בלאט 1 פון 1
קול מבשר אינטערוויא פון יענע וועלט
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 10:06 pm
דורך מאטי
קול מבשר האט אן אינטערוויא מיט א איד וואס איז היינט א בעל תשובה, ער טענה׳ט, אז בשעת ער איז איינמאהל - ביי די אכט און צוואנציג יאר -צאמגעפאלן, האט ער געשפירט ווי זיין רוח פארלאזט זיין גוף, און גייט ארויף הויעך, ביז ער טרעפט זיך מיטן באשעפער וואס טיילט אים צו גיהנם צוליב זיין פרייער לעבן, אבער ער באקומט דער אפציע צוריק אראפצוקומען אויף דער וועלט און מתקן זיין זיין לעבן. ס׳הערט זיך זייער פאנטאסטיש, ס׳איז כדי אים אויסצוהערן נומער 45 8 8 פון די מעין מעניו.
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 10:28 pm
דורך חנינא קרא
פארוואס האט ער זיך געטראפן מיט'ן באשעפער נאר הויך הויך, ווען די רוח זיינע האט פארלאזט דעם גוף? דא אויף דער וועלט קען מען אים נישט געפינען?
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 10:51 pm
דורך הוגה
יישרהכח פארן ברענגן לידיעת הציבור. איך האב אנגעהויבן אויסצוהערן זיין מעשה אבער נישט געענדיגט. כ'האב שוין געהערט און געליינט צענדליגע אזעלכע מעשיות, עטליכע זענען מער גלויבליך ווי די אנדערע. כ'געדענק ווען רמי לוי האט מחזיר בתשובה געווען הונדערטער אידן מיט זיינע מוות קליני מעשיות, זאל אים די זכות ביישטיין.
כ'האב מיך אלץ געוואונדערט וואס אין אזא מעשה ציט א שומר תורה ומצוות און א מאמין בה'? איינער וואס איז שטארק מיט די יסודי יהדות דארף דען די עדות פון א טויטע מענטש אז ס'דא א באשעפער?
בכלל, איז דאך דא פונקט אזוי פיל
אותות ומופתים באדמת בני חם מיט די זעלבע מעשיות נאר מיט זייערע געטשקעס.
ווי אזוי עס זאל נאר זיין, אויב עס פטרשטערקערט ביי איינעם די אמונה תבוא עליו ברכה.
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 10:57 pm
דורך אבי גערעדט
הוגה האט געשריבן:
כ'האב מיך אלץ געוואונדערט וואס אין אזא מעשה ציט א שומר תורה ומצוות און א מאמין בה'? איינער וואס איז שטארק מיט די יסודי יהדות דארף דען די עדות פון א טויטע מענטש אז ס'דא א באשעפער?
ניין אבער נאך אלס איז עס א געוואלדיגע חיזוק ווען מ'לעבט אין אזא הסתר פנים, און די משנאי ה' נשאו ראש, די כח הכפירה איז שרעקליך
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 11:09 pm
דורך הוגה
די כח הכפירה שוואכט אפ דיין אמונה און עפעס א האוקעס פאוקעס מעשה איז די זאך וואס ברענגט דיך צוריק? די מערסטע וואס איך קען זעהן דערין איז א feel good story.
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 11:21 pm
דורך קאווע טרינקער
גיי זיך, קנייינע הארע, קאווע שטיבל איז גרויס... ערגעץ איז דא א שמועס וועגן דעם..
איינער דארט פרעגט - אויב דענק איך גוט - פארוואס די אלע סארט מעשיות געשעהן נישט ביי משפחת שווארץ, הלברשטאם, וועבער און גרין...
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 11:24 pm
דורך מאטי
ווייל אפילו ס׳געשעט האלטן זיי זיך שטיל.. אזוי עצה׳ען די שדכנים..
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 11:32 pm
דורך יאיר
הוגה האט געשריבן:אבי גערעדט האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:
כ'האב מיך אלץ געוואונדערט וואס אין אזא מעשה ציט א שומר תורה ומצוות און א מאמין בה'? איינער וואס איז שטארק מיט די יסודי יהדות דארף דען די עדות פון א טויטע מענטש אז ס'דא א באשעפער?
ניין אבער נאך אלס איז עס א געוואלדיגע חיזוק ווען מ'לעבט אין אזא הסתר פנים, און די משנאי ה' נשאו ראש, די כח הכפירה איז שרעקליך
די כח הכפירה שוואכט אפ דיין אמונה און עפעס א האוקעס פאוקעס מעשה איז די זאך וואס ברענגט דיך צוריק? די מערסטע וואס איך קען זעהן דערין איז א good feel story.
מכאן אמרו חכמינו ז"ל, רעליגיע ביים המון עם ליגט אין געפיל. וכן נהגו.
נשלח: דינסטאג יולי 16, 2013 11:36 pm
דורך boxcover
הוגה האט געשריבן:ווי אזוי עס זאל נאר זיין, אויב עס פארשטערקערט ביי איינעם די אמונה תבוא עליו ברכה.
Careful, ווייל עס פארשטערקערט נאר ביז מען טרעפט אז די מעשה האט א לאך, אדער אנדערע האבן אויך מעשיות, דאן צופאלט אלעס. וואס איך מיין צוזאגן, אפילו אויב עס פארשטערקערט ביי איינעם די אמונה, איז בעסער אוועקצושטיין דערפון.
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 12:24 am
דורך חזקיהו המלך
הוגה האט געשריבן:
די כח הכפירה שוואכט אפ דיין אמונה און עפעס א האוקעס פאוקעס מעשה איז די זאך וואס ברענגט דיך צוריק? די מערסטע וואס איך קען זעהן דערין איז א feel good story.
