בלאט 1 פון 1

איינע און איינער

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 12:38 am
דורך ישובניק
געווענליך, אז מ'רעדט פון א פרוי, זאגט מען איינע, און נישט איינער.
אבער עס איז דא ווען מ'זאגט איינער - נאך א פרעפאזיציע.
דאס איז קארעקט פון א "ריין גראמאטישן" שטאנדפונקט, כאטש ס'איז פאקטיש גאנץ פרעמד ביים רעדן און שרייבן.
איך האב געזאגט פאר איינער.
און דאס איז אויך ווען די פרעפאזיציע איז פארהוילן, נאר עקזיסטירט אין באדייט:
אז עס קומט איינער אן שווער... (באדייט: פאר איינער.)
דאס איז פונקט ווי ביי א מאנספערזאן זאגט מען: עס קומט איינעם אן שווער.
ווי געזאגט, הערט זיך עס זייער פרעמד, און קיינער ווערט אוודאי נישט געצוואונגען פון קיינער אזוי צו שרייבן... (נו, דאס איז א שפיל: קיינער 1 = א מאן; קיינער 2 = א פרוי.)
האב איך זיך אבער אנגעשטויסן אין אזא זאץ:
עס איז פאר איינע עפעס נישט געפעלן.
יא, דער שרייבער האט געשריבן ריכטיג, לויט ווי עס איז איינגעפירט צו שרייבן אין זיין סביבה, איינע - אן דעם ם. אבער לויט'ן פריער-דערמאנטן פרינציפ, קומט דא צו א ריש - איינער.
ביי אסאך פון אונז, וועלן ביידע קלינגען אומבאקוועם - איינער און אויך איינע. ביי יענע קלעבט זיך נאר: איינעם.

Re: איינע און איינער

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 3:32 am
דורך ישובניק
נישט קיין ספק אז די גערעדטע שפראך און די ליטערארישע שפראך האבן געהאט א השפעה איינע אויף דער אנדערער. די ליטעראטור האט עס, קודם-כל, גענומען פון מויל פון פאלק (טראץ דיפערענצן צווישן דיאלעקטן, און אין טיילן פאלן אפילו אונטער דער השפעה פון מינאריטעטן), און פונקט אזוי איז, נאטירליך, דאס לשון פון פאלק באאיינפלוסט געווארן פון דער געשריבענער שפראך.

Re: איינע און איינער

נשלח: פרייטאג אפריל 20, 2012 3:34 am
דורך ישובניק
אגב, מיט דעם אז ס'קלינגט אומבאקוועם/אומבאקאנט, האב איך זיך באצויגן בעיקר צום פאל פון "איינער" בל' נקבה.