א השגחה פרטית מעשה - תשעה באב תשע"ג
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 4:48 pm
[באקומען אין אימעיל פון א חשוב'ן ידיד, מיר באדאנקן זיך פאר אים פארן אראפשרייבן די מעשה לויט ווי ער האט דאס מיטגעהאלטן]
אן עלטערע דארפישער פארשוין מיט קורצע הויזן און א קאלירטע העמד און הוילן קאפ מיט טינקעלע ברילן שפאצירט אריין אין ביהמ"ד הגדול פון איחוד קאנטרי אין מאנטיסעלא יצ"ו אינמיטן די שיעור פון הרב שמעון ראאב שליט"א און טראגט אן נישט מער און נישט ווייניגער צי פארקויפן זיינע טלית ותפילין...
דער גבאי נ"י האט אים געבעטן אריינציקומען אין דערנעבענדיגן שטיבל כדי נישט צי שטערן דעם שיעור, דער פארשוין האט אנגעגעבן אז ער האט דאס באקומען פאר 51 יאר צוריק ביי זיין בר מצוה און ער נוצט דאס שוין נישט זינט זיין חתונה און וויל לויז ווערן דערפון.
ער האט געבעטן א ניש-קשה'דיגע פרייז פון $25 פאר די ארטיקלן, אויך האט ער געהאט דארט א 2 קליינע אויסקוקענדע ספרי תורה'לעך וואס האט נישט אויסגעקוקט צי זיין עפעס אינטרעסאנט.
איז געווען דארט א איד מחסידי ליובאוויטש (לאמיר אים רופן 'ראובן') און האציך אריינגעמישט און פרעגט דעם איד ('שמעון') ציוואס ער וויל דאס פארקויפן זאגט ער ווייל ער נוצט דאס שוין נישט האט ער באשלאסן רייך צי ווערן מיט נאך א $25 כאטש ברענגט אים דאס עפעס ניצן... פרעגט אים ראובן אפשר לייגסטו היצט תפילין? שוין נישט געלייגט פאר 40 יאר קיין תפילין אפשר איז היצט די צייט דערצו? ענטפערט שמעון אז ער האט נישט קיין צייט צי די זאכן ווייל ער האט א דאקטארס אפוינטמענט און בכלל האט ער שוין אויפגעהערט מיט די זאכן...
ראובן לאזט נישט נאך און בעט זיך צי אים ווי א גזלן אז ער זאל אריינקומען אין אנדערן שטיבל, נאך א שטיקל משא ומתן איז אים געלונגען משכנע צי זיין שמעון'נן און זיי זענען אריין אינעם אנדערן שטיבל ווי ראובן האט אנגעטוהן זיין קאפל פאר שמעון און ראובן האט זיך אנגעטוהן א ביבער הוט פון איינע פון די ביישויער.
ראובן האט געליינט מיט אים קרי"ש וואס געווענליך ווען מ'ליינט דאס פאר פאר א פארפרעמדן קען דאס אסאך מאל פירן צי אן אפוינטמענט ביים לאקאלען דענטיסט, דא אבער האט שמעון דאס נאכגעזאגט גאנץ פליסענד.
מען האט אים געפרעגט זיין אידישן נאמען, זאגט ער בערל אליעזר, לויט ווי מ'האט פארשטאנען האט זיין טאטע געהייסן קלונימוס, און זיין מאמע לאה.
ביים אויסטוהן די תפילין איז ראובן אויפגעקומען מיט א געניאלען געדאנק, ער זאגט פאר שמעון אז ער קויפט דאס אפ פון אים פאר $25 אבער אנשטאט עס צי נעמען פון אים גיבט ער אים דאס צי האלטן און חלילה וחס נישט פארקויפן ווייל דאס איז עכט שוין זיינס... און איז אים מסביר אז ער זאל הייסן מ'זאל דאס לייגן אין זיין ארון נאך זיין 120, שמעון איז קענטליך נתרגש געווארן דערפון און האט אויפגעהויבן זיין רעכטע האנט און געזאגט "איי פראמיס". ראובן נעמט ארויס זיין אפגעשפארטע געלט אבער זיך נאר געטראפן מיט א 20'ער, ער בעט דארט א איד אויב ער קען אים בארגן $5, באלד זענען געווען 2 אינגעלייט וואס האבן אהינגעגעבן א $5, איז ער שוין ארויסגעקומען מיט ריוח, ער האט באקומען $30 אנשטאט 25.
ראובן האט אים אנגעזאגט אז דאס איז זיין טייער געלט וויבאלד ער ארבייט נישט און האט נישט קיין געלט שבת צי-מאכן אבער ער טוט דאס ווייל ער וויל דער זאל האבן תפילין! ער האט אים געהייסן אנזאגן זיינע קינדער אז זיי זאלן וויסן דערפון אז "ווען די צייט וועט קומען" נאך 120 געזונטע יאר אז מ'זאל מיטלייגן די תפילין אין זיין ארון. זאגט שמעון אז ער גייט דאס פארשפארן ביי זיך אין לעדל אז... ראובן בעסערט אים אויס אז נישט אוועקשפארן נאר זאל זיין אוועילעבל וווען ס'פעלט אויס.
ראובן האט שפעטער אויסגערעכענט א טייל השגחה פרטיות'ער וואס דא איז פארגעקומען.
#1) אז ס'שוין געווען נאך חצות ווען מ'מעג שוין לייגן תפילין.
#2) אז אין זיין קאנטרי ווי מ'פלעגט דאווענען מנחה ת"ב און 2:00 האט מען פאר אן קיין שום סיבה דאס יאר געמאכט אויף 8:00, מילא איז ער געקומען צי איחוד דאווענען.
#3) אן אינטערסאנטע פאקט; ראובנ'ס ערשטע "תפילין לייגן" פאר א פרעמדן איז געווען גענוי 42 יאר צוריק און ת"ב!