די כח הכפירה איז אויכעט האוקעס פאוקעס, די רוח פין די וועלט איז האוקעס פאוקעס, רוב זאכען וואס מענטושען גלייבען איז וועגען האוקעס פאוקעס, נישט ווייל זיי האבען עס געהעריג אדורעך געטוהן אין געקומען צי א מסקנא,
סאו קעגען כפירה פין האוקעס פאוקעס קען אזא מעשה העלפען, רוב מענטשען היינט לויפען מער ווייניגער אויף געפילען, סאו דארף מען ניצען אויך געפילען צי שטארקען די ריינע אמונה, ס'נישט גענוג ווען מען קומט רעדען לאגיש,
לאגיק איז שוין לאנג געשטארבען ביי א גרויס חלק וועלט,
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 12:32 am
דורך יאיר
חזקיהו המלך האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:
די כח הכפירה שוואכט אפ דיין אמונה און עפעס א האוקעס פאוקעס מעשה איז די זאך וואס ברענגט דיך צוריק? די מערסטע וואס איך קען זעהן דערין איז א feel good story.
די כח הכפירה איז אויכעט האוקעס פאוקעס, די רוח פין די וועלט איז האוקעס פאוקעס
די גאנצע וועלט איז האוקעס פאוקעס. עי' קהלת.
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 12:36 am
דורך לאליפאפ
איך ווייס פון א איד אין מאנסי וואס איז צאמגעפאלן און דערציילט אויך אזוי בערך, א באגלייבטער מענטש גראדע און ער האלט עס שטיל ווייל ער וויל נישט מ׳זאל לאכן פון אים און זאגן בעל דמיון איינער, אבער די משפחה ווייסט קלארע פרטים איבער בי״ד של מעלה וכו׳...
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 1:24 am
דורך דעת תורה
למעשה איינמאל מען ווייסט אז ביי די קריסטן איז עס אויך דא הארגעט עס דאס ביסל חיזוק. טוב לו שלא נברא.
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 2:02 am
דורך חזקיהו המלך
הוגה האט געשריבן:יישרהכח פארן ברענגן לידיעת הציבור. איך האב אנגעהויבן אויסצוהערן זיין מעשה אבער נישט געענדיגט. כ'האב שוין געהערט און געליינט צענדליגע אזעלכע מעשיות, עטליכע זענען מער גלויבליך ווי די אנדערע. כ'געדענק ווען רמי לוי האט מחזיר בתשובה געווען הונדערטער אידן מיט זיינע מוות קליני מעשיות, זאל אים די זכות ביישטיין.
כ'האב מיך אלץ געוואונדערט וואס אין אזא מעשה ציט א שומר תורה ומצוות און א מאמין בה'? איינער וואס איז שטארק מיט די יסודי יהדות דארף דען די עדות פון א טויטע מענטש אז ס'דא א באשעפער?
בכלל, איז דאך דא פונקט אזוי פיל
אותות ומופתים באדמת בני חם מיט די זעלבע מעשיות נאר מיט זייערע געטשקעס.
ווי אזוי עס זאל נאר זיין, אויב עס פטרשטערקערט ביי איינעם די אמונה תבוא עליו ברכה.
די ענין פין א ניר דעט עקספיריענס פין וואס מען רעדט דא איז אביסעל א צווייטע זאך,
מדרגות קען א גוי טמא אויך האבען, בלעם איז געווען א גרויסע בעל מדרגה,
דארף מען אבער וויסען אז די וואס טוען אין די ענין פין ארויס גיין פין די גוף אין שפאצירען אין העכערע וועלטען, וואס ס'געווען ביי צדיקים אין ס'אויך דא דערפין ביי די אומות, זיי ווייסען אז געוויסע וועלטען זענען פיהל מיט ליגענט, ס'קענען למשל קומען מלאכים אין דיר פארקויפען לאקשען, (נישט קיין וויץ), מען דארף וויסען וואס מען טוט אפילו איינער וואס קען שוין שפאצירען אין אנדערע וועלטען,
ממילא מיז מען ווייטער וויסען אז די בעסטע איז אונדזער אויסגעטראטענע וועג, תורת משה מסיני, וואס דאס פירט אונז אויפען גלייכען וועג,
אבער דאך איז אינטערעסאנט פין צייט צי צייט צי באקומען א גריס פין אויבען, נאר די רגע ס'איז אפילו א קליינע סתירה מיט תורת משה, איז עס לויטער שטותים, אפילו ווען דער וואס פארציילט עס זאגט נישט קיין ליגענט, נאר ער איז געווען ערגעץ אין עולם התוהו אדער עולם הבוהו אין די חברה דארט האבען עים צינאר געמאכט וכו' כנ"ל
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 12:11 pm
דורך קרעקער
פארוואס נאר מענטשען מיט פאני נעמען האבען אייביג דע מעשיות?
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 4:26 pm
דורך שמעקעדיג
וואס מיינט פאני נעמען? למשל קרעקער?
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 4:32 pm
דורך יידל
די שמועס איבער דעם איז געווען ביי אלכסנד איבען דער ניוראכירורג. עי' אשכול נייע אלגעמיינע ביכער.
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 6:04 pm
דורך איחוד פעלד
איך געדענק ליינען אז זיי האבען געזאלט מאכען א שטודיע, און לייגען פארשידענע כלים אין די שטובער פין די חולאים, אויף א שעלף הויך אז פין דער בעט קען מען נישט זעהן די כלים, נאר ווען מען איז אויף א לייטער הויך.
נאכעהר ווען דער מענטש זאגט אז אז ער האט געהאט א ענ די עי, און זיין נשמה איז ארויס פין גוף און ארויף הויך, וועט מען אים פרעגען וואס געפינט זיך אויף דער שעלף הויך, טאמער וועט ער וויסען איז א סימן אז יש דברים בגו.