איינע און איינער

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
רעאגיר
ישובניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:43 am
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

איינע און איינער

שליחה דורך ישובניק »

געווענליך, אז מ'רעדט פון א פרוי, זאגט מען איינע, און נישט איינער.
אבער עס איז דא ווען מ'זאגט איינער - נאך א פרעפאזיציע.
דאס איז קארעקט פון א "ריין גראמאטישן" שטאנדפונקט, כאטש ס'איז פאקטיש גאנץ פרעמד ביים רעדן און שרייבן.
איך האב געזאגט פאר איינער.
און דאס איז אויך ווען די פרעפאזיציע איז פארהוילן, נאר עקזיסטירט אין באדייט:
אז עס קומט איינער אן שווער... (באדייט: פאר איינער.)
דאס איז פונקט ווי ביי א מאנספערזאן זאגט מען: עס קומט איינעם אן שווער.
ווי געזאגט, הערט זיך עס זייער פרעמד, און קיינער ווערט אוודאי נישט געצוואונגען פון קיינער אזוי צו שרייבן... (נו, דאס איז א שפיל: קיינער 1 = א מאן; קיינער 2 = א פרוי.)
האב איך זיך אבער אנגעשטויסן אין אזא זאץ:
עס איז פאר איינע עפעס נישט געפעלן.
יא, דער שרייבער האט געשריבן ריכטיג, לויט ווי עס איז איינגעפירט צו שרייבן אין זיין סביבה, איינע - אן דעם ם. אבער לויט'ן פריער-דערמאנטן פרינציפ, קומט דא צו א ריש - איינער.
ביי אסאך פון אונז, וועלן ביידע קלינגען אומבאקוועם - איינער און אויך איינע. ביי יענע קלעבט זיך נאר: איינעם.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר