בלאט 1 פון 1

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 8:51 pm
דורך לעיקוואד
א הוכחה ברורה אז דער עולם גייט נישט מיט 'קבל את האמת'- אדער את הספר המעניין'- ממי שאמרו' נאר 'קבל את האמת מפני מי שאמרו'. דער עולם גולם קויפט וואס דער עולם גולם קויפט. און דאס וואס איז מכריע איז די מחבר, די צייטונגען, וכו'. נישט די תוכן.

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 9:00 pm
דורך לעיקוואד
די שאלה איז ווי גוט די ריוויוס זענען באמת געווען און וויפיל, אדער מפארציילט נאר יעצט אזוי.

אמת א מבין דערקענט, און די ריוויוס שרייבען טאקע בד"כ מבינים. אבער דער עולם באופן כללי נישט. ופשוט.

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 9:02 pm
דורך מאראנצןזאפט
שיטה, זאגט שטארק, רוב עולם זוכט מער מיטצולעבן א סענזאציע ווי דייקא א גוטער ביכל, גוטע ביכלעך איז דא אין די טויזנטער, אלטע און נייע.

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 9:02 pm
דורך פידלער
דערמאנט מיך פון די יהושע בעל מעשה.

Pearls Before Breakfast - washingtonpost.com

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 10:37 pm
דורך פילון
ווי פידלער, כ'האב זיך דערמאנט אין די יהושע בעל געשעעניש. פידלער'ס לינק איז צובראכן, אט איז א גוטע לינק http://www.washingtonpost.com/wp-dyn/co ... 01721.html

נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 10:50 pm
דורך קרעמער1
פארוואס האט זי לכתחלה באהאלטן איהר נאמען? וואס איז געווען איהר ציהל דערמיט?

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 11:01 pm
דורך שרגא
לעיקוואד האט געשריבן:א הוכחה ברורה אז דער עולם גייט נישט מיט 'קבל את האמת'- אדער את הספר המעניין'- ממי שאמרו' נאר 'קבל את האמת מפני מי שאמרו'. דער עולם גולם קויפט וואס דער עולם גולם קויפט. און דאס וואס איז מכריע איז די מחבר, די צייטונגען, וכו'. נישט די תוכן.


דיין עצם פונקט איז קלאר אמת, אבער פון דא איז גראדע בכלל נישט קיין ראיה.
אויב דו האסט שוין געליינט פון א געוויסן שרייבן זיבן ביכער וואס זענען געווען דאס בעסטע וואס דו האסט נאר אמאל געליינט אין דיין לעבן, איז דען א חידוש אז ווען דו הערסט אז יענער האט געשריבן נאך א בוך, נישט קיין חילוק וואס, ועסטו עס לויפן קויפן. אוודאי אז יא.
ווען עס קומט ארויס סתם א בוך פון א נייע מחבר, אפילו עס איז גוט, קען נעמען אסאך צייט ביז מענטשן זאלן הערן דערפון צווישן דעם ים פון אנדערע נייע ביכער און נייע מחברים. נישט יעדער געט זייער טראסט אזוי שנעל צו א פרישן בעגינער. אבער אויב הערט מען אז עס איז די קעניגן אליין, און טאקע די פרוי וואס פון אירע גרעסטע מעלות איז איר עצם שריפט, ווי משוגע אינטערעסאנט און יוניק זי קען אראפמאלן א קערעקטער און א סצענע, אוודאי לויפט עס יעדער קויפן.
עס איז זייער פארשטענדליך ווען מענטשן זוכן צו קויפן אדער ליינען זייער פעיוואריט וועמען זיי ווייסן שוין אז זי געט זיי דעם טעם וואס זיי ליבן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:59 am
דורך אביגדור
עולם גולם.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:10 am
דורך מורינו הרב
די זעלבע זאך זעט מען דא אין שטיבל. ווען לעיקוואד, יאיר אדער וואלפה וועלן זאגן עפעס, וועלן עס אלע לייקן. די זעלבע תגובה אויב שרייבט עס ............. (לייג אריין א ניק וועמען דו האטס פיינט), וועט עס קיינער נישט אנקוקן.

יא, דער עולם קוקט אויף ווער עס שרייבט עס, אבער נישט פארגעסן - די גרויסע שרייבער האבן זיך אויך אליין ערווארבן זייער נאמען, דורך זייערע כסדר'דיגע שרייבן און זיך מפרסם זיין אלס גוטע שרייבער.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:29 am
דורך אביגדור
נו, מהיכא תיתי ואידך זיל גמור...

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:34 am
דורך משה געציל
פשיהא! חדושים נפלאים! א לייק איז א איתמיחא גברא! נאך א מזל בדחן לייקט נישט!

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:38 am
דורך לעיקוואד
דער עולם איז גערעכט אז דער מציאות איז מער ניאונס'ד ווי איך האב עס אראפעלייגט, ביידע זאכען שפילען א ראלע. און זענען חזי לאצטרופי איינער צו'ם אנדערען. שכויעח , שרגא, מורינו הרב, און אלע אנדערע יעדער איינער פאר מרחיב זיין אין די נקודות.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 8:57 pm
דורך געפילטע פיש
די גאנצע וועלט, יעדע trend ארבעט דאך אזוי, יעדע מענטש וואס טוט א פעולה איז א חלק פון א קייט פון נשפע ווערן פון אינפלוענץ, און פון ווייטער אינפלוענצען אנדערע. יעדע מענטש וואס טראגט הויזן איז דאס ווייל "יעדער" טראגט, און יעדער טראגט ווייטער ווייל דער מענטש, בתוך שאר חולי ישראל, טראגט ווייטער הויזן. ווען איר גייט צו א גוטן רעסטוראנט, צו א סעלעבריטי שעף, וועלן רוב מענטשען זיין בייעסד צו זאגן אז די עסן איז גוט, (חוץ די איפכא מסתברא'ניקעס...) אבער דער זעלבער שעף (אדער זיין טאטע) האט יארן לאנג געמוזט ארבעטן זיך צו ערווארבן דעם גוטן נאמען. די זעלבע ביי יעדע ביזנעס, חסידות, זינגער, ואטו כי רוכלא, אזוי ארבעט די וועלט.

נשלח: פרייטאג יולי 19, 2013 12:17 pm
דורך שרגא
גראדע לייען איך פונקט נעכטן אז דער בוך איז בכלל נישט אזוי געוואלדיג. עס איז בעסער ווי שוואכערע ביכער, אבער בכלל נישט עפעס מורא'דיג. פונדעסטוועגן וועט דאס נישט אפשטעלן די משוגענע זוכעניש דערנאך אזש מ'האט עס שוין געדארפט איבערדרוקן. (איז דאס אפשר יא א שטיקל ראיה צו לעיקוואד'ס פוינט).

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2013 1:16 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געליינט איהר אנדערע בוך; The casual vacancy און איך בין זייער נתפעל געווארען. איך האב יעצט באקומען דער דאזיגע בוך און איך וועל עס ליינען און זייען צו וואס ס'טויג.
דער אנדערע בוך איז נישט קיין כ'ניאקישער, ס'איז דא אסאך סצענע'ס וואס טויגען נישט פאר שמירת המחשבה, אבער זי האט א פארשטאנ'ד אויף א מענטש וואס איז איינמאליג. זי קומט ארויס מיט א קיי"ל אז די אלע מאראלישע וואוילע מענטשען אין יענער שטאט זענען למחצה לשליש ולרביע א באנדע פעיקער"ס, אבער די איינציגסטע מיידעל וואס דרייט זיך האלב נאקעד און בעט זיך ביי יעדער, איז גאר דער וואס איז גרייט אויף מסירות נפש ממש אויף צו ראטעווען איהר ברודער. ס'איז אויך ארויסגעברענגט דארט דער מציאות פון מענטשען וואס זענען פארקויפט צו דראג'ס, און דער ארבעט וואס ס'נעמט זיי ארויסצוקריכען פון א לעבען פון ארעמקייט, א לעבען אן א תכלית, און עפעס מאכן פון זיך.
אסאך פון אונז וואס האלט'ן זיך רעפובליקאנער, און פאדערען פערזענליכע אחריות פון די שווארצע אין די געאטא"ס לעבען אונז אין וומסב"ג אדער לעיקוואוד, וואלטען עפעס געלערנט ווען זיי קוקען אריין אין דער למעשה פון די לעבען פון מענטשען וואס לעבען שוין אזוי דורות, און מ'וואלט געקענט אנהייבען פארשטייען וואס ס'איז מעגליך צו טוהן זיי צו העלפען. סתם פאדערען אחריות פון מענטשען וואס זענען אזוי פארטיפט אין דחקות און לאזקייט איז אומפראקטיש, און מ'קען זייען אז אן הילף פון אנדערע איז נישט מעגליך אז ס'זאל דארט עפעס רירען.

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 2:07 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב יעצט געענדיגט ליינען דער נייע בוך. איך בין נישט קיין גרויסע 'פען' פון מיסטערי"ס, ממילא האב איך נישט אזוי הנאה פון דער בוך ווי איהר אנדערע ביכער. איך האב נישט געכאפט ביז צום לעצטער מינוט ווער איז דער שולדיגער, נאר אינמיטן איז מיר אפאר מאל איינגעפאלען אז ס'איז מעגליך דער וואס איז למעשה געווארען צום סוף, אבער איך האב מער נוטה געווען צו א צווייטען.