בלאט 1 פון 1

תשב"ר - נייע חדר אין בארא פארק

נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 11:55 pm
דורך [NAMELESS]
אין המודיע האב איך געזעהן א עד אז עס עפענט זיך א נייע חדר אין בארא פארק פון פרי סקאל ביז כיתה ט'. איך ווינדער מיך ווער עס שטייט אינטער דעם, און וואס די ציל איז.
איינער האט עפעס מער אינפא?

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:01 am
דורך קאווע טרינקער
יא.
בערך צוויי יאר צוריק איז פארגעקומען א קריגעריי אינערהאלב מוסדות גן ישראל, וואס האט זיך אויסגעלאזט מיט א טיילונג. א חלק קינדער זענען געבליבן אין גן ישראל, און א חלק אין א נייע מוסדות.. אוי, פארגעסן די נאמען, זייער בנין איז געווען אין בענזענהורסדט. די פראבלעם איז געווען אז די קריגעריי איז אויך מיטגעקומען, אלזא, האט זיך די נייע מנהל אפגעטיילט און גע'עפענט א נייע מוסדות תשב"ר.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:07 am
דורך [NAMELESS]
די נייע מוסד איז געוועהן עץ חיים. הייסט עץ חיים האט זיך יעצט צעטיילט??

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 12:14 am
דורך קאווע טרינקער
יא, עץ חיים.

נישט ממש צוטיילט, איינס אדער מער איינגעשטעלטע פראבירן מאכן יו"ט פאר זיך.

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 1:09 am
דורך שעפטל
א וועלט, א 'תשב"ר' מוסד גייט האבן פרויען טיטשערס אין פרי סקול...

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 10:22 am
דורך שמעקעדיג
אסאך מוסדות האבן אזוי, כפי ידיעתי. (ווין, באבוב, און אנדערע)

נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2013 11:03 am
דורך מ. גליקמאן
דאכצעך אז אין בארא פארק איז באלד דא אזויפיל חדרים וויפיל גראסערי'ס עס איז דא.

נשלח: זונטאג יולי 21, 2013 9:28 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:אסאך מוסדות האבן אזוי, כפי ידיעתי. (ווין, באבוב, און אנדערע)

איך מיין אז אין בארא פארק האבן כמעט אלע חדרים פרויען פאר פרי סקאל. ס'איז פראקטישער און ביליגער

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 1:02 am
דורך סאשי פיש
אין וויליאמסבורג האבען אויך אסאך מוסדות מיידלעך טיטשערס פאר נורסורי קינדערגארטען

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 1:05 am
דורך אביגדור
(עירובין סוף דף נ"ג, ב') בטשה ביה ברוריה...

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 2:26 pm
דורך berlbalaguleh
זי האטץעך א סאך געמישט. אין די גמרא איז דא זייער א סאך מאמרים ווי ברוריה פרעיגט קשיות, זאגט אריין פאר בחורים און נאך ענליכע זאכן.

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 3:16 pm
דורך היימישער
סאשי פיש האט געשריבן:אין וויליאמסבורג האבען אויך אסאך מוסדות מיידלעך טיטשערס פאר נורסורי קינדערגארטען



ער ???????

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 4:38 pm
דורך רויטע וואנצעס
איך בין אינוואלוד אין חינוך פון קליינע קינדער. ס'דא מלמדים און אויך טיטשערס. אויב איך וואלט געהאט מיין וועג וואלט איך איינגעפירט אז קינדער ביז כתה ד' ולא עד בכלל זאלן האבן פרויען טיטשערס.

א': די מציאות ווייסט אז פייטן אגרעסיע מיט אגרעסיע ווי אסאך מלמדים האנדלן ארבייט נישט, פרויען האבן נישט אזא טעמפור ווען מ'האנדלט מיט א מחוצף. אגרעסיע שאט פארן קינד לאורך ס'צמאלט זיין סעלף עסטום.

ב': די וועלט איז היינט אויף מיט די מלעסטעשון משגאת (וואס איז טאקע א פראבלעם) פון די עיזש קינדער, האבן טיטשערס אין קלאס נעמט כמעט אינגאנצן אוועק די נושא.

ג': פאר סאם ריזען פארשטייען די פרויען א קינדס נפשיות סאך טיפער (די חלק הגעפילן) די וועג ווי אזוי א מלמד זעהט עס און ווי אזוי א טיטשער זעהט עס, האב איך שוין 100 מיטגעהאלטן. די מלמד האט טאקע אסאך מאל מער פראקטישע עצות אבער פרויען פארשטייען אסאך בעסער בדרך כלל די איוועליועשין פראסעס.

ד': יא ריכטיג איך שעם זיך שוין מיט די פוינט אבער אדמינעסטרישן שפארט זיך א שיין ביסל טשיענזש מיט טיטשערס אין מ'האקט נישט און קאפ אזוי סאך ווי די מלמדים די מענער זענען בדרך כלל אינגעלייט אין כולל וואס האבן נישט די חוצפה.