בלאט 1 פון 2
קידוש השם: הצלה ראטעוועט קונסילפרוי'ס intern
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 6:33 pm
דורך boxcover
די מידיע איז אויף מיט די מעשה פון א אינטערן (א אונטישטע-קלאס ארבייטער; נאך אין טרעינונג) פאר
דייאנא ריינע וואס האט גע'חלש'ט היינט אינמיטען א פרעסע-קאנפערענץ, און עס האט גענומען פאר די גויאישע אמבולאנס סערוויס א האלבע שעה אנצוקומען. די פרעסע-קאנפערענץ איז אפגעהאלטן געווארן מיט קאָונסיל-ספיקער קריסטין קווין. די 17-יעריגע אינטערן (intern) איז אוועקגעפאלן חלשות אויף דער ערד בפני כל העם גלייך פאר 12 נאכמיטאג.
קודם האט א פאליסמאן וואס האט EMT-טרעינונג געארבייט אויף איר. הצלה איז נישט לאנג שפעטער אנגעקומען און איבערגענומען.

- הצלה לויפט העלפן
- IMG-20130716-WA0025.jpg (38.84 KiB) געזען געווארן 2662 מאל

- הצלה ארבייט אויף די מיידל
- IMG-20130716-WA0024.jpg (133.7 KiB) געזען געווארן 2662 מאל

- באדאנקט זיך פאר הצלה
- IMG-20130716-WA0023.jpg (104.62 KiB) געזען געווארן 2662 מאל
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 6:35 pm
דורך קאווע טרינקער
ריין קידוש השם!
זיי זאגן אז רעי קעלי האט גאר גע'עצה'ט מ'זאל רופן הצלה.
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 6:38 pm
דורך קינות גירושין
אויפן בילד דערקען איך מיי בעסט פרעינד מאטי קליין LCSW
מגלגלין זכות ע״י זכאי
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 6:43 pm
דורך קאווע טרינקער
מערק די קראק'ס פון די חברי הצלה.
איז דער פרוי נעבען זיי א איד, זי גייט אויך נישט קיין לעדערנע שיך?
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 6:43 pm
דורך boxcover
קווין'ס געדולד האט געפלאצט נאָכן ווארטן פאר 30 מינוט פאַר אַן אַמבולאַנס אָנצוקומען און האט אנגערופן פאליס קאַמישאַנער ריימאָנד קעלי פאַר הילף. "מיר האבן פראבירט צו רופן [פייער קאַמישאַנער] סאַל קאַססאַנאָ, און איך האב זיך נישט געקענט פארבונדן," האט קווין געזאגט. גלייך דערנאך איז די הצלה און א פייער-טראק אנגעקומען.
די יונגע מיידל איז גלייך גענומען געווארן צו א נאנטע שפיטאל. איר צושטאַנד איז נאך נישט באוואוסט. עס איז אויך נישט באקאנט פארוואס עס האט געדויערט אזוי לאנג פאר די FDNY צו קומען. קווין זאגט אז עס איז אומפאַרגיבבאַר.
מקור:
דעילי נוס
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 6:46 pm
דורך boxcover
קאווע טרינקער האט געשריבן:מערק די קראק'ס פון די חברי הצלה.
איז דער פרוי נעבען זיי א איד, זי גייט אויך נישט קיין לעדערנע שיך?
וואס איז די היתר צו גיין אין מאנהעטען מיט פאפוטשען? אבער אלל דזשוקס עסייד, גייט זי נישט מיט סענדלס זכר לחורבן.
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 6:48 pm
דורך וואלד רויבער
ווער זענען די צוויי מעמבערס אויפן בילד?
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 6:50 pm
דורך קינות גירושין
די רעכטע איז מאטי קליין פין ווילי
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 6:57 pm
דורך נולד מאוחר
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 7:03 pm
דורך קינות גירושין
האט רעי קעלי גערופן הצלה?
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 7:04 pm
דורך פרישער
יוסי לעווי איינע פון דו איר אלטע מעמבערס פון וויליאמסבורג, ביידע זענען קלויזענבורגע
יוסי נעמט בערך פינף הינדערט קאלס א יאר עווריש, שוין א מעמבער קרוב צו צוואנציג יאר,
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 7:10 pm
דורך boxcover
קינות גירושין האט געשריבן:האט רעי קעלי גערופן הצלה?
ניין. איינער פון די סטעף האט גערופן
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 7:10 pm
דורך boxcover
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=89UAR27e7Rw[/youtube]
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 7:23 pm
דורך קאווע טרינקער
פארוואס האט מיך גאט אזוי פיינט? איך קען נישט זעהן קיין קליפס.
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 7:33 pm
דורך איך אויך
די פ. ד. תירוץ מאכט סענס.
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 8:36 pm
דורך רויטע וואנצעס
קווין האט געזאגט פאר הצלה דערנאך אז מ'קען איר רופן ווען הצלה וועט נאר דארפן עפעס א טובה פון איר, וואס איז גאר גוטע נייעס פאר הצלה נאכדערצו אויב זי געווינטע די מעיארשאפט.
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 8:43 pm
דורך פרישער
דו תירוץ וואס עףדי זאגט איז בכלל נישט מאסגעיבענד, סיז לויזע תירוצים, אנשטאץ צי זאגען אז זיי העלן נעמען נויטיגע שריט אז אזעלעכץ זאל זיך נישט איבערשפילען, זאגען זיי אז אזוי קימט עס ציליב א טעג סיסטעים, יעדער ברויך זיין ציפרידען, פראביר עס מסביר צו זיין פאר דער וואס ליגט אויפ דער ערד אז ער זי מיז צי ווארטן אדער ווילאנג דו פאציענט וועט אדער מער נישט זיין בין החיים דעמאלץ וועט מען אפגרעידען דו סטאטוס, אדער כאטש א האלבע שעה, איז דעיס א וויץ אדער איז דינקענס דער מעיאר, ער איז גארנישט שילדיג פון איהם הערט מען בכלל נישט ער איז זיכער ביזי ווער עס האט געזויפט קאלא סאדה פונעם באטל, אדער ווער עס האט געמאכט מציצה בפה און תשעה באב אן א ברכה.
הצלה האט נישט קיין חשבונות, ווען איינער ריפט איז עס וויכטיג, ווי לאנג איינער איז נישט דארט און איז מודיע אז אלעס איז אינטער קאנטראל, איז נישט און ארדענינג, וויפיל מאל ווייסט נישט דער ריפער וואס עס טיצעך מען מיז נעמען יעדע ריף ערענס אנטיל פראווען אדערווייס
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 11:14 pm
דורך מאיר_וואלף
קאווע טרינקער האט געשריבן:פארוואס האט מיך גאט אזוי פיינט? איך קען נישט זעהן קיין קליפס.
וואספארא פארבינדונג האבען די צוויי זאכען?
שרייב אזוי:
1) פארוואס האט מיך גאט אזוי פיינט?
2) איך קען נישט זעהן קיין קליפס.
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 11:39 pm
דורך געפילטע פיש
ס'איז דערפרישענד צו זען אז די FDNY האט נאכגעמאכט קאווע שטיבל, און איינגעפירט די טעגינג סיסטעם.
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 11:51 pm
דורך boxcover
די מעשה באריכות:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=q0pL2HZdgFQ[/youtube]
די פרטים ווערן יעצט אביסל קלאהרער. קודם די פייערטראק איז געווען נאך פאר די הצלה, אבער די מיידל איז שוין געווען ביי זיך, און די עיקר וואס האט אויסגעפעהלט איז א טראנספארט. נאך א פרט, ביז יעצט האט מען געוויסט אז די EMT איז נאך נישט דארט געווען 30 מינוט נאך די אינצידענט. אבער ווען יא? יעצט הערט מען אז 53 מינוט שפעטער (!!!) זענען זיי געקומען צו פארן.
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 12:10 am
דורך געפילטע פיש
קען מיר איינער מסביר זיין די פרעכהייט פון די מידיע פון אפכאפן איינער וואס איז צאמגעפאלן אויפן גאס אן בעטן רשות? מ'זומ'ט אזוי אריין אין איר פנים, וואס די מצוה!?!
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 7:04 am
דורך NAVY SEAL
וואס איז דיין שאלה? זיי זענען דאך פּרעסע/פרעכע לייט, דעי זעלבע קשיא האב איך אויף די יודעלעך אויך, די אלע טוויטער גרופס וואס שיקן ארויס בילדער פון הצלה קאלס, ממש א גרויל און א עקל.
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 8:40 am
דורך DotCom
געפילטע פיש האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין די פרעכהייט פון די מידיע פון אפכאפן איינער וואס איז צאמגעפאלן אויפן גאס אן בעטן רשות? מ'זומ'ט אזוי אריין אין איר פנים, וואס די מצוה!?!
די קשיא איז נאך סיבה פארוואס איך האב געקלערט אז די גאנצע מעשה איז נישט מער ווי א פובליסיטי סטאנט פון קווין צוצויען אביסל אידישע אטטענשאן, די גאנצע מעשה האט מיר נישט געשמעקט פון אנהויב.