארהוילן, איז דאס אבער דער באדייט.
נאך א פאל:
זיי האבן מער געלט ווי מיר.
"מיר" מיין איך דא, באציענדיג זיך צו א גרופע וואס רעדט אין דער ערשטער פערזאן.
דער באדייט איז: זיי האבן מער געלט, ווי מיר האבן.
אז מ'זאל דא וועלן ניצן "פון", דארף מען שרייבן "אונז" אנשטאט מיר